- זיך איינגעשריבן
- מאי 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 336
- רעאקציע ראטע
- 1,513
- פונקטן
- 223
איך פארגין נישט מענטשן וואס פרובירן צו מסביר זיין אז עס איז נאריש נישט צו גלייבן אין גאט וכו', "קענענדיג אנצייגן אויף יוסי קרויס" ווי נאריש מ'דארף זיין נישט צו גלייבן.
איך פארגין נישט 19 יעריגע אומאטראקטאיווע חתנים וואס וואלטן ווען קיינמאל געקענט אהיים נעמען פון א שענקהויז א שיין נקיבה, אבער טרעפן זיך מיט א מאדעל אין בעט די נאכט פונעם חתונה, אן אריינלייגן א פינגער אין קאלט וואסער.
איך פארגין נישט דיינים מיט א panty sniffing fetish...
איך פארגין נישט קאנסערוואטיוון וואס קענען יעצט שרייען אז לינקע זענען שעדליך און ווילן נישט דיסקוסירן גארנישט וויבאלד "זיי" שיסן איינעם וואס "זיי" קענען נישט אפּפרעגן.
איך פארגין נישט סתם אלטע קריפּס וואס באקומען כבוד בלויז פארן זיין "עלטערע אידן" בסך הכל לעבנדיג מער יאר ווי מיר.
איך פארגין נישט היימישע אידן וואס זענען געי, זיי האבן עס גאר גרינג לעבנדיג מער-ווייניגער בלויז מיט זכרים פון קינדווייז אן. זיי דארפן נישט שלעפן מיט זיך די סטיגמע, ס'איז אלץ אזוי אומאפיציעל. (נאכ'ן מקווה אין קאווע שטיבל קענען זיי ווייטער פארפירן אז מ'טאר נישט שטימען פאר די תועבה'ניקעס).
איך פארגין נישט העצערס אויף די סיסטעם וואס רעדן צו די מידיע ווי נאבעלע מענטשן.
איך פארגין נישט די stalkers פון די ועד משמרת הצניעות.
איך פארגין נישט די קילע מאמעס וואס זענען באמת נערוועז און אומגעדולדיג אבער לייגן אויף סאציאלע מידיע ווי זיי נעמען קעיר פון די קינדער מיט א שמייכל (און זענען נאך מסביר אז זיי האבן געמאכט א טאטאלע טויש אין לעבן, קומענדיג אריגינעל פון חאניאקישע שטיבער ווי די קינדער באקומען נישט די ריכטיגע אויפמערקזאמקייט...)
איך פארגין נישט די נייע סירישע פרעזידענט אכמאד אל ג'ולאני, זיך אפשאקלענדיג פונעם ראדיקאלע פארגאנגענהייט צו א לעבן פון כבוד און מלוכה.
איך פארגין נישט משפיעים און מחנכים וואס מאכן חוזק פון סייענס און עוואלוציע, רעדנדיג צו פארזאמעלטע וואס קענען זיי ניטאמאל צוריק טשעלענדזשן דערויף.
איך פארגין נישט שיינע אידן וואס זענען שולדיג געלט פאר מענטשן.
איך פארגין נישט קינדער פון עשירים, טאטעס פון מתמידים, נעפיוס פון סעלעבערטיס, ברודערס פון פאליטיקאנטן און אייניקלעך פון רבנים!