מה נשתנה חסידות וויזניץ רבי מענדל משאר החסידיות (ויזניץ מרכז דהיינו שוואנצונעס)

פרעגט אייך נאך
וואס איז תורה שבעל פה אין ברסלב
ווי משנה למלך וכדומה
״משנה למלך ״ איז דאך אמונת יש״ו הס מלהזכיר,
ביי חסידות וואס איז גיווארען מיוסד פאר בעלי השגה , און עס איז נאכדעם נתפשט געווארען בין המון מיט דעם וואס זיי האבען מקרב גיוועהן די מער פשוטי עם , וואס איז באמת גיוועהן -מזן אל זן - די רביים האבען גידארפט די חסידים פאר עקאנאמיע
פון פרנסה און סאוסטעינעביליטי , נאכאלעמען דער גרעסטער רבי וואס ליגט אין יראה און דבוק אין זיינע עשתונות פון דחילו ורחימו, מוז האבען סופארטערס וואס ברענגען איהם ביכורים און מעשר פאר מזונות ביתו, און די המון בית ישראל האבען גיטראפען א מקום ווי מען קוקט זיי אהן, און מען איז מחשיב זייער פשוט׳ע יידידשקייט ,( ווייל די התנהגות פון די רבנים צו די יידן איז געוועהן נישט מיט גענוג כבוד און רעספעקט - בלשון המועט )- און די שטיצערס זענען גיוועהן פון א פשוט׳ער אמונה קלאסס, און עס זענען נאטירלעך גיווארן עובדות פון מופתים מיט אותות, וואס מען האט איבער גיגעבן מפה אל פה ביז עס איז יצא העגל הזה, אז דער רבי האט עפעס א דירעקט ליין צו גאט און ער איז א משנה למלך , אז ער ווירטשאפט אין די עולמות און ער שלעפט ארויס פון גיהינם , אדער אז ער שליידערט אריין אין גן עדן , סתם פאנטאזיעס אשר אין להם שחר שורש ועיקר , און אז א רבי האט אמאהל דערציילט אז א געוויסע צדיק, האט מען פאר איהם אפגעקיעלט דעם גיהנם דריי חדשים כדי זאל קענען דארט אדורך גיין און ארויס נעמען וועם ער גלוסט, און למעשה האט ער אויסגעקערט דעם גיהנם אזוי ווי מיט א בעזעם - טאקע א שיינע מעשה - אבער דער חסיד א קליינער בעל השגה האט עס אהנגענומען ליטערעלי, און עס מוסר גיוועהן מדור לדור ווי דאס איז תורת חסידות , איז חסידות אזוי
גיווארען אן אבערגלויבונג, אין דעם כח פון דער רבי,
יעדע חסידות האט זיך איהרע אידיאסינקראסיס און
מען קען עס בקלות אוועק בלאזען - למעשה האלט עס יידישקייט מיט די טראדציאנעלע התנהגות נאר מיט א שמוץ אריבער פון אמונות תיפלות נעמט מען אהן אז יצא הפסדו בשכרו .
 
זייער קלאר
און למעשה מעג מען אזוי זאגן אויף א צדיק נאך אלע תירוצים?
 
כ'ווייס נישט צו דא איז דער פלאץ אבער איך זעה מען רעדט אביסל.. קען איינער אריינקומען קלאר ווי איך קען ליינען וועגן צאנז און רוזין?
(סתם אזוי וואלט שוין געמעגט זיין דא מער היסטאריע מיט עקסטערע אשכולות פון די אלע הריגות וואס פלעגן פארקומען אין די חצרות הרצחניים-חסדים)
 
HebrewBooks.org Sefer Detail: דער סאנזער צדיק ר’ חיים האלבערשטאם -- רקר, יהושע
 
אסף צייכנט אויך צו איבעראל וואו עס איז דא קונטרסים פאשקעווילן מעשיות וועגן דער איבערקערעניש
 
הציץ ונפגע-איז אויטענטיש און ער האלט זיך אומפארשעל ,אזוי ווי איינער וואס וויל אראפ שטעלן ביידע צדדים מיט זייערע טענות , עס שפראצט אויך ארויס אז בעסיידס די קנאות און פרומקייט, איז פאליטיק גיוועהן אריינגעמישט אזוי ווי ביי יעדע מחלוקת לשם שמים , פון עסקנים וואס האבען זיך אריינגעמישט און גיקאכט א קאשע , עס האט גורם גיוועהן ספליטינג פון משפחות , איבוד פרנסות , גיטין , און גיוועהן אזעלכע וואס זענען געזיצען שבעה , אז מען קוקט צוריק זעהט מען אז האבען איבער גיצויגען די שטריק און עס האט נישט דערגרייכט וואס דער צאנזער רבי ,האט געוואלט מוסיף צוזיין יראת שמים - נאר להיפוך - דער לימוד דארף אונז לערנען אויף בזמנינו אז חכמים הזהרו בדבריכם
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך זעה אז היינט ביים מועצת אסיפת גדולי ישראל איז מענדעלע שוין נישט געוועהן
זיין ברודער יא
אפשר איז עס די אנהייב פון עם ארויסשטופען פון כלל ישראל
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
צו קענען אין איין אשכול מצדיק זיין ר' מענדעלע אבער נישט צאנזער רב, דאס דארף מען קענען....
היינד סייט איז20/20 וויזשען
מען קען אהנעמען אז צאנזער רב איז גיוועהן 100%
צודק און גירעכט, אבער די רעזולטאטן האט מען גיזעהן שפעטער , אזוי ווי דער רבי פון שיניווע רבי יחזקאל שרגא בנו הגדול , האט שוין גיזעהן און ער האט אבגעשטילט די המשכה פון די מחלוקה ,( די אנדערע זוהן וואלטען וועהן אהנגהאלטען ) ווייל ער האט משיג גיוועהן אז די מחלוקה פאהרט אויף דעמעדזשט שינעס.
מען טרעפט אין תלמוד גיטין, ביי רבי זכריה בן אבקולס וואס ער איז גיוועהן א תנא, און ער האט אפ גיהאלטען די חכמים פון דן זיין דעם בר קמצא, מיט די ריכטיגע הלכות, כאטש ער איז גירעכט גיוועהן זאגט אויף איהם רבי יוחנן, עוותנותו של רבי זכריה בן אבקולס החריבה את ביתנו ושרפה את היכלנו והגליתנו מארצנו , רבי יוחנן האט שוין גיזעהן וואס די קנאות האט גיברענגט, האט ער גיזאגט די מימרא מען זאל זיך נעמען א לימוד פונדעם ,
פאר מען פסל׳ט אן עדה פון יידן דארף מען יישוב הדעת מיט רוהיגקייט לא ברעש ה׳
 
לעצט רעדאגירט:
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך זעה אז היינט ביים מועצת אסיפת גדולי ישראל איז מענדעלע שוין נישט געוועהן
זיין ברודער יא
אפשר איז עס די אנהייב פון עם ארויסשטופען פון כלל ישראל
ער קומט שוין לאנג נישט, זייט יענקל וואלצער איז געווארן מזכיר
 
די אלע לינקס זענן צו צווייטע ראנגיגע מקורות.
מ'דארף ליינן די ילקוט הרועים ווי די אלע בריוון ווערן געדרוקט.

און איין גאט קען מסביר זיין פארוואס ווען דער צאנזער רב איז ממציא ווערטער אין די ספר תורה ביים ליינן איז עס מער אויסגעהאלטן אז די ציבור איז געשוויגן ווי וואס מ'האט געטון אין רוזין צו בערניו.
סאנז האט די זעלבע אמונות טפלות, יעדער מיט זיינס.
ווילסט זיך אפזאגן פון חסידות און בלייבן א מתנגד (פון די פרי-ר' חיים קנייבסקי עפאכע), גיי אהין. ביז דעמאלס, האט קיינער נישט קיין רעכט צו באשולדיגן די צווייטע אין אמונות טפלות.
פונקט אזוי פרום????

געפאלן שטיקער איז פון ביידע

אבער פון רוזשין היפש מער און שנעלער!
ווי האסטו די נומערן? עס איז דא היבש צאנזער אייניקלעך שקצים, און פיל רוזינער אייניקלאך וואס זענן נישט ווייניגער ערליך ווי אלע סאטמארער רביס, באבובער צדיקים, און וואס נישט.
אין הבדל אופייני כלל.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
הציץ ונפגע-איז אויטענטיש און ער האלט זיך אומפארשעל ,אזוי ווי איינער וואס וויל אראפ שטעלן ביידע צדדים מיט זייערע טענות , עס שפראצט אויך ארויס אז בעסיידס די קנאות און פרומקייט, איז פאליטיק גיוועהן אריינגעמישט אזוי ווי ביי יעדע מחלוקת לשם שמים , פון עסקנים וואס האבען זיך אריינגעמישט און גיקאכט א קאשע , עס האט גורם גיוועהן ספליטינג פון משפחות , איבוד פרנסות , גיטין , און גיוועהן אזעלכע וואס זענען געזיצען שבעה , אז מען קוקט צוריק זעהט מען אז האבען איבער גיצויגען די שטריק און עס האט נישט דערגרייכט וואס דער צאנזער רבי ,האט געוואלט מוסיף צוזיין יראת שמים - נאר להיפוך - דער לימוד דארף אונז לערנען אויף בזמנינו אז חכמים הזהרו בדבריכם
איך זעה נישט ווי מען זעהט דארט אז דער מחלוקת האט נישט מוסיף געווען יראת שמים
אודאי איז געווען גיטין צוקריגטע משפחות ווייל מען האט זיך געקריגט איבער אידישקייט
און ווי יעדער מחלוקת איז אויך געטוהן געווארן זאכן שלא ביושר און פאליטיק וכדומה
אבער דער מעסעדזש וואס צאנזער חסידים האבן דא באקומען אז מען פארשווייגט נישט קיין עוולות בכל אופן שהוא און מען האלט זיך צו דער מסרה שטארק..... איך מיין אז דאס איז געבליבן אסאך שפעטער אויך און לכאורה ביז היינט
 
ער קומט שוין לאנג נישט, זייט יענקל וואלצער איז געווארן מזכיר
אויך איז ער אין שווייץ (הכנה לי"ב שבט)
און פון דארט האט ער געשיקט א בריוו צום אסיפה וואס יענקל וואלצער! האט אויסגעליינט
 
צו קענען אין איין אשכול מצדיק זיין ר' מענדעלע אבער נישט צאנזער רב, דאס דארף מען קענען....
אויב מענדלע גייט אין וועג פון דער חולקים אויפן צאנזער רב שטייט ער נאך ערגעץ

וואס איך מיין צו זאגן אז צאנזער האט זיך דאך געקריגט מיט איינעם והבן
 
[QUOTE="אלטע שרייבער, post: 80344, member:] י אלע לינקס זענן צו צווייטע ראנגיגע מקורות.
מ'דארף ליינן די ילקוט הרועים ווי די אלע בריוון ווערן געדרוקט.

און איין גאט קען מסביר זיין פארוואס ווען דער צאנזער רב איז ממציא ווערטער אין די ספר תורה ביים ליינן איז עס מער אויסגעהאלטן אז די ציבור איז געשוויגן ווי וואס מ'האט געטון אין רוזין צו בערניו.
סאנז האט די זעלבע אמונות טפלות, יעדער מיט זיינס.
ווילסט זיך אפזאגן פון חסידות און בלייבן א מתנגד (פון די פרי-ר' חיים קנייבסקי עפאכע), גיי אהין. ביז דעמאלס, האט קיינער נישט קיין רעכט צו באשולדיגן די צווייטע אין אמונות טפלות.
[/QUOTE]
Come on
דער לשון הרע אויף בערניו שטעלסטו צו ליינען אין דער תורה מיט פאלשע נקודות???
אפשר ווייסטו נישט וואס מען האט געזאגט אויף בערניו....
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top