מה נשתנה חסידות וויזניץ רבי מענדל משאר החסידיות (ויזניץ מרכז דהיינו שוואנצונעס)

ווי האסטו די נומערן? עס איז דא היבש צאנזער אייניקלעך שקצים, און פיל רוזינער אייניקלאך וואס זענן נישט ווייניגער ערליך ווי אלע סאטמארער רביס, באבובער צדיקים, און וואס נישט.
אין הבדל אופייני כלל.
בעיקר רעד איך פון פאר דער צווייטע וועלט מלחמה
און איך מיין אז אפילו שפעטער איז אין כמות פון איבערגעלעבטע זענען פראצענטאהל מער רוזשינע אייניקלעך אוועקגעפאלן
(זאג מיר וויפיהל רוזשינער אייניקלעך דו קענסט און וויפיהל צאנזער אייניקלעך דו קענסט)
און בפרט און בפרט בעניני השקפה זענען דאך כמעט אלע רוזשינע אייניקלעך קאליע געווארן......
 
בייגעלייגטע פיילס

דער צאנזער רב האט געהאט פיל מער קינדער, און זיי זענן אנגעקומן קיין אונגארן פיל פריער.
עס זעט מיר אויך אויס אז אסאך רוזינער אייניקלאך זענן אוועק קינדערלאז, אבער מ'דארף דאס מער בודק זיין. צוויי פון די קינדער פון די רוזינער, לכה"פ, זענן אוועק אן קינדער, ניין?
אויך מוזטו געדענקן אז סקווירא און וויזניץ זענן רוזינער אייניקלאך, רעכן זיי אלע אריין.
 
זייער פיין
זייטס ממשיך מיטן חשבון
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
דער צאנזער רב האט געהאט פיל מער קינדער, און זיי זענן אנגעקומן קיין אונגארן פיל פריער.
ווער האט געוואוינט אין אונגארן חוץ רבי שלום אליעזר? וואס א חלק פון זיינע קינדער האבן נישט געוואוינט און אונגארן
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
עס זעט מיר אויך אויס אז אסאך רוזינער אייניקלאך זענן אוועק קינדערלאז, אבער מ'דארף דאס מער בודק זיין. צוויי פון די קינדער פון די רוזינער, לכה"פ, זענן אוועק אן קינדער, ניין?
ניין
דער ליעווער ( בערניו) האט טאקע נישט געהאט קיין קינדער
אבער חוץ דעם אלע זוהן האבן געהאט קינדער (רבי אברהם מתתיהו פון שטעפינעשט א אייניקל פון רוזשינער האט נישט געהאט קיין קינדער)
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אויך מוזטו געדענקן אז סקווירא און וויזניץ זענן רוזינער אייניקלאך, רעכן זיי אלע אריין.
וויזניץ יא סקווירא נישט
רבי איציקל סקווערער וואס איז בזיווג שני געווען אן איידעם ביים רוזשינער האט פון דעם זיווג בכלל נישט געהאט קיין קינדער
( חוץ דעם וואס מען קען דן זיין אויב מען רעכנט אלע אייניקלעך אדער נאר אזעלכע וואס זענען געגאנגען מיטן רוזשינער מהלך)
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך זעה נישט ווי מען זעהט דארט אז דער מחלוקת האט נישט מוסיף געווען יראת שמים
אודאי איז געווען גיטין צוקריגטע משפחות ווייל מען האט זיך געקריגט איבער אידישקייט
און ווי יעדער מחלוקת איז אויך געטוהן געווארן זאכן שלא ביושר און פאליטיק וכדומה
אבער דער מעסעדזש וואס צאנזער חסידים האבן דא באקומען אז מען פארשווייגט נישט קיין עוולות בכל אופן שהוא און מען האלט זיך צו דער מסרה שטארק..... איך מיין אז דאס איז געבליבן אסאך שפעטער אויך און לכאורה ביז היינט
אמת, דער מעסעדזש פון צאנז איז חי וקיים עד היום
די טיפע נקודה פון די מעסעדזש איז ,אז עס איז נישט דא א באגריף אז א רבי איז אין הימעל , ווי באקאנט האט דער זוהן פון צאנזער רב - רבי ברוך פון גארליץ- צוריק גיענטפערט לפי שיטתו אז מען פליעט נישט אין הימעל - דעם צאנזער רב ביי א פארקילעכץ- האט מען איהם גיברענגט א הייסע טהי און ער איז געבליבען אזוי פאר דביקות׳ט און די טהי ווערט אפגעקיעלט,זאגט איהם רבי ברוך , טאטע די טהי ווערט קאלט, און דער צאנזער רב גיט א געשריי , וואס דרייסטו דעם קאפ אין עולם אצילות טרינקט מען נישט טהי! - רבי ברוך ענטפערט איהם אין עולם אצילות איז מען נישט פארקיעלט- דער צאנזער רב האט אויסגעקלאהרט אז מיט אלע התלהבות און דביקות איז מען על הארץ מתחת, און מען קוקט אהן אלעס מיט עיני בשר - און בעומק ובעצם איז דאס געוועהן א ביטול פון חסידות הנהוג בכל חצרי האדמורי״ם ,
און דאס איז וואס דער ערשטער סאטמאר רבי שרייבט אין זיין מאגנוס ויואל משה אז -נשתכח דרך הבעל שם טוב- , דאס איז א מסורה וואס ער האט גיהאט פון זיין טאטע בעל קדושת יום טוב,וואס האט זיך גיווייקט אין צאנז , העולה מזה צאנז איז געקומען זאגען אז חסידות איז אואט אף דעיט, און עס איז נישט דא מער, וודאי מען גייט אהן,מען רופט זיך חסידות,ווייל דאס איז אזא כינוי פאר חרדים וואס באלאנגען צו א חרדישען ארגעניזאציע אבער עס איז נישט חסידות מעיקרו , און דאס האט דער ערשטער סאטמאר רבי גיוואלט עס זאל זיין א קהלה פון הולכים בדרכיו מיט בויען אין גלות על דרך התורה ויראה און דאס איז מורשת צאנז עד היום . למעשה אלע אנדערע חסידות זענען נישט אין דער זעלבע מיינונג פון צאנז
( צאנז האט עס שוין גענומען פון ראפשיץ וואס ער האט זיך אמאהל אויס געדרוקט אז ער האט באזוכט
מערערע רבי׳ס,און אין רוב פון זיי וואלט ער וועהן גיהאט א חשק צו גיבען א שטויס ) און עס איז אהנגינומען ביי רוב חסידות אז א רבי איז עפעס בשמים ממעל , און זיי פאררופען זיך אויף א המשך פון בעל שם טוב, יעדע חסידות לפי דרכו, און לויט די שיטה, וואס איז חולק אויף צאנז-סאטמר, איז דא א
מקום פאר חסידות, וואס גלייבט שטארק אין זייערע רביים און לויט די שיטה קען מען בעסער פארדייען
די משוגעת פון רבי מענדעלע וויזניץ בימינו .
 
לויט די שיטה, וואס איז חולק אויף צאנז-סאטמר, איז דא א מקום פאר חסידות, וואס גלייבט שטארק אין זייערע רביים און לויט די שיטה קען מען בעסער פארדייען
די משוגעת פון רבי מענדעלע וויזניץ בימינו .
א דאנק פארן אזוי שיין מסביר זיין
איך זעה איך האב א שטיקל אח לדבריי
 
דער צאנזער רב האט געהאט פיל מער קינדער, און זיי זענן אנגעקומן קיין אונגארן פיל פריער.
עס זעט מיר אויך אויס אז אסאך רוזינער אייניקלאך זענן אוועק קינדערלאז, אבער מ'דארף דאס מער בודק זיין. צוויי פון די קינדער פון די רוזינער, לכה"פ, זענן אוועק אן קינדער, ניין?
אויך מוזטו געדענקן אז סקווירא און וויזניץ זענן רוזינער אייניקלאך, רעכן זיי אלע אריין.
די נאכקומער ביי די סאטמאר פון אהרונים טייל,איז דאך אויכעט נכדי רוזין , דער ערשטער סאטמאר רבי
ברענגט צו פון דעם רוזינער צדיק א מאמר אויף די מצב פון אמונה בעיקבתא דמשיחא , הגם ער איז ממעט צו ברענגען פון תלמידי בעש״ט אין דעם ויואל משה ער ברענגט אויך פון רבי נחמן ברסלב און רבי אלימלך מליזענסק אפשר נאך גיציילטע - עכ״פ ער ברענגט פון רוזין דרך כבוד והערצה .
ביי דעם רוזין צדיק אליין האט ער נאך איהם פארעכענט אלץ תלמיד בעש״ט ,
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
די נאכקומער ביי די סאטמאר פון אהרונים טייל,איז דאך אויכעט נכדי רוזין , דער ערשטער סאטמאר רבי
ברענגט צו פון דעם רוזינער צדיק א מאמר אויף די מצב פון אמונה בעיקבתא דמשיחא , הגם ער איז ממעט צו ברענגען פון תלמידי בעש״ט אין דעם ויואל משה ער ברענט אויך פון רבי נחמן ברסלב און רבי אלימלך מליזענסק אפשר נאך גיציילטע - עכ״פ ער ברענט פון רוזין דרך כבוד והערצה .
ביי דעם רוזין צדיק אליין האט ער נאך איהם פארעכענט אלץ תלמיד בעש״ט ,
אויפן רוזשינער האט קיינער זיך נישט דערוואגט צו רעדן נאר אויף זיינע קינדער
דער צאנזער רב אליין איז געפאהרן צו איהם מיטן פוהלסטן דרך ארץ
 
וויזניץ יא סקווירא נישט
רבי איציקל סקווערער וואס איז בזיווג שני געווען אן איידעם ביים רוזשינער האט פון דעם זיווג בכלל נישט געהאט קיין קינדער
( חוץ דעם וואס מען קען דן זיין אויב מען רעכנט אלע אייניקלעך אדער נאר אזעלכע וואס זענען געגאנגען מיטן רוזשינער מהלך)
דער נעקסטער סקווירא וועט שוין זיין א נכד רוזין דורך וויזניץ
 
[און אויב דו וועסט ענטפערן גור, אה"נ די טענה האט מען אויף זיי אויך, נאר לכה"פ קען קיינער נישט אנצייגן אז די רבי איז נישט קיין ערליכע איד, ווי אויך קען קייענר נישט אנצייגן אז די רבי אליין פירט די אלע מעשים, איך ווייס אז מען קען דן זיין דערין, אבער עכ"פ מען קען זיך כאטש טעהנ'ן, משא"כ דא פארלאנגט דאס די רבי אליין, כפי מען קען הערן פון זיינע דרשות, נישט נאר פון משפיעים אין די קהלה, נאר פון איהם אליין]
קענט איר נישט דער גערער צדיק ער איז פונקט אזוי משוגע ווי מענדעל און א משחית במדות ווי מענדעל, דער חילוק איז דער גערער האט סך מער כח ווי מענדעל און יעדער ציטירט פון דער חיה בדמות אדם
 
קענט איר נישט דער גערער צדיק ער איז פונקט אזוי משוגע ווי מענדעל און א משחית במדות ווי מענדעל, דער חילוק איז דער גערער האט סך מער כח ווי מענדעל און יעדער ציטירט פון דער חיה בדמות אדם
נאך א חילוק
דער גערער זאגט אלעס בפנים
עס איז נישטא קיין שום רעקארדינג וכדומה
אזוי אז דער פרעמדער גאס ווערט נישט אזוי אויפגעברויזט
 
אויפן רוזשינער האט קיינער זיך נישט דערוואגט צו רעדן נאר אויף זיינע קינדער
דער צאנזער רב אליין איז געפאהרן צו איהם מיטן פוהלסטן דרך ארץ
יא אזוי איז גיוועהן , צדיקי דורו זענען געקומען צו איהם מיט א אויסער גיוועהנליך יראת הכבוד ,רבי אברהם יהושע העשיל דער אפטער רב האט איהם באטיטול׳ט -מלך ישראל- ער איז פארהייליגט ביי אלע חסידות עד היום .
 
נאך א חילוק
דער גערער זאגט אלעס בפנים
עס איז נישטא קיין שום רעקארדינג וכדומה
אזוי אז דער פרעמדער גאס ווערט נישט אזוי אויפגעברויזט
דער גערער רבי האט עס שוין , און רבי מענדעלע בויעט זיך יעצט , עס איז דא חבלי לידה , נו , גאנץ חסידות האט גיהאט חבלים בנעימים,ווען עס האט זיך פארשפרייט מען איז עס איבערגעקומען , דער רבי מענדעלע וועט עס מסתם דורך מאכען , ער וועט שוין מוריש פאר זיינע יורשים,א פערטיג חסידות אזוי ווי דער גערער רבי האט , כל התחלות קשות
 
נישט ממש
דער טעראר איז אין גור אויך א נייע אין זכות פון רבי שאול
אבער יא דער פארגלייבטקייט איז שוין דא
אבער מצד אחר אין וויזניץ איז בעצם אויך שוין דא פארגלייבטקייט נאר דער רבי מאכט זיי דער גלייבן אין איהם שווערער און שווערער
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
נאך א חילוק
דער גערער זאגט אלעס בפנים
עס איז נישטא קיין שום רעקארדינג וכדומה
אזוי אז דער פרעמדער גאס ווערט נישט אזוי אויפגעברויזט
דער גערער זאגט גארנישט.
אלעס איז קוואוטס.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top