איך זעה נישט ווי מען זעהט דארט אז דער מחלוקת האט נישט מוסיף געווען יראת שמים
אודאי איז געווען גיטין צוקריגטע משפחות ווייל מען האט זיך געקריגט איבער אידישקייט
און ווי יעדער מחלוקת איז אויך געטוהן געווארן זאכן שלא ביושר און פאליטיק וכדומה
אבער דער מעסעדזש וואס צאנזער חסידים האבן דא באקומען אז מען פארשווייגט נישט קיין עוולות בכל אופן שהוא און מען האלט זיך צו דער מסרה שטארק... איך מיין אז דאס איז געבליבן אסאך שפעטער אויך און לכאורה ביז היינט
אמת, דער מעסעדזש פון צאנז איז חי וקיים עד היום. די טיפע נקודה פון דעם מעסעדזש איז, אז עס איז נישטא קיין באגריף אז א רבי איז אין הימל.
ווי באקאנט, האט דער זון פונעם צאנזער רב – רבי ברוך'ל גארליצער – צוריקגעענטפערט לפי שיטתו אז מען פליעט נישט אין הימל. ווען דער צאנזער רב איז געווען פארקילט, האט מען אים געברענגט א הייסע טיי, ער איז געבליבן אזוי פאר'דביקות'ט ביז די טיי איז געווארן אפגעקילט. זאגט אים רבי ברוך: "טאטע, די טיי ווערט קאלט!", גיט דער צאנזער רב א געשריי: "וואס דרייסטו דעם קאפ, אין עולם האצילות טרינקט מען נישט קיין טיי"! האט אים רבי ברוך געענטפערט: "אין עולם האצילות איז מען נישט פארקילט"...
דער צאנזער רב האט אויסגעקלארט אז מיט אלע התלהבות און דביקות איז מען "על הארץ מתחת", און מען קוקט אן אלעס מיט עיני בשר. בעומק ובעצם איז דאס געווען א ביטול פון חסידות הנהוג בכל חצרי האדמורי"ם.
און דאס איז וואס דער ערשטער סאטמארער רבי שרייבט אין זיין מאגנוס ויואל משה אז "נשתכח דרך הבעל שם טוב", דאס איז א מסורה וואס ער האט געהאט פון זיין טאטן, בעל קדושת יום טוב, וואס האט זיך געווייקט אין צאנז.
העולה מזה, צאנז איז געקומען זאגן אז חסידות איז "אואט אף דעיט" און עס איז נישטא מער. אוודאי גייט מען אן, מען רופט זיך "חסידות", ווייל דאס איז אזא כינוי פאר חרדים וואס באלאנגען צו א חרדיש'ע ארגאניזאציע, אבער עס איז נישט חסידות מעיקרו. און דאס האט דער ערשטער סאטמארער רבי געוואלט, עס זאל זיין א קהילה פון הולכים בדרכיו צו בויען אין גלות על דרך התורה והיראה, און דאס איז
מורשת צאנז עד היום.
למעשה זענען אלע אנדערע חסידות נישט אין דער זעלבער מיינונג ווי צאנז. (צאנז האט עס שוין גענומען פון ראפּשיץ, וואס האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אז ער האט באזוכט מערערע רבי'ס, און אין רוב פון זיי וואלט ער געהאט א חשק צו געבן א שטויס...)
עס איז אנגענומען ביי רוב חסידות אז א רבי איז עפעס "בשמים ממעל", און זיי פאררופן זיך אויף א המשך פונעם בעל שם טוב, יעדע חסידות לפי דרכו. לויט יענער שיטה – וואס איז חולק אויף צאנז-סאטמאר – איז דא א מקום פאר חסידות וואס גלייבט שטארק אין זייערע רבי'ס, און לויט דער שיטה, קען מען בעסער פארדייען די משוגעת'ן פון רבי מענדעלע וויזניץ בימינו.