- זיך איינגעשריבן
- יוני 22, 2025
- מעסעדזשעס
- 1,539
- רעאקציע ראטע
- 3,624
- פונקטן
- 433
גערוקט פון דא
דער צאנזער רב האט מוחה געווען קעגן סאדיגורא מיט די טענה אז דער רבי איז אזוי קדוש ביי זיי, אז עס איז נישט שייך ביי אים קיין עבירה; אז א חסיד פון יענעם חדר וועט זען ווי דער רבי עסט א שטיק בשר חזיר, וועט ער זאגן מסתמא האט ער געהערט א כרוז מן שמיא אז דא ליגט עפעס א ניצוץ קדוש וואס מען דארף מעלה זיין לקדושה, און עס איז דוחה דעם לאו פון "את זה לא תאכלו".
עכ"פ, אזוי האט מען דערציילט פאר דעם צאנזער רב און ער האט עס מקבל געווען, ווען ער האט געזען די רעאקציע פון דעם סאדיגורער רבי'ן ביי דעם אומגליק וואס האט פאסירט מיט א יונגערן ברודער, רבי בער'ניו (דב בער פון ליאובה). עס האט אים אנגעכאפט א נערוון-בראך, און ער האט איבערגעלאזט די רבי'סטווע פלוצלינג מיט זיין רביצין (זי איז געווען א טווערסקי, א טאכטער פונעם מגיד פון טשערנאביל), און ער האט זיך אריינגעזעצט ביי א משכיל וואס האט אים אריינגענומען. פון דארט האט ער מפרסם געווען כתבים – וואס פאסט אפילו נישט דא אין קרעמל – און עס האט גענומען עטליכע וואכן ביז עס איז געלונגען פאר זיינע ברידער, בראשם דער סאדיגורער רבי, אים ארויסצושלעפן פון דארט מיט שוחד און פראטעקציע. זיי האבן דערנאך געארבעט אויף אים ביז עס איז זיי געלונגען אים צוריקצוברענגען צו נארמאלקייט.
כדי אפציווישן די חרפות וואס עס האט אנגעמאכט אויף בית רוזין, האט מען פארשפרייט אז דא זענען געווען העכערע פארבארגענע ענינים, און בסודם אל תבא נפשי, נישט יעדער איינער קען משיג זיין די עמקות און די נסתרות. דאס האט געגעבן שטאף פאר די בעלי פלוגתא להגדיל המדורה, אז זיי זענען פורשים מדרך התורה. דער צאנזער רב האט גע'טענה'ט אז ווען מען זעט א רבי איז עובר אן עבירה, איז גילטיג אין חכמה ואין עצה נגד ה', "במקום שיש חילול השם אין חולקים כבוד לרב".
פונדעסטוועגן זענען אבער דא סמוכות אז מען דארף עקסטער נזהר זיין מיט תוכחה ווען מען דיעלט מיט א תלמיד חכם, ווי מען טרעפט אין גמ' ברכות, אם ראית תלמיד חכם שעבר עבירה (עבירה סתם אין חז"ל מיינט זנות) בלילה, אל תהרהר אחריו ביום, שמא עשה תשובה, און ער פירט אויס "ודאי עשה תשובה". דאס מיינט נישט אז מען בארעכטיגט די עבירה, נאר מען זאגט, יא, ער האט געזינדיגט – "אין צדיק בארץ אשר... ולא יחטא" – אבער עשה תשובה. עס איז אויך דא אין מנחות א מימרא פון ריש לקיש – דער שוואגער פון רבי יוחנן, ער האט גענומען זיין שוועסטער – "תלמיד חכם שסרח אין מבזין אותו בפרהסיא", ווייל עס ברענגט א חילול השם אז מען איז מפרסם זיין חטא; אז מען האלט עס בצנעא קען מען עקספּעקטן אז ער וועט חוזר זיין און פארגיטיגן.
ריש לקיש האט דאך געהאט אייגענע עקספיריענס; לויט ווי תוספות זאגט אין גיטין, איז ער קודם געווען אין דער חבריא פון די אמוראים, און איז געווארן אריינגעשלעפט אין א געמיינע באנדע גנבים ביז ער איז געווארן זייער ראש. נאכדעם איז געווען די פאסירונג ווי רבי יוחנן האט אים געגעבן זיין שוועסטער, וואס איז נאך געווען שענער פון אים, פאר זיין פרוי, ווען ער האט זיך מחייב געווען צוריקצוקערן אין בית המדרש פון רבי יוחנן.
דא ביי מרכז וויזניץ איז דאך נאך דא די ספעציעלע מציאות; ספעציעל אויב עס איז דא א מנהיג וואס פירט אן עדה על דרך המסורה, און מען רייסט אים אראפ בפני קהל עם ועדה, דארף מען חייש זיין אז דאס קען דעמעדזשן די תמימות און ערליכקייט פון זיין קהילה. ממילא זענען די מוחים, אזוי ווי חיד"ו ווייס און זיינס גלייכן, טועים בדבר משנה ווען זיי רעדן אויף אים ברבים. ער איז פונקט אזוי ווי גור און סקווירא חסידות – עס קומט אזוי. ווער עס איז אינדרויסן און קוקט אריין, זעט אליליות און אמונות טפלות, אבער פאר די וואס זענען אינעווייניג איז עס זייער חיים וברכה.
נאר דאס וואס די קאזינס, די וויזניצער רביים, זענען מוחה, דאס איז נארמאל אזוי ווי ביי אנדערע חסידויות; אויף די אייגענע רעדט מען מיט מחאה, וואס דאס קומט בעיקר פון תאוה וכבוד. דאס טרעפט מען ביי אלע חסידויות, לדוגמא באבוב, סאטמאר, קלויזענבורג, סטיטשין, און מסתם זענען דא נאך און נאך. די אייגענע רעדן, ווייל פאר זיי איז דאך עס נוגע למעשה, יעדער פייט פאר זיין פאזיציע, אבער וזר לא יתערב ביניהם.
דאס איז דאך געווען די מחלוקת צאנז קעגן סאדיגורא.איין גרויסע חילוק איז דא צווישן איהפ און אלע אנדערע, ערשטענס אז אלע אמאליגע צדיקים וואס שרייבן דאס, שרייבן דאס נישט אויף זיך, נאר רעדן פון צדיקים, און דו זיי מחליט ווער עס איז א צדיק, און אויב דיין שורש נשמה ליגט ביי אצווייטן גיי צו יענעם,
משא"כ זיין פארנומען אז די רבי איז גאט אפילו אויף ער איז א שייגעץ, אפילו אויב ער איז עובר אויף אלע עבירות וכו' וכו', ווי אויך אז דו טארסט ח"ו נישט וואגן גיין צו א צווייטן, און אויב יא, וועט יעדער [דיין ווייב, קינדער, וכו',] אפהאקן פון דיר,
דאס איז שוין א צווייטע זאך אינגאנצן,
קוק אריין אין אלע ספרי חסידות, וועסטו טרעפן אז די נושאש פון נישט טארן מהרהר זיין אויף א צדיק, איז נאר נאך וואס עס איז ברור אז דער מענטש איז א צדיק וקדוש וכו', און דו האסט א קשיא, אויף איין געוויסע הנהגה טאר מען נישט פרעגן, אבער צו זאגן, אז ער קען זיך אויפפירן ווי א פויער און ער מעג טוהן אלע עבירות און אזוי ווייטער,
דאס איז ליגענט און רשעות, דאס איז נגד התורה וכו', און דערפאר פארפירט מען,
דער צאנזער רב האט מוחה געווען קעגן סאדיגורא מיט די טענה אז דער רבי איז אזוי קדוש ביי זיי, אז עס איז נישט שייך ביי אים קיין עבירה; אז א חסיד פון יענעם חדר וועט זען ווי דער רבי עסט א שטיק בשר חזיר, וועט ער זאגן מסתמא האט ער געהערט א כרוז מן שמיא אז דא ליגט עפעס א ניצוץ קדוש וואס מען דארף מעלה זיין לקדושה, און עס איז דוחה דעם לאו פון "את זה לא תאכלו".
עכ"פ, אזוי האט מען דערציילט פאר דעם צאנזער רב און ער האט עס מקבל געווען, ווען ער האט געזען די רעאקציע פון דעם סאדיגורער רבי'ן ביי דעם אומגליק וואס האט פאסירט מיט א יונגערן ברודער, רבי בער'ניו (דב בער פון ליאובה). עס האט אים אנגעכאפט א נערוון-בראך, און ער האט איבערגעלאזט די רבי'סטווע פלוצלינג מיט זיין רביצין (זי איז געווען א טווערסקי, א טאכטער פונעם מגיד פון טשערנאביל), און ער האט זיך אריינגעזעצט ביי א משכיל וואס האט אים אריינגענומען. פון דארט האט ער מפרסם געווען כתבים – וואס פאסט אפילו נישט דא אין קרעמל – און עס האט גענומען עטליכע וואכן ביז עס איז געלונגען פאר זיינע ברידער, בראשם דער סאדיגורער רבי, אים ארויסצושלעפן פון דארט מיט שוחד און פראטעקציע. זיי האבן דערנאך געארבעט אויף אים ביז עס איז זיי געלונגען אים צוריקצוברענגען צו נארמאלקייט.
כדי אפציווישן די חרפות וואס עס האט אנגעמאכט אויף בית רוזין, האט מען פארשפרייט אז דא זענען געווען העכערע פארבארגענע ענינים, און בסודם אל תבא נפשי, נישט יעדער איינער קען משיג זיין די עמקות און די נסתרות. דאס האט געגעבן שטאף פאר די בעלי פלוגתא להגדיל המדורה, אז זיי זענען פורשים מדרך התורה. דער צאנזער רב האט גע'טענה'ט אז ווען מען זעט א רבי איז עובר אן עבירה, איז גילטיג אין חכמה ואין עצה נגד ה', "במקום שיש חילול השם אין חולקים כבוד לרב".
פונדעסטוועגן זענען אבער דא סמוכות אז מען דארף עקסטער נזהר זיין מיט תוכחה ווען מען דיעלט מיט א תלמיד חכם, ווי מען טרעפט אין גמ' ברכות, אם ראית תלמיד חכם שעבר עבירה (עבירה סתם אין חז"ל מיינט זנות) בלילה, אל תהרהר אחריו ביום, שמא עשה תשובה, און ער פירט אויס "ודאי עשה תשובה". דאס מיינט נישט אז מען בארעכטיגט די עבירה, נאר מען זאגט, יא, ער האט געזינדיגט – "אין צדיק בארץ אשר... ולא יחטא" – אבער עשה תשובה. עס איז אויך דא אין מנחות א מימרא פון ריש לקיש – דער שוואגער פון רבי יוחנן, ער האט גענומען זיין שוועסטער – "תלמיד חכם שסרח אין מבזין אותו בפרהסיא", ווייל עס ברענגט א חילול השם אז מען איז מפרסם זיין חטא; אז מען האלט עס בצנעא קען מען עקספּעקטן אז ער וועט חוזר זיין און פארגיטיגן.
ריש לקיש האט דאך געהאט אייגענע עקספיריענס; לויט ווי תוספות זאגט אין גיטין, איז ער קודם געווען אין דער חבריא פון די אמוראים, און איז געווארן אריינגעשלעפט אין א געמיינע באנדע גנבים ביז ער איז געווארן זייער ראש. נאכדעם איז געווען די פאסירונג ווי רבי יוחנן האט אים געגעבן זיין שוועסטער, וואס איז נאך געווען שענער פון אים, פאר זיין פרוי, ווען ער האט זיך מחייב געווען צוריקצוקערן אין בית המדרש פון רבי יוחנן.
דא ביי מרכז וויזניץ איז דאך נאך דא די ספעציעלע מציאות; ספעציעל אויב עס איז דא א מנהיג וואס פירט אן עדה על דרך המסורה, און מען רייסט אים אראפ בפני קהל עם ועדה, דארף מען חייש זיין אז דאס קען דעמעדזשן די תמימות און ערליכקייט פון זיין קהילה. ממילא זענען די מוחים, אזוי ווי חיד"ו ווייס און זיינס גלייכן, טועים בדבר משנה ווען זיי רעדן אויף אים ברבים. ער איז פונקט אזוי ווי גור און סקווירא חסידות – עס קומט אזוי. ווער עס איז אינדרויסן און קוקט אריין, זעט אליליות און אמונות טפלות, אבער פאר די וואס זענען אינעווייניג איז עס זייער חיים וברכה.
נאר דאס וואס די קאזינס, די וויזניצער רביים, זענען מוחה, דאס איז נארמאל אזוי ווי ביי אנדערע חסידויות; אויף די אייגענע רעדט מען מיט מחאה, וואס דאס קומט בעיקר פון תאוה וכבוד. דאס טרעפט מען ביי אלע חסידויות, לדוגמא באבוב, סאטמאר, קלויזענבורג, סטיטשין, און מסתם זענען דא נאך און נאך. די אייגענע רעדן, ווייל פאר זיי איז דאך עס נוגע למעשה, יעדער פייט פאר זיין פאזיציע, אבער וזר לא יתערב ביניהם.
לעצט רעדאגירט דורך א מאדעראטאר: