עמלק! הארגענען?

Yesh

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 24, 2024
מעסעדזשעס
484
רעאקציע ראטע
1,488
פונקטן
223
יעצט שטייט מען פאר שבת זכור, די מצווה איז אויסמעקן עמלק.

דאס הייסט די אמת'ע מצווה איז אז מ'דארף הארגענען אלע קינדער פון עמלק, אבער ס'איז דא א פראבלעם מ'קען נישט, איז אויפגעקומען אסאך אנדערע וועגן וויאזוי מ'קען מקיים זיין די מצוה.

טייל זאגן אז ס'מיינט די יצר הרע, אנדערע זענען עס מקיים מיטן ארויפשרייבן אונטער די שיך, און אנדערע מיטען עסן שבת די עמלק קיגלען.

אבער אז מ'הייבט אן טראכטן,
איז דאס מאראליש?
וואס איז דאס אנדערש ווי די אראבער, וואס הארגענען יעדעם, ווייל די קאראן הייסט?

נאר דאס אמת איז אַז דאָס איז בכלל נישט די זעלבע זאך,
ווייל די זעהסט דאך, עמלק האט פיינט די אידן, ער האט קאלט געמאכט די הייסע מקוה, ווען ער האט די אפערטאנעטי, ווי המן טרייט ער דיך צו הארגענען, ער איז דא דיך אינטער צוברענגן.

איז דאס סימפל "סעלף דעפענס".
 
לעצט רעדאגירט:

דער ענין פון מחיית עמלק איז פארוואנדעלט געווארען אין אזא מעטאפאריש רמז, אויף כל מיני שלעכטקייטען ווייל א מצוה איז דאך תדירי עס ווערט נישט בטל, האט מען געמאכט רעלעוואנט אז יעדער זאל זיך אויסמעקען
די עמלק פון זיך. די משנה זאגט אין ידים אז עלה סנחריב ובלבל את האומות. היינט איז מער נישטא קיין עמלק במציאות הגם עס איז דא עפעס אן עובדא פון
חת״ם סופר, טוישט עס נישט די הלכה און די מציאות.
 
לויט שמואל שלמה טעלער זאל ווערן געזונט זענען די ציונים די הינטיגע עמלקים, ער טענהט אז די דברי יואל האט אויך אזוי געהאלטן.
 
מי הוא זה אז ער זאגט אונז ,וואס דער דברי יואל געהאלטען ?
קען זיין ער האט אמאהל געזאגט אז ציונות איז עמליקות
אבער נישט חס ושלום אויף א ייד זאגען ער איז עמלק דאס וואלט געוועהן בפועל מגלה פנים בתורה שלא כהלכה, מען זאגט אז עס האט איהם וויי געטון יעדער ייד וואס איז געפאלען אין ארץ ישראל, אויב זענען זיי עמלקים וואלט ער זיך וועהן געדארפט פרייען, קען מען רואיג אהנעמען אז דער גברא שלמה שמואל טעללער איז נישט קיין בר סמכא וכל דבריו ישא רוח
 
מ'האט פונקט די וואך שבת טאקע גערעדט ביים קידוש דערוועגן, אז אין די ספרים פון סאטמארע רבי זי"ע ווערט געברענגט אז די ציונים זענען עמלק

מ'קען דן זיין וואס ער האט געמיינט דערמיט

אבער ס'שטייט געברענגט פון אים

איינע פון די ראיות אין די אינטערנעשענאל קאורט קעגן מדינת ישראל וואס ווערט באשולדיגט אין טון זשענסייד, ברענגען זיי אז ביבי האט געזאגט ביי א דרשה אז אונז זענען לוחם קעגן עמלק, און זיי ברענגען עס פאר א ראיה אז די ישראלים ווילן הרגענען אנשים נשים וטף וכו'

יעדע נארמאלע מענטש פארשטייט אז ביבי האט עס נישט געזאגט אין דעם קאנטעקסט פון אויסהרגענען גאנץ עזה, אפילו ער האט גענוצט דעם פסוק.

די זעלבע לימוד זכות קענסטו נוצן אויפן רעבין...
 
די חילוק איז אז ביבי זאגט דאס פאר סעלף דעפענס, אין דער אנדערער האט עס געזאגט פארוואס?
 
זיי מסביר

וואס הייסט סעלף דעפענס?

אז ער זאגט הבא להרגך וכו' מיינט ער סעלף דעפענס

עמלק? מיינט ער אויסהרגענען אז ס'זאל נישט בלייבן קיין זכר

ער האט דאך דאס נישט געמיינט, ער האט פשוט גענוצט א שארפע סטעיטמענט

די זעלבע מיטן רעבין...
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ווי אזוי איז עס סעלף דיפענס אויב עס איז פאר אלע דורות און רעכנט אריין הרגענען קינדער און בהמות?
 
אויב זיי ווילן דיר ממית'ן פאר נא גוד ריזן, סתם ער קומט צוגיין מלחמה האלטן, מיינט דאס אז ער איז א סכנה פאר די הומעניטי. אזא פאלק טער נישט זיין אויף דער וועלט.
 
די הסבר איז גילטיג פאר יענער דור, נישט פאר אלע דורות. און פאר בעיביס און בהמות איז דאס בכלל נישט גילטיג
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
שרייב דעם גאנצן סאטמארע שיטה.
אויב זענען די ציונים עמלק, ווי אזוי איז מען מקיים מחיית עמלק? דורך עסן הייסע טשולענט, ווי יעדע באנדל הרג'עט א ציוני, ועל כגון דא לא גזרו...
 
לכאורה מחיית עמלק איז נישט נוהג ווייל עלה סנחריב ובלבל את העולם , איז עמלק שוין נישט דא , ער איז נישט ניכר און בטל , סאו די מצוה איז דאך אין די בוק איז מען עס מקיים מיט סעלף אימפראוומענט ,מען ארבעט אויסצומעקען די עמלקות פון זיך , פונדעם איז דא פלענטי אין סאטמאר אויך .
 
א לעבעדיגע זאך ווערט נישט בטל
ווייסט מען פונדעם , אבער דאס איז נאר מדרבנן ,הגם לפי דעת תוספות ביי די סוגיא פון קפץ אחד מן המנויים לתוכן כולן פטורין ,און עס איז דא קושיא זאל עס בטל ווערן ,ענטפערט תוספות אז בעל חי ווערט נישט בטל,
זעהט אויס אז עס איז מן התורה, ווייל עס פטר׳ט פון מעשר בהמה , איז אזוי - להלכה ווערט אהנגענומען אז עס איז נאר מדרבנן ,און דער טעם פון פטור מעשר בהמה איז ווייל עס איז נשאר בגדר ספק, און ביי מעשר בהמה איז חל -עשירי וודאי אמר רחמנא ולא עשירי ספק - איז דאך לפי זה ביי עמלק - עמלק וודאי אמר רחמנא ולא עמלק ספק -
אויסער דעם ווי באלד דער עמלק, איז נישט באקאנט ווי עס איז זיין מקום, איז ער נישט קבוע, איז נוהג כל דפריש מרובא קפריש קען מען נישט מער זאגען אז די מצוה פון מחיית עמלק איז נוהג בזמן הזה.
 
לכאורה מחיית עמלק איז נישט נוהג ווייל עלה סנחריב ובלבל את העולם , איז עמלק שוין נישט דא , ער איז נישט ניכר און בטל , סאו די מצוה איז דאך אין די בוק איז מען עס מקיים מיט סעלף אימפראוומענט ,מען ארבעט אויסצומעקען די עמלקות פון זיך , פונדעם איז דא פלענטי אין סאטמאר אויך .
אז מען ווייסט נישט ווער עמלק איז, הרג'עט מען די אלע וואס טוען מעשה עמלק. עמלק איז געווען שנאת ישראל פאר פלעין, אן קיין סיבה, און היינט איז עס חמינאי ימ''ש און אלע טעראריסטן וואס ווילן ממית'ן אלע אידן פאר גארנישט, סתם בלינדע שנאה.
 
זיכער אזוי וכל הרשעה כעשן תכלה וכחציר שדה יבולו
עס האט גארנישט מיט עמלק, נישט קיין חילוק ווער זיי זענען,זאלען זיי אלע באקומען וואס עס קומט זיך פאר זיי
 
Back
Top