מאמענט - וועכנטליכע אויסגאבע

אלזא מ'גײט װײטער מיט דער מאמענט (אביסל א ברעיק פון שחלות :LOL: ). נעקסט האבן זײ אַן ארטיקל פון די לעפקאװיטש משפחה (משה) אין מאנסי װאס האבן עטליכע בלינדע ל"ע. געשריבן בײ יצחק גרינבערג. איך האב פערזענליך געקענט די משפחה אינקלוּדינג שרוּלי, מיט װעם דער אינטערװיאו איז. איך האב אלס קינד געװױנט אונטער זײ פאר א תקופה. שרולי (און אזױ אױך זײן פאטער) איז א טײערע אינגערמאן. זײער א אינטרעסאנטע אינטערװיאו. נאר איך בין שאקירט געװארן אז ס'איז נאכנישט ארױס א תשובה מתיר צו זײן פאר בלינדע עלעקטראנישע כלים אין שבת:
1751909383090.jpeg


נעקסט האבן זײ 14 זײטן, א [צדקה אפיעל] אינטערװיאו מיט הצלה דמאנסי. זײ טועהן עס אװדאי נישט פאר פראפעגאנדע אבער איך בין נײגעריג אױב מ'װעט צײלן װיפיל מאל הצלה האט שױן געמאכט אינטערװיאוס מיט הײמישע אױסגאבע װעט עס אױסקומען אײנס פאר יעדע װאך פון איר עקזיסטענץ. ס'קריכט שױן פון די נאז (די ארטיקל איז ליטטערד מיט א באנטש פון ארײנגעזוּמטע פרצופים פון די װאלונטירן - ס'קוקט אױס װי זײ מאדלען - װאס איך פארשטײ נישט װײל זײ האבן דאך פלענטי אָף עקסעס צו פרױען...):
1751910174053.jpeg

20250707_182007[1].jpg


די ארטיקל איז פּריטי בּאָורינג. א דוגמא פון דער שרײבער'ס פארזוך עס צו דראמאטיזירן:
20250707_180217[1].jpg

זײ האלטן אינאײן זאגן "זײ האבן א בוך פון מעשיות," אבער זײ מעגן דאך נישט רעדן. װי אײנער זאגט, איך װיל דיך נישט מאכן נײגעריג. אבער דו מאכסט דאך מיך יא נײגעריג!? פון די פערצן בלעטער, דא האט איר די אײנציגסטע פאר אױסצוגן װאס זענען האלב אינטרעסאנט געװען:
1751910558870.jpeg

1751910671829.jpeg

20250707_182050[1].jpg

הצלה דא איז אנדערש פון איבעראל, פארװאס?
1751910738373.jpeg

1751910873508.jpeg

און די פרױ מיט די מײזעלע:
1751910916022.jpeg
 
איך האב באמערקט א מערקװעדיגע ערשײנונג. װיבאלד הײמישע אױסגאבעס זענען אזױ רעסטריקטעד איבער די נושאים װעלכע זײ מעגן שרײבן זענען די אױסגאבן פוהל מיט אָפּיניענס (אָפּיניאָנעטעד) און קאָנטענט פאבריצירט אינסײד פון דער מענטשן'ס מח, אינװאָרד טאָװאַרד אאוטסײד פראדזשעקשאנס, ענדישער װי פֿאקטן בעיסד ארטיקלען, און מסות מיט אינפארמאציע פון די עקסטערנעל װעלט - אאוטסײד טאָװאַרד אינסײד פראדזשעקשאנס. די װעלטעלע געשילדערט אין הײמישע כתבים איז אױפגעבױעט פון אינעװײניג אין קאפּ, אױף ארױס װײל די עקספיריענשל װעלט זײערס איז שמאָל. ודוק. חוץ װאס אסאך רעװאַלװד אױך ארום פאמיליע לעבן, פסיכילאגיע און עטיקס.
 
אונז האמיר געהעריג א קרעמל-עקסקלאסיוו "היימישע מידיא קריטיק" .

דאס דארף זיין א סטעדי קאלום אין כוואליעס, ווי מ'נעמט אפיר ציטאטן און ארטיקלען פון היימישע (צענזורירטע) מידיא, און מ'איז דן דערויף מיט א קריטישן בליק צו פארשטיין די "צווישן די שורות". 😄
 
האטס מיר אלע א פרײליכע נאַכט און נעקסט טײם איר קױפט די מאמענט, טראכט א מינוט צו איר װעט טאקע געװאױר װערן עפעס מער פונװאס װיקיפידיע האט צו פארצײלן; און אױב יא, צו מען קען זײ טראָסטן אז זײ האבן זיך דאס מינדסטע געמיהט אײך צו ברענגען אמתע פאקטן?
ס'איז ליידער נישטא קיין אנדערע אפציעס, פון היימישע אידישע מאגאזינען.
 
ברם יזכר המאמענ״ט לטוב, אז עס איז די איינציגסטע אויסגאבע וואס מען קריטיקירט ווייל מען האלט אז מיט זיי איז נאך דא טשענס צי עס פיקסען, ווערסוס אנדערע אויסגאבעס וואס זענען פראפעגאנדע מאשינען ביי דיזיין, איז נישטא קיין סיבה צי קריטיקירן.
 
איך געדענק ליינען אין די שטערן אז די פארפאלק איז גאר געווען אומשולדיג...

סעים העיר, איך בין נאך געווען ניטאמאל מחויב במצוות ווען איך האב עס געליינט, און עס האט נישט געמאכט קיין סענס צי מיר, ער באשרייבט א גאנצע מעשה וויאזוי זיי האבן פארקויפט די נוקלאערע סוד פאר רוסלאנד און ער פירט אויס אז זיי זענען אומשולדיג, ווט״ף, איכה היתה לזונה היימישע דזשענעליזם.
 
לעצט רעדאגירט:
סעים העיר, איך בין נאך געווען ניטאמאל מחויב במצוות ווען איך האב עס געליינט, און עס האט נישט געמאכט קיין סענס צי מיר, ער באשרייבו א גאנצע מעשה וויאזוי זיי האבן פארקויפט די נוקלאערע סוד פאר רוסלאנד און ער פירט אויס אז זיי זענען אומשולדיג, ווט״ף, איכה היתה לזונה היימישע דזשענעליזם.
בעצם בין איך קיינמאָל נישט אויסגעקלארט איבער די מעשה, סיני נאר דארטן געדענק איך האבן געליינט
 
איך געדענק ליינען אין די שטערן אז די פארפאלק איז גאר געווען אומשולדיג...
איך געדענק ליינען אין די בליץ אן אינטערוויו מיט א אידישע רוצח וואס האט געהארגעט זיין ווייב און נאך איינעם און געזיצן לעבנסלענגליך טערמין, די בליץ האט עס אראפגעלייגט אלץ בלוט בלבול און אז יענער איז דער קרבן. איינער ווייסט וואס איך רעד?
 
איך געדענק ליינען אין די בליץ אן אינטערוויו מיט א אידישע רוצח וואס האט געהארגעט זיין ווייב און נאך איינעם און געזיצן לעבנסלענגליך טערמין, די בליץ האט עס אראפגעלייגט אלץ בלוט בלבול און אז יענער איז דער קרבן. איינער ווייסט וואס איך רעד?
דרייליך?
 
איך געדענק ליינען אין די שטערן אז די פארפאלק איז גאר געווען אומשולדיג...

🕵️ Julius Rosenberg​



🧩 Ethel Rosenberg​


  • Convicted alongside Julius for conspiracy, primarily based on her brother David Greenglass’s courtroom statements that she typed notes for the Soviets theguardian.com+15biography.com+15time.com+15.
  • However, grand jury testimony and declassified NSA memos (Venona analyses) later suggested much of that testimony was false and that she likely didn’t actively spy—though she appeared aware of her husband’s activities pbs.org.

💡 Outcomes & Legacy​





Bottom Line:


  • Julius was definitively a Soviet spy.
  • Ethel likely knew of his activities and may have helped in supportive or recruitment roles—but there's no strong evidence she herself passed secrets.
 

🕵️ Julius Rosenberg​



🧩 Ethel Rosenberg​


  • Convicted alongside Julius for conspiracy, primarily based on her brother David Greenglass’s courtroom statements that she typed notes for the Soviets theguardian.com+15biography.com+15time.com+15.
  • However, grand jury testimony and declassified NSA memos (Venona analyses) later suggested much of that testimony was false and that she likely didn’t actively spy—though she appeared aware of her husband’s activities pbs.org.

💡 Outcomes & Legacy​





Bottom Line:


  • Julius was definitively a Soviet spy.
  • Ethel likely knew of his activities and may have helped in supportive or recruitment roles—but there's no strong evidence she herself passed secrets.
יעצט דערמאן איך זיך אז די שטערן האט יא געשריבן אז די מאן איז געווען שולדיג אויף שפיאנאזש, די שאלה איז אויב ער האט פאקטיש איבערגעגעבן די נוקלעארע סודות.
אבער אויף עטל האבן זיי געשריבן אז זי איז ווארשיינליך אומשולדיג.
 
איך בין בעד דו זאלסט זיי אויסקעמן דאס לייב פארן מאמענט אבער א קליינע סירטש ווייזט אז רוב שאצן אז מד"י האט היינט צוטאגס צווישן 80 און נישט מער פון 200 נוקלעאר Warheads. וויקי גיבט מסתמא די ברייטסטע הערכה.
כ'מיין זיין האבן 80-90 נוקלעארע וואפן אבער גענוג פלאטאניעם פאר 200~
 
  • נעקסט אין די רײע איז פּיני גליק - א פעידזש פון 'פּראָוּס' מײן איך מען קען עס רופן. א דבר תורה אזױ-װי.
  • נאכדעם איז 'טעלערלעך' פון מנחם גאלד. אױך מיט א טעלעפאן נומעבער נעבן זײן אימעיל. פארװאס יעדער אין דער מאמענט מוז האבן א טעלעפאן נומבער פארשטײ איך נאכנישט; קען זײן זײ מאכן נישט גענוג געלט פון דער מאמענט. הכלל, ער קומט זאגן מוסר. קודם רעדט ער פון עפעס א גביר װאס ער זעהט בײם דאװענען זיך אמפערן מיט משולחים און ער טראכט אז יענער רעדט זיך אײן אז ער איז מער פאפולער װי ער איז. נעקסט, װײטאגט ער אױפדעם װאס מענטשן רעדן און קאכען זיך ארום אנדערע מענטשן'ס שלום בית און צעטײלטע משפחות אװאו מען שלאגט זיך איבער די קינדער. ער װיל אז װען עמיצער קומט נעקסטע מאל צו צו דיר און װיל דיר פארצײלן א זאפטיגע פרשה זאלסטו יענעם זאגן אין פרצוף: "עס אינטרעסירט מיר נישט, איך האב נישט ליב יודיש בלוט!". נישט מײן טעיסט, איך האב גראדע יא ליב א לשון הרע אמאל. עספעשעלי װען איך בין געװען (און נאכאלס) דער קרבן פון אזא 'פּאַרענטְל עליענעישאָן קאַמפּײן' אװאו מען האט מיר נישט געלאזט זעהן מײנע קינדער (מען לאזט מיר נאכאלס נישט). איך האב געװאלט מענטשן זאלן װיסן דערפון; אפשר װעט זיך אײנער אהננעמען.
  • הבא בתור, 'צען ברעקעלעך' פון פנחס גלױבער. דאס איז נישט שלעכט. אזא טיף-עמאציענעלע מעשה'לע\משל פון א קינד װאס זיצט אױפ'ן טראטואר און װארט און װארט אױף עפעס אבער יענץ גײט קײנמאל נישט אהנקומען. נו נו, ס'איז אביסל טיף. א פּאעטישער בחינה.
  • נעקסט קומט רב משה אליעזר ליבערמאן - א 'מומחה' אין מארקעטינג קאנסאלטינג -איבערחזר'ן און דערמאנען, אין זײן 'בוכשטאבן' קאלום, פארװאס דער עולם קױפט נאכאלס דער מאמענט כאטש זײ האבן אזױפיהל רעקלאמעס:
20250707_235509[1].jpg

1751929528403.jpeg

אגב, ס'זעהט אױס װי די אלע זענען רעגולע קאנטריבּיוטערס
scare3.gif


נעקסט איז דא עפעס א לױפנדע פארזעצונג פון אײנער װאס זײנע עלטערן האבן אים אדאפטעד אבער װאס איז א איד, און ער איז נישט (אפשר יא?), און ער געבױרט יעצט א צװילינג; און דער זײדע װיל מען זאל זײ מל'ן. אױך שרײבט דער זוהן א טאגביכל. און נאכדעם רעדט מען פון א באנדע װאס גנבענען קאװע-בונדלעך פון א פעלד אין מעקסיקא אבער ס'איז נישט בונדלעך; ס'איז עפעס אנדערש, און זײ װײסן נישט. און אײנער פון זײער טיעם װערט פארכאפט אונטער די דראהאונג פון א 'קאלטע מעטאל' צו זײן האלדז. בקיצור ס'איז שפאנענד װי זײ רופן עס. ס'איז שװער צו כאפן די מעשה נאר פון אײן װאך. ער איז נישט קײן שלעכטע שרײבער. פ. גאלד.

װײטער איז דא עפעס א נארישע אומקלארע בילד פון דרײ אלטע אידן בודק זײן א עירוב. געברענגט טוּ יוּ עקסקלוסיװלי בײ רב ישכר בעריש װײס.

נאכדעם איז דא 'סעסיע' פון שמעון גרין. ער שײנט צו זײן א טעראפיסט װאס פראקט אױס זײנע פרײװעט סעשאנס מיט עלטערן, אױף די שפאלטענעס פון די מאמענט. טאקע אלעס אהן נעמען און פרײװעט אינפאו. די װאך רעדט ער פון א טאטע װאס האט א פראבלעמאטיש אינגל; ער שלאגט אסאך זײן אינגערע ברודער. ער, שמעון, לײדט אױך אביסל פון צופיהל דזשענערלײזען גרוּפּס:
1751929944870.jpeg


נאכדעם פאלױד דער מאמענט מיט א שמועס צוזאמען מיט א איד, א בן בלי שם, װאס האט יעצט צום ערשטן מאל חתונה געמאכט א טאכטער; מזל טוב!, ברוך השם אז ער האט נישט געדארפט בארגן. צװישן אנדערע מקורות, האט ער זיך אױך באנוצט מיט זײן טאכטער'ס ארבעט'ס װֿעידזשעס, און ער פארשפרעכט ס'איז נארמאל:
1751930740403.jpeg

1751930229546.jpeg


ואחרון אחרון חביב אין די 'מעין מאמענט' (נישט פלוס) איז דוד װײנפעלד װעגן די אָפּיוּם מלחמות מיט טשײנע. אין די נעקסטע הודעה.
 
לעצט רעדאגירט:
אגב. שמעון גרין האט אמאל נישט געהאט קיין לייסענס. היינט ווייס איך נישט. אבער דער האט זיכער פראקטיצירט א שיינע פאר יארן אן לייסענס. ער האט מיר געזאגט אין יענע יארן אז ADHD איז נישט קיין עכטע זאך, די מלמדים האבן דאס אויפגעטראפן צו לעיבלען יו ווי'ס
 
חלק א'
סאױ נעקסט אױף די ליסטע האב איך מחליט געװען צו נעמען אַן ארטיקל פון 'דער מאמענט' װאס זוכט מכלומרשט פארצײלן פאקטן, װי למשל היסטאריע, און אדורכקאָמבּען, פֿעקט טשעקן, און זעהן אױב מען קען באשטעטיגן װאס דער שרײבערל פארצײלט, פון דרױסענדיגע מקורות.

איך האב געקליבן דער 'מרדכי װאנונו ארטיקל דער װאך און מ'גײט זעהן װיפיהל טעותים ס'האט?, װיפיל אינטרעסאנטע שטיקלעך אינפארמאציע עס איז דא אױף די געװעבּ בחינם, װאס דער ארטיקל ברענגט נישט? און אױך, װאו דער שרײבער פארלײגט זיך מיט אַן אגענדע? איז ער דא צו פרובירן פּוּשן א נאראטיװ? קומט עס פון א קנאות'דיגער שטאנדפונקט אדער פון א לינקער ענגל?, וכדומה.

איך װײס נישט פון װאו ער שרײבט נאך אבער לכאו' נישט פון דער ענגלישער װיקיפידיע (איך האב נאר געקוקט די ענגלישע װײל ס'איז מיר גרינגער געװען מיט דעם אהנצופאנגען), אלזא גײט מען טרײען צו קאמפּערן מיט װאס װיקי זאגט. אגב, דער שרײבער'ס נאמען איז מאיר שטײן, מסתמא פאלש, אבער אזױ צו אזױ קען איך אים נישט; סאױ כ'האב נישט קעגן אים פערזענליך גארנישט. אקעי. און מען גײט אױך אהננעמען אז װיקיפידיע, איבערהױפט װי ס'דא סױרסעס, איז באגלײבט נאך אזױ װי דער מאיר שטײן אהן קײן שום מקור. און מיטדעם פאנג איך אהן.

(ער הױבט באמת אהן די ארטיקל אביסל פריער, אבער יענץ לײג איך אװעק פאר א שפעטערע פױנט).

View attachment 6439
װיקי זאגט אז הײנט האט אר"י צװישן 90 און 400 באמבעלעך:
View attachment 6441

אפשר האט זיך שטײן פארמישט מיט װאס װאנונו האט געזאגט דעמאלס אין 1986, אבער ער האט געזאגט צװישן 100 און און 200. אקעי, נישט געפערליך:
View attachment 6440
אבער דאס אז קלארע באװײזן האט נישט עקזעסטירט ביז דער װאנונו פרשה איז זיכער נישט אקוראט:
View attachment 6442
זעה אױך די װעלא אינצידענט.

נאך פון די מאמענט ארטיקל
View attachment 6448
הײבט זיך נישט אהן; זײן טאטע האט געפירט א גראסערי. נאך אין מאראקא האט ער געהאט אײנס:
View attachment 6444
View attachment 6445
הײבט זיך נישט אהן, זײן איבערלאזן אידישקײט האט נישט געהאט מיט די מיליטער צוטוהן, אַקאָרדינג צו װאנונו אלײנס:
View attachment 6446
וויקיפעדיע איז נישט קיין אייזענע מקור
לדוגמא דא האסטו וויקיפעדיע און עברית שטייט יא אז זיין טאטע האט פארקויפט תשמישי קדושה
א זאך וואס שטייט דארט קען פשוט קומען פון עני צייטונג בפרט ווען מען רעדט פון אומוויכטיגע פרטים
 

בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20250707-194110.png
    Screenshot_20250707-194110.png
    87 KB · געזען: 5
סאױ װעגן דוד װײנפעלד איז אזױ. ער איז בכלל נישט שלעכט. פון צװישן אלע אנדערע (פֿעקטשועל באזירטע ארטיקלען) װאס כ'האב געזעהן ביז יעצט איז ער די מערסטע אקוראט. למשל, ער זאגט דא:
20250708_002730[1].jpg

און װען איך האב עס נאכגעקוקט אין װיקי:
Screenshot 2025-07-07 221242.png

Screenshot 2025-07-07 221202.png

נאר געװענליך, װען מען רעדט פון יאר-הונדערטס, זאגט מען נישט פריהע 1800ערס נאר מען זאגט פריהע 19טע יארהונדערט.

אבער מיט דעם אלעם (קען זײן װײל ער װיל זיך האלטן קורץ קאָנסײס) האב איך פונדעסטװעגן געפינען אװערסימפּליפֿיקעישאנס און סובּטעל אינ-אַקוּרעסיס.

איך װיל אײך באמת נישט באמולטשען מיט צופיהל װיקי אבער דאס אײנמאל, װעל איך עס טוהן כדי מען זאל פארשטײן פארװאס ס'איז אזױ װיכטיג אז א שרײבער זאל טוהן אס אך ריסױרטש פאר'ן שרײבן אַן ארטיקל װעגן א היסטארישע נושא, ספעציעל אױב דעקט עס א לאנגע תקופה און ספעציעל אױב דו װילסט מאכן װײט-גרײכנדע קלעימס, װי באשולדיגן די 'בריטיש גארװערנמענט' אז זײ האבן עקשולי אױסגעטראכט, אינישיעיטעד און קאנטראלירט די דראג אימפארט צו טשײנע, װי אײדער טשיפֿלי די איסט אינדיען קאמפאני (און שפעטער אנדערע פרײװעט קאמפאניס), מיט סוּפאָרט פון דער בריטיש גאװערנמענט צו גאראנטיען זײערע פארלוסטן.
1751931689743.jpeg

1751931739766.jpeg

סאױ, קודם איז נישט אינגאנצן אמת אז כינע האט נישט אימפארטירט פון די װעסט; ס'קוקט אױס װײנפעלד האט א דראנג צוצוגלײכן הײנטיגע פאליטיקעל סױרקאמסטענסעס צו דעמאלס, װאס איז אװדאי נישט די זעלבע.
טשײנע האט אײגענטליך אימפארטירט פון אמעריקע גרעינס, ניסלעך, קארן, סװֿיט פאטעיטא און אפילו טײערע פֿעלן. כינע האט אפילו פארגרעסערט זײערע אהנגעהאנגענשאפט אױף די מעבר-לים מארקעטס, דורכאױס די קװֿינג דינאסטיע:
Screenshot 2025-07-07 223532.png

Screenshot 2025-07-07 230205.png

Screenshot 2025-07-07 225944.png

אמת, טשײנע האט, בעפאר די אפיום װֿאָרס, קובע געװען נאר אײן פּאָרט צו טרעידן מיט די װעסט (און זײ האבן אפי' געהאט א סורפלוס מיט די װעסט) אבער דאס איז געװען צוליב אנדערע סיבות װי אײדער סתם נישט זײן אינטרעסירט אדער נישט זײן אין ניד פון דרױסענדיגע פראדוקטן. דאס האט געהאט צוטוהן מיט אישוס פון מאנאפּאלי, קאסטום שטײערן און א היבש ביסל קארופציע:
Screenshot 2025-07-07 223757.png

Screenshot 2025-07-07 232959.png
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top