מאמענט - וועכנטליכע אויסגאבע

פון די סוכות מאמענט'ס אינטערוויא מיט קאנגרעסמען רענדי פיין וואס האט זיך באקאנט געמאכט מיט זיין די ערשטער צי גיין מיט א קאפל א גאנצן צייט.

ער רעדט דא פון די סעלף העיטינג דזשוס וואס דרייען אים אראפ דעם קאפ אין די קארידארן פון קאנגרעס.

1760904049206.webp

איך בין דן לכף זכות די מאמענט שטאב אז זיי האבן געווארלט שרייבן "ארויסשיסן" 🤣
 
שיטן אין אידיש מיינט גיסן (ארויסשיטן = ארויסגיסן), ס'האט נישט דוקא מיט די ענגלישע שיטן צו טון..
 
wow! כ'קען טאקע נישט קיין אידיש..

שיטן איז א געהעריגע אידישע ווארט? סא ווען מיין קאווע גיסט זיך אויס אין שול קען איך זאגן "אה, שיט"?
 
שיטן אין אידיש מיינט גיסן (ארויסשיטן = ארויסגיסן), ס'האט נישט דוקא מיט די ענגלישע שיטן צו טון..
יאפ. מיין באבע פלעגט מיר אנשיטן א שאל (מיט א קמ"ץ) מילך...
 
א גוטן מועד הייליגע ברודערס מיינע,

עפעס האבן מיר די מאמענט דעקלעך געכאפט די יום טוב און איך האב באשלאסן צו צאלן די פאר טאלער און האפן פאר די בעסט, ס'איז דאך ליידער נישטא קיין כוואליעס ַ

נאכן ליינען די ארטיקלען וואס האט מיר אינטערעסירט, און דורכבליקן דאס איבעריגע, האב איך אסאך בויכוויי ארויסצוגעבן (צוזאמען מיט די מצות בויכוויי).

פאר איך שרייב א לאנגס און א ברייטס בין איך נייגעריג וואס אנדערע האבן צו זאגן אויף די יעצטיגע מאמענט און זייערע ארטיקלען.
 
אויף אייוועלט זענען זיי אלע מאריך, איך זעה רוב זענען אביסל דיסעפוינטעד, אבער כמעט יעדער האט הנאה פון די גור ארטיקל, ארי ווייזער, און נאך עטליכע.
 
מיר האט נישט געשמעקט אז זיי האבן נישט דערמאנט ר' שאול אלתר אין די ארטיקל איבער גור, אז זיי האבן געמוזט אריינווארפן איבער יואלי לאנדא, כאילו אלעס אין דער וועלט דרייט זיך ארום סאטמאר און זייער קנאות, אז דו רעדסט איבער גור פאקוס איבער גור, מוזט נישט אריינווארפן סאטמארע שטיקלעך דארט, מילא ווען ס'איז א לאנגע ארטיקל, די ארטיקל איבער גורע רבי אליינס איז היבש קורץ, די איבריגע ארטיקל איבער די גורע היסטאריע איז היבש אינטערסאנט.

ברסלב איז אויך גוט, אבער מ'האט נישט דערמאנט בערלאנד דארט, ער איז טאקע א משוגענער אבער נישט רעדן איבער אזא צאנטראלע נאמען אין ברסלב מאכט נישט קיין סענס פאר א זשורנאליסטישע ארבעט.

מנחם גאלדס ארטיקל איבער די מלחמה אין איראן האב איך זייער נישט ליב געהאט, ער האט אונטערגעריסן אונזער קעניג טראמפ און זיין סוקסעספולע מלחמה, די ארטיקל איבער די רוסישע שפיאן איז זייער גוט.

די ארי סאמעט ארטיקל איז זייער גוט, ס'ברענגט ארויס זיינע אומבאקאנטע שטריכן און ס'איז היבש אינטערסאנט, ספעציעל זיין יתמות און וואס ס'האט אויסגעקלאפט אויף אים.
 
די שלום געשטעטנער ארטיקל האט מיך מוראדיג געכאפט. ממש פלאות
 
ברסלב איז אויך גוט, אבער מ'האט נישט דערמאנט בערלאנד דארט, ער איז טאקע א משוגענער אבער נישט רעדן איבער אזא צאנטראלע נאמען אין ברסלב מאכט נישט קיין סענס פאר א זשורנאליסטישע ארבעט
ס'איז גאר נערמאל אים נישט צו באשרייבען, יעדער ווייסט זיינע מעשים טובים...
 
Back
Top