מאמענט - וועכנטליכע אויסגאבע

פון די סוכות מאמענט'ס אינטערוויא מיט קאנגרעסמען רענדי פיין וואס האט זיך באקאנט געמאכט מיט זיין די ערשטער צי גיין מיט א קאפל א גאנצן צייט.

ער רעדט דא פון די סעלף העיטינג דזשוס וואס דרייען אים אראפ דעם קאפ אין די קארידארן פון קאנגרעס.

1760904049206.webp

איך בין דן לכף זכות די מאמענט שטאב אז זיי האבן געווארלט שרייבן "ארויסשיסן" 🤣
 
איך בין דן לכף זכות די מאמענט שטאב אז זיי האבן געווארלט שרייבן "ארויסשיסן" 🤣

שיטן אין אידיש מיינט גיסן (ארויסשיטן = ארויסגיסן), ס'האט נישט דוקא מיט די ענגלישע שיטן צו טון..
 
שיטן אין אידיש מיינט גיסן (ארויסשיטן = ארויסגיסן), ס'האט נישט דוקא מיט די ענגלישע שיטן צו טון..
wow! כ'קען טאקע נישט קיין אידיש..

שיטן איז א געהעריגע אידישע ווארט? סא ווען מיין קאווע גיסט זיך אויס אין שול קען איך זאגן "אה, שיט"?
 
שיטן אין אידיש מיינט גיסן (ארויסשיטן = ארויסגיסן), ס'האט נישט דוקא מיט די ענגלישע שיטן צו טון..
יאפ. מיין באבע פלעגט מיר אנשיטן א שאל (מיט א קמ"ץ) מילך...
 
א גוטן מועד הייליגע ברודערס מיינע,

עפעס האבן מיר די מאמענט דעקלעך געכאפט די יום טוב און איך האב באשלאסן צו צאלן די פאר טאלער און האפן פאר די בעסט, ס'איז דאך ליידער נישטא קיין כוואליעס ַ

נאכן ליינען די ארטיקלען וואס האט מיר אינטערעסירט, און דורכבליקן דאס איבעריגע, האב איך אסאך בויכוויי ארויסצוגעבן (צוזאמען מיט די מצות בויכוויי).

פאר איך שרייב א לאנגס און א ברייטס בין איך נייגעריג וואס אנדערע האבן צו זאגן אויף די יעצטיגע מאמענט און זייערע ארטיקלען.
 
אויף אייוועלט זענען זיי אלע מאריך, איך זעה רוב זענען אביסל דיסעפוינטעד, אבער כמעט יעדער האט הנאה פון די גור ארטיקל, ארי ווייזער, און נאך עטליכע.
 
מיר האט נישט געשמעקט אז זיי האבן נישט דערמאנט ר' שאול אלתר אין די ארטיקל איבער גור. אז זיי האבן געמוזט אריינווארפן איבער יואלי לאנדא, כאילו אלעס אין דער וועלט דרייט זיך ארום סאטמאר און זייער קנאות, אז דו רעדסט איבער גור פאקוס איבער גור, מוזט נישט אריינווארפן סאטמארע שטיקלעך דארט, מילא ווען ס'איז א לאנגע ארטיקל, די ארטיקל איבער גורע רבי אליינס איז היבש קורץ. די איבריגע ארטיקל איבער די גורע היסטאריע איז היבש אינטערסאנט.

ברסלב איז אויך גוט, אבער מ'האט נישט דערמאנט בערלאנד דארט, ער איז טאקע א משוגענער אבער נישט רעדן איבער אזא צאנטראלע נאמען אין ברסלב מאכט נישט קיין סענס פאר א זשורנאליסטישע ארבעט.

מנחם גאלדס ארטיקל איבער די מלחמה אין איראן האב איך זייער נישט ליב געהאט, ער האט אונטערגעריסן אונזער קעניג טראמפ און זיין סוקסעספולע מלחמה, די ארטיקל איבער די רוסישע שפיאן איז זייער גוט.

די ארי סאמעט ארטיקל איז זייער גוט, ס'ברענגט ארויס זיינע אומבאקאנטע שטריכן און ס'איז היבש אינטערסאנט, ספעציעל זיין יתמות און וואס ס'האט אויסגעקלאפט אויף אים.
 
לעצט רעדאגירט:
מיר האט נישט געשמעקט אז זיי האבן נישט דערמאנט ר' שאול אלתר אין די ארטיקל איבער גור, אז זיי האבן געמוזט אריינווארפן איבער יואלי לאנדא, כאילו אלעס אין דער וועלט דרייט זיך ארום סאטמאר און זייער קנאות, אז דו רעדסט איבער גור פאקוס איבער גור, מוזט נישט אריינווארפן סאטמארע שטיקלעך דארט, מילא ווען ס'איז א לאנגע ארטיקל, די ארטיקל איבער גורע רבי אליינס איז היבש קורץ, די איבריגע ארטיקל איבער די גורע היסטאריע איז היבש אינטערסאנט.

ברסלב איז אויך גוט, אבער מ'האט נישט דערמאנט בערלאנד דארט, ער איז טאקע א משוגענער אבער נישט רעדן איבער אזא צאנטראלע נאמען אין ברסלב מאכט נישט קיין סענס פאר א זשורנאליסטישע ארבעט.

מנחם גאלדס ארטיקל איבער די מלחמה אין איראן האב איך זייער נישט ליב געהאט, ער האט אונטערגעריסן אונזער קעניג טראמפ און זיין סוקסעספולע מלחמה, די ארטיקל איבער די רוסישע שפיאן איז זייער גוט.

די ארי סאמעט ארטיקל איז זייער גוט, ס'ברענגט ארויס זיינע אומבאקאנטע שטריכן און ס'איז היבש אינטערסאנט, ספעציעל זיין יתמות און וואס ס'האט אויסגעקלאפט אויף אים.
די שלום געשטעטנער ארטיקל האט מיך מוראדיג געכאפט. ממש פלאות
 
ברסלב איז אויך גוט, אבער מ'האט נישט דערמאנט בערלאנד דארט, ער איז טאקע א משוגענער אבער נישט רעדן איבער אזא צאנטראלע נאמען אין ברסלב מאכט נישט קיין סענס פאר א זשורנאליסטישע ארבעט
ס'איז גאר נערמאל אים נישט צו באשרייבען, יעדער ווייסט זיינע מעשים טובים...
 
אויף אייוועלט זענען זיי אלע מאריך, איך זעה רוב זענען אביסל דיסעפוינטעד, אבער כמעט יעדער האט הנאה פון די גור ארטיקל, ארי ווייזער, און נאך עטליכע.
איך האב נעכטן נאכט געבליקט דארט. ארויסגעווארפן א שעה פאר גארנישט.
1. טענה'ריי איבער גור.
2. טענה'ריי איבער ברסלב.
3. עפעס באגייסטערניש איבער די אדער יענע ארטיקל.
4. צו די "מעקער" איז שוין יא אדער נישט דא געווען, און צו איינער גייט זיין שולדיג אז מ'גייט מעקן וכו'.

נישט דאס האב איך געמיינט מיטן אנאליזירן ארטיקלען.
 
מיר האט נישט געשמעקט אז זיי האבן נישט דערמאנט ר' שאול אלתר אין די ארטיקל איבער גור. אז זיי האבן געמוזט אריינווארפן איבער יואלי לאנדא, כאילו אלעס אין דער וועלט דרייט זיך ארום סאטמאר און זייער קנאות, אז דו רעדסט איבער גור פאקוס איבער גור, מוזט נישט אריינווארפן סאטמארע שטיקלעך דארט, מילא ווען ס'איז א לאנגע ארטיקל, די ארטיקל איבער גורע רבי אליינס איז היבש קורץ. די איבריגע ארטיקל איבער די גורע היסטאריע איז היבש אינטערסאנט.

ברסלב איז אויך גוט, אבער מ'האט נישט דערמאנט בערלאנד דארט, ער איז טאקע א משוגענער אבער נישט רעדן איבער אזא צאנטראלע נאמען אין ברסלב מאכט נישט קיין סענס פאר א זשורנאליסטישע ארבעט.
די צוויי זאכן האבן מיר אויך געאיבלט. א מין קינדישקייט וואס הערשט. שוין.

איך מוז נאכאלץ זאגן אז דאס עצם שרייבן איבער רבנים וואס האבן אנדערע שיטות איבער כלמפערשטע יסודות הדת, און רופן יעדעם מיט די זעלבע שיינע טיטל... נישט געווען אין מיינע צייטן. מאמענט איז געקומען א ווייטע וועג מיין איך. איך האב נישט ערווארטעט צו זען פלוצלינג א וועקער סטיל פארש ארבעט.
 
א גאסט אויף א ווייל זעהט א מייל, זאגט די וועלט.
וויבאלד איך קויף נישט געווענליך די מאמענט איז מיר גרינגער צו זעהן די ביסלעכווייזע טויש אין קולטור וואס זעהט זיך אן אין די מאגאזין.

צוערשט, אינטערנעט איז אפיציעל עקסעפטעט, און נישט נאר לצורך פרנסה. טראץ דעם וואס זיי באווארענען זיך בעפאר די מייקראסאפט אינטערוויו אז זיי שטיצן חלילה נישט עי איי און אינטערנעט שלא לצורך פרנסה, זעהט מען למעשה שיינע אינטערוויוס מיט פערלאוויטש, און מיט ארי סאמעט, אפי' זיי זענען אפן אויף יוטוב און אנדערע סאשעל מידיע. ס'איז כאילו מען שפילט אזא כמו געים. יעדער ווייסט אז יעדער איז אויף די אינטערנעט אבער מען שפילט כאילו מ'איז נישט.

(ס'איז נישט נאר ווידעא און אינטערנעט וואס איז געהעריג עקסעפטעט, נגינה קרליבך און יהודה גרין זענען געהעריג באשריבן אלס כשר'ע אידישע מוזיק. עפעס וואס א אידישע מאגאזין וואלט זיך נישט געוואגט פאר צען יאר צוריק (אזוי מיין איך). די איינציגסטע פּושבעק פאר "גויאישע מוזיק" איז אויף די "הוּד" ניגון פון ארי סאמעט, און אויך דארט איז נאר בדרך שאלה און מען לאזט איהם זיך פארענטפערן.)

***

ציטאטן וואס איך בין געווען שאקירט (און גראדע הנאה געהאט) צו טרעפן אין מאמענט:

ברוך וויינשטאק - כוואליעס (אגב, זייער נישט שיין צו גנב'נען א נאמען פון א קאנקורענט. לאל)
1000613811.webp

די איראניע דאס צו טרעפן אין אן צענזורירטע מאגאזין איז זעלבסט פארשטענדליך.
ווי אויך בכלל צו דערמאנען די בוך איז מיר א חידוש... ווער עס האט דאס געליינט פארשטייט וואס איך מיין.

האלבע ווערטער - פיני גליק
1000613821.webp

דאס הערט זיך נישט ווי א טראדיציאנעלן חסידישע מהלך המחשבה. ס'איז א שטיקל קורקעגארד אדער וויליאם זשעימס. (@מי אני העלף מיר ארויס.)
 
לעצט רעדאגירט:
האלבע ווערטער - פיני גליק

1000613821.webp

איך האב זייער קאנעקטעד מיט דעם ליין, און איך מיין אז דאס איז מסכם די נייע דור אין איין ליין.
איך פארשטיי נישט קיין אמונה און נישט קיין כפירה, לאמיר זיין פראקטיש און האבן א גוטן לעבן.
זיי/אונז זענען נישט פרא אדער אנטי אידישקייט, עס איז אזויווי וועסט מיר פרעגן צי איך האלט פון גאָטשי אדער לאָי וויטאָן, איך פארשטיי זיי ביידע נישט, עס מאכט מיר נישט אויס.
איך בין ביזי ארבייטען, פארברענגן מיט חבירים און משפחה, און האבן פאן. זיין פארנומען מיט פיליזאפישע עניינים ברענגט מיר נישט גארנישט.
קודאס פארן מאמענט פארן עס נישט שטיפן אינטערן קארפעט, און זיין רעאליסטיש. (אויב האבן זיי בכלל געכאפט וואס ער שרייבט דא)
 
איך פיל ער אליינס ווייסט אויך נישט וואס ער זאגט . דעי ווערטער איז האלב וועגס כפירה! און מען לאזט דורך זיינע ווערטער ווייל ער הייסט א ערליכע נישט אויפגעקלערטע יונגערמאן סאוי לאזט מען עס אדורך סגליטש זיך אזוי אריבער

קענסט נאך מאכן א גאנצע באלאגאן אויף אייוועלט דערוועגן אז דו ווילסט האבן פאן
 
Back
Top