מאמענט - וועכנטליכע אויסגאבע

איי געס ווייל ס'נישטא די ענטפער אויף אלעס
אין חב"ד זענען די בחורים אסאך מער אפען ווי ביי אונז און זיי ווייסען אויך אז אויף נישט אלעס דארף מען אן ענטפער, משא"כ אונז רעדט מען איין אז אלעס האט אן ענטפער...
 
נאך פון פיני גליק

"ווי אזוי צי זיין די חכם אין יעדע דיסקוסיע?:
אויב יענער זאגט דיר איין זאך, זיי אים מסביר אז בעצם זאגט ער צוויי זאכן,
אין אויב יענער זאגט צוויי זאכן, זיי אים מסביר אז בעצם איז עס איין זאך,"
😂
 
אז דו שרייבסט שוין יא פון פיני, דאס האסטו נאך צוויי געדאנקען וואס איך האב הנאה געהאט


Pinny (1).webp


Pinny (2).webp
 
איי געס ווייל ס'נישטא די ענטפער אויף אלעס
מיך האט מען אויסגעלערנט אז, די קריסטן האבן נישט קיין תרצים, טארן זיי נישט פרעגן,

אינז דארף מיר נישט קיין תרצים, אינז איז נישט קיין פראבלעם אז איך ווייס נישט די תריץ.
 
פון פיני גליק/מאמענט, א שטארקע ווארט!

"ס'גרינגער, אין מער פארזיכערט, מחנך צי זיין א דור וואס איז ' גענוג תמימות'דיג נישט צי פרעגן' ווי ' גענוג קלוג צו פארשטיין די תירוצים'"
איך זעה ס'דארף אביסל מער הסבר..

די ערשטע מינוט ווען כ'האב עס געליינט האב איך געטראכט, הלמאי? פארוואס איז נישט מער פארזיכערט צי מחנך זיין קינדער וואס גייען פארשטיין די תירוצים? אז זיי פארשטייען איז דאך גוט..

אלא מאי, מוז מען זאגן, אז די תירוצים וואס אינז האבן אויף אסאך זאכן וואס אינז טו מיר, האבן אן עקספרעישן דעיט.. ווען מ'ווערט כ'ווייס 22 23 ווערן די תירוצים עקספייערט, אין מ'בלייבט הענגן מיט די קשיות,

פארדעם זאגט פיני'ען אז ווען די ביזט מחנך דיינע קינדער אין קרית יואל ביזטו סאך מער פארזיכערט, דארט איז מען גענוג תמימות'דיג נישט צי פרעגן..
אין אז גארנישט אין נישט שווער איז פערפעקט..

בעסער?
 
וואס האלט דערעולם איבער די סרוצקין ארטיקל?
צו מיר האט עס אויסגעקוקט ווי דער האט באצאלט פארן פראנט קאווער און אפעלירט דירעקט צו יואלי לאנדא..
 
וואס האלט דערעולם איבער די סרוצקין ארטיקל?
צו מיר האט עס אויסגעקוקט ווי דער האט באצאלט פארן פראנט קאווער און אפעלירט דירעקט צו יואלי לאנדא..
אוועדאע איז דאס געווען
 
מיך האט מען אויסגעלערנט אז, די קריסטן האבן נישט קיין תרצים, טארן זיי נישט פרעגן,

אינז דארף מיר נישט קיין תרצים, אינז איז נישט קיין פראבלעם אז איך ווייס נישט די תריץ.
איי די מאכסט מיך לאכן...... ווען אלס קינד פלעגט מען אין אונז אריינפרעדיגן אז אונז זענען די אמת'ע רעליגיע ווייל די גלחים לאזן נישט פרעגן קשיות,
ביז דער צדיק'ל ווערט גרויס און הייבט אן צי פרעגן קשיות, און מ'פארשטאפט איהם די מויל "דו אויבער חכם!!" כופר!! אונז זענען נישט קליגער פון אונזערע עלטערן......
יא יא, ביי אונז קען מען פרעגן......
(אגב ס'איז טאקע דא אידן וועם מ'קען פרעגן און זיי ווייסן וואס צי ענפערן, נאר אין די 'סיסטעם' קען מען נישט פרעגן, ווייל עס איז טאקע א נייע רעליגיע.... 🤪 )
 
זייער אינטערעסאנט פאר די מאמענט אריינצושטעלן אזא פאשקעוויל סטייל צעטל אין די מאמענט פלאס.
ס'איז באצאלט?
אפשר גאר א חנופה? 🤔
1000258011.webp
 
זייער אינטערעסאנט פאר די מאמענט אריינצושטעלן אזא פאשקעוויל סטייל צעטל אין די מאמענט פלאס.
ס'איז באצאלט?
אפשר גאר א חנופה? 🤔
View attachment 8693
די ניעע עקזעקוטיוו דירעקטאר פין די מאמענט, חיים אייזיק שווארץ, קימט פין די היימשטאט, און ער גלייכט זייער די נושא, סאיז שוין די דריטע מאל וואס ער שטיפט אריין דעי סארט פאליטיק צווישן די בלעטער פין די מאמענט די לעצטע יאר צייט,

סאיז דא וואס זאגן אז סאיז א פלעינע ביזנעס אינוועסטמעט צי לאזן פארקויפן די מאמענט אין קרית יואל, און פאקט קען מען שוין לעצטנס קויפן די מאמענט אימאפיצעל אין איין גראסערי אין קרית יואל
 
זיכער באצאלט
 
אויב יואלי לאנדא קען באצאלען אלע מאגעזינען צו פאמפען זיינע שמוץ קען אהרן טייטלבוים אויך
 
Back
Top