דאס ענדלט עפעס גאר שטארק (אפשר צו שטארק... ) צו וואס @אלפא האט געשריבן א וויילע צוריק.פיני גליק שמוגלט כסדר דורך אזאנע זאצן, אבער פאר סאם ריזען באקומט ער א פעס אזוי ווי יוסי בראך פון בין פארן.
קען זיין וויבאלד ביי די פרומע איז לעצטנס דא א נייע אויפוואכונג פון "איך דארף נישט דיין אמונה די עיקר וואס איך דארף איז דיין בעקיטשע"
אידער וועי, איך באלעק מיר די פינגער מיט פיני.
דא איז איינס ווי ער ווייפט די פלאר מיט די פעימעס "דריי מעשיות"![]()
דריי מעשיות - סגולה לפרנסה שוין איינמאל
דערציילנדיג די דריי מסוגל'דיגע מעשיות דעם פארגאנגענעם שבת ביים סעודה (בראנפן, דיינו, מאנקי,) האט עס געקליקט ביי מיר פארוואס דאס איז א סגולה פאר פרנסה. און נישט סתם א סגולה, נאר זאגאר אונזער בלו פרינט פון וויאזוי מיר טוען ביזנעס אלס היימישע אידן.
זייער פשוט:
די ערשטע מעשה לערנט אויס די כלל צו אויסמיידן טעקס. בראנפן, וואסער, נישט קיין חילוק, - אפי' די רביים וועלן דיר צוהעלפן מיטן שטיקל, אבער קיין שטייער באצאל ח"ו נישט.
די צווייטע מעשה לערנט אונז אפצונארן די רעגירונג. זיי שטעלן ארויס א פראגראם פאר די וואס זוכן רינגלעך - קודם שרייב דיך איין, מיט...