מנהלים אין מיידל שולעס

חסידיש משפיע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 11, 2024
מעסעדזשעס
183
רעאקציע ראטע
571
אין וועלכע חסידישע מיידל שולעס איז אנגענומען אז עס איז דא א מנהל (זכר) וואס דרייט זיך צווישן די מיידלך?
 
איז דאס נישט היפאקריטיש?
דא פרעדיגט מען צניעות און דא דרייט זיך א זכר (מסתמא נישט געמאכט פון פלסטיק...) צווישן די מיידלעך?

נאך חסידות אויך אדער נאר סאקמער?
 
מיין אפיניען: דער מייסד פון דעם קהילה איז געווען א הייליגע איד און ער האט אויפגענומען איינער וואס איז געווען ראוי לאותו איצטלא.. (ער האט זיך אליין אפגעגעבן און אוועקגעגעבן צייט צו זיצן כסדר מיט אים און כידוע האט ער אויסגעטון זיין היט כדי ער זאל זיך פילן באקוועם צו פארציילן און אלעס שמועסן אפענערהייט) נאר די מהלך וואס ער האט אוועקגעשטלט איז געווען מיטן חשבון אז משיח איז שוין אט אט דא - נישט אז ס׳זאל אזוי פארן פאר פיהל יארן לאחר פטירתו..
 
סיי די מייסד און סיי דעם ראוי לאותו איצטלי, זענען געווען בני אדם געמאכט פון פלייש און ביין.
 
נע, ווען די וואלטס געקענט די סאטמאר׳ע מנהלים וואלסטו נישט געשריבן אז זענען געמאכט פון בלוט, ביינער האבן זיי יא געהאט.
מענטשן זענען זיי זיכער נישט…
 
ר' בנימין הערש ע"ה דערציילט, אז ווען ער האט געזאגט צום רבי'ן אז ער האט נסיונות אין סקול פון די מיידלעך, האט דער רבי זי"ע אים געהייסען גיין יעדען צופרי נאך געלט פאר 2 שעה אין די שול, כדי צו ווערן ניצול פון די נסיונות, וכן היה נוהג כל ימיו
 
איז דאס נישט היפאקריטיש?
דא פרעדיגט מען צניעות און דא דרייט זיך א זכר (מסתמא נישט געמאכט פון פלסטיק...) צווישן די מיידלעך?

נאך חסידות אויך אדער נאר סאקמער?
ס'איז נישט בלויז היפאקריטיש, ס'איז ממש נישט אויסגעהאלטן!

ס'איז אקעגן א בפירוש הלכה אין שולחן ערוך (אבן האזר כב-טו) בלי שום חולק: "אין ממנין אפילו אדם נאמן וכשר להיות שומר בחצר שיש בו נשים, אע"פ שהוא עומד בחוץ, שאין אפוטרופוס לעריות"

דאס טייטשט אז אפילו במקום וואס ס'איז נישטא קיין חשש משום איסור יחוד, דאך טאר א מאן נישט זיין א שומר בחצר שיש בו נשים
 
עת לעשות לה' הפרו תורתך.

אין יעדע דור מאכן די רבנים געוויסע שינוים לצורך השעה.

ר' משה פיינשטיין מיט חלב סתם.
ר' יואל טייטלבוים מיט הירץ פרענקל ביי די מיידלעך.

דור דור ודורשיו
 
עת לעשות לה' הפרו תורתך.
ס'דא א גרויסע חילוק צווישן די צוויי זאכן,

עיין בגמרא יבמות דף צ' אז בי"ד מתנין לעקור דבר מן התורה איז דוקא בשב ואל תעשה (למשל נישט בלאזן שופר אום שבת), אבער בקום ועשה האט בית דין נישט קיין כח! בית דין (און כל שכן א איינצלנע רב/רבי) קען דיך נישט זאגן: האב חתונה מיט א נדה, אדער זיי עובר בקום ועשה אויף סיי וועלכע איסור
 
אין יעדע דור מאכן די רבנים געוויסע שינוים לצורך השעה.

ר' יואל טייטלבוים מיט הירץ פרענקל ביי די מיידלעך.
אפשר קענסטו מסביר זיין וואספארא 'צורך השעה' קען פאסיבלי זיין פארוואס מ'מוז דייקא האבן א מאנספערזאן זאל האבן אויפזיכט איבער מיידלעך? :unsure:
 
ס'איז היבש קלאר פון מיינע ווערטער אז איך בין סארקאסטיש. ניין?
you got me.... 🤣

נעקסט טיים לייג אן עמאודזשי... מ'קען נישט וויסן היינטיגע צייטן, איבערהויפט מיט די לעצטערע אנלויף פון פרישע ניקים א דאנק די ענינים העומדים על הפרק וועלכע אייוועלט צענזורירט
 
ס'איז נישט בלויז היפאקריטיש, ס'איז ממש נישט אויסגעהאלטן!

ס'איז אקעגן א בפירוש הלכה אין שולחן ערוך (אבן האזר כב-טו) בלי שום חולק: "אין ממנין אפילו אדם נאמן וכשר להיות שומר בחצר שיש בו נשים, אע"פ שהוא עומד בחוץ, שאין אפוטרופוס לעריות"

דאס טייטשט אז אפילו במקום וואס ס'איז נישטא קיין חשש משום איסור יחוד, דאך טאר א מאן נישט זיין א שומר בחצר שיש בו נשים
האט איינער אמאל פארגעהאלטן די סאטמערער רבנים וועגן דעם?
אני שמעתי אז איינער פון די סאטמער דיינים האבן געזאגט "אונז זענען נישט קלוגער פון רבין זכרונו לברכה".....
 
Back
Top