שמייכעל
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יוני 5, 2025
- מעסעדזשעס
- 403
- רעאקציע ראטע
- 1,433
- פונקטן
- 213
איך האב מיך בייגעשטייערט פאר ישיבת זכרון צבי ספינקע בקרי; ביטע טוהט דאס אויך!
די 4 גדולי הדור ביים מנחם אבל זיין משפחת זאפיר פון רעכטס צו לינקס, סקולען רבי דער נעפיו פון וויליאמסבורג נישט דער פעטער סקולען ווילימאסבורג רבי. אונזער מחותן דער ראשע מסיבה מרדכי הערש שפיצער, ער רעדט טאקע דארטן, ווי אייביג... יואלי לאנדא דער גנב און גזלן אבער גרעסטער עושר פון די וועלט מער פון טרמפ אפילו. און לייביש ליש מיט פנים אוועק געדרייט פון בילד שארף לינקס דער מוישע גאבע פון מאטל זילבער מסטיטשין שליט''א.
*
דער פאנדרעיזער גייט איצט לייוו איך האב מיך משתתף געווען ווייל מרדכי הערש האט מיך אויסגעהערט און איך בין זיכער אז ער האט אנגענומען מיינע ווערטער, אז מער וועט ער נישט רעדן אזוי מיאוס.
איך באדאנק מרדכי הערש'ן פאר'ן זיך באמאכן אזוי שטארק אין פובליק פאר'ן היסטאריע אז קיינער וועט דאס מער נישט טאן, צו רעדן אזוי פרעך קעגן מינדעריעריגע בחורים ווי ''מות יומת''. אז איך טוה דאס ווען הערט קיינער נישט דערפון, מילא דינט נישט מיין טעות אין לעבן אלץ מוסר השכל פאר אנדערע. אבער אז מרדכי הערש שפיצער האט זיך אזוי באמאכט אין פובליק און אנגעמאכט אזא היסטארישע שטונק, וועלן אסאך אידן נאך אין ווייטן עתיד, זיך לערנען פון זיינע בושות נישט צו זאגן אזאנס ח''ו!
ועל זה אני אסור תודה לו און איך באצאל אים גוט געלט.
ממנו ילמדו וכן יעשו; טוהט מיך נאך שטיצט ר' מרדכי הערש'ס מויל זאל זיך ווייטער עפענען אבער איצט שוין בתשובת המשקל ער זאל רעדן בשבח פון זיינע תלמידים ווי ער טוהט אנליין אין זיין ''פאנדערעיזער פעידזש'' וואס איך ציטיר אהער, כאטש עס איז מסתם ליגענט מוז מען זאגן כלה נאה יאה וחסידה אפילו זי איז הונקעדיג קרעציג פימפלדיג און גרויליג ווי די רוחות זאגן חז''ל:
''
ישיבה של מעלה!
זעלטן ווען א נאמען פארציילט פשוט די געשיכטע. שילדערט דעם כאראקטער אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט. א ישיבה וואס טראגט ארויף די תלמידים מעלה מעלה. א ישיבה ווי יעדער תלמיד שטייגט און גרייכט עפעס אויסטערליש.
ישיבה תורת צבי, אין דעם אומגעגנט פון קרית יואל, אוועקגעשטעלט אלס מקום מוכשר פאר די תלמידים צו נתעלה ווערן. א ישיבה וואס קוקט אויף איין איינציגע ציהל: וויפיל קענען די תלמידים דא שטייגן און ווערן אוועקגעשטעלט אויף זייער לעבן לאורך ימים ושנים.
א בליק אויף די פנימ'ער פון די תלמידים שיינט ארויס א העכערן און קלארן ציהל אין לעבן, התמדה און ידיעת התורה מיט אן ערנסטקייט, דאס זענען די פירות פון א ישיבה וואו יעדער רגע אין טאג איז צוגעשטעלט אז די תלמידים זאלן ווערן מצויינים בתורה, חסידות, יראת שמים און מעשים טובים, צוקומען צו א תכלית הנרצה אויפן העכסטן שטייגער.
דער ראש ישיבה, דובר מישרים ומעורר לבבות הג"ר מרדכי הערש שפיטצער שליט"א, נישט קיין פרעמדער נאמען ביים יהדות החרדית אלס דער נאה דורש מיט א ריכטיגן און העכערן בליק אויף יעדן שריט אין לעבן, האלט די ישיבה און די חשוב'ע תלמידים אין פארנט פון די אויגן, ווי דאס איז זיין לעבנס מיסיע.
דאס באגלייט די תלמידים אנצוקומען לתכלית הנרצה, באגלייט מיט א שטאב וואס איז ממש איינס אין די וועלט, האנט געקליבן אז זיי זאלן קענען ארויסברענגען דאס בעסטע און מערסטע פון יעדן בחור ברוחניות ובגשמיות.
די תוצאות רעדן פאר זיך אליין, סיי אין די ישיבה קטנה און סיי אין די ישיבה גדולה, מיט קרוב צו צוויי הונדערט תלמידים, יעדער מיט א פלאן צו אנקומען צום ציהל ביים סיום הזמן, און דאס ווערט באגלייט פון ראש חודש חשון ביז ימי הסליחות אן אויפהער, די הונדערטער בלעטער גמרא וואס ער קען ישר והפוך בלי גמגום ביים גרויסן פארהער זענען געווארן באגלייט און מיטגעארבעט יעדן טאג פון יאר, און די אויסגעארבעטע שטריכן זענען פרי עמלם פון די ישיבה און די חשוב'ע שטאב.
און אלעס מיט א געשמאק און חסיד'ישן טעם, די תלמידים גייען ארויס פון ישיבה מסודר ביסוד מוסד פארן גאנצן לעבן. א תלמיד פון תורת צבי דספינקא איז א סימבאל פון א געשמאק אין אידישקייט אויף טריט און שריט.
די ישיבה איז נישט אין די שרייענדע קעפלעך טאג טאגליך, אבער איין מאל אצינד קומט די ישיבה ארויס מיט א רוף:
די ישיבה ברויך כלל ישראל'ס הילף!
די ישיבה איז דא מיט איין ציהל: יעדער בחור האט די כחות! מיר דארף אים העלפן עררייכן דעם רצון, און אזוי וועט ער בעז"ה אנקומען דאס ווייטסטע וואס ער קען - מער ווי ער ווייסט און גלייבט אליין.
כלל ישראל ווייסט אז די ישיבה האט די כחות דערצו, און טוט דאס ערמעגליכן מיט א שטארקייט און העכערונג אין די שטיצע!"
רופט אריין מיט אייער נדבה אויף זיין האטליין: 845-289-8330
Toras Tzvi | Dryve
תזכו למצות!
***
נ.ב.
דער פאוסט איז ארגינעל געשריבן געווארן אין א 'קרעמל-פנימי' שנירל, וואס איז פארמאכט פאר די וועלט. וואס דארטן דעבאטירן מיר מרדכי הערש שפיצער'ס שפראך וראש ישיבהשאפט. אבער וויבאלד כ'וויל מ'זאל וויסן פון אים אין פובליק אויך, נישט נאר פאר אונז היימישע חברים. לייג איך ארויס דעם מודעה דא ברבים, קרייץ פאוסטעט פון דארטן פאר'ן ברייטן ציבור.
אדרבה, אויב שפירט איר פאר וויכטיג, צוצילייגן נאך פרטים פון זיין לעבן, אחוץ די פריוואטע נעגאטיווע צדדים אויסגעשמועסט אונטער שלאס און ריגל אין די 'מאחורי הפרגוד' ''עקסקלוסיוו'' פארום, פאר קרעמלער נאר, ביטע טוהט דאס אהער לייגן הארצן גערן;
אבער היט אייך פון לשון הרע ורכילות ביטע ווי ווייט מעגליך.

בייגעלייגטע פיילס
לעצט רעדאגירט: