מאטל זילבער מסטיטשין קעגן סאטמארע קנאות

שמייכעל

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יוני 5, 2025
מעסעדזשעס
396
רעאקציע ראטע
1,428
פונקטן
213
1753300842744.png

איך ווייס נישט צו דאס איז א פאשקעוויל אדער אמת. אבער ר' מאטל זילבער גייט צום כותל, בפרהסי' קעגן סאטמאר רבי דער בעל ויוא' משה זי''ע'ס איסור. און ער זיצט דארטן אפ ביי די ציונים אגאנץ זומער אנשטאט גיין אין קאנטרי ווי רוב כלל ישרא'.

1753302221565.png


פורים ביי מאטל זילבער איז ס'מערסטע אינטערסאנט פון א גאנץ יאר. ווערט געזעהן דא טאנצן רעכטס, מיט'ן צווייטן בארא פארק'ן משפיע ר' בנימין אייזנבערגער שליט''א לינקס.

ר' מאטל זילבער הייסט רבי מרדכי מנשה זילבער, ער איז געבוירן ג' אלול תשי"א, ער איז דער רבי פון קהל תולדות יהודה סטיטשין אין בארא פארק אויף די 60גער גאס ביי 16 עוועניו ביים גרעניץ צו בענסנהוירסט. דער שוהל איז א פרעכטיג הערליך געביידע, נתנדב דורך זיין מאמע'ס ברודערס די באבובע רייכע שארף פאמיליע.

ער האט אסך חסידים ואוהדים תלמידים און סתם עמך אידן וואס הערן אים אויס אנליין אויף קול הלשון און וואצעפ פון איבעראל איבער די גארער וועלט. אויסער דעם צענטראלן שוהל אין בארא פארק, האבן זיינע חסידים געעפנט שטיבלעך אין אלע געגענטער ארום די גארער וועלט אוואו עס וואונען נאר חסידישע אידן. וויליאמסבורג מאנדרוי מאנסי פלעטבוש וכדו' ווי אויך אין אייראפע און אין ארה''ק.

ער האט געלערנט אין ישיבת תורה ודעת אוואו זיין משגיח פון ישיבה הגאון הצדיק רבי משה וואלפסאהן, רב פון ביהמ"ד אמונת ישרא' בבארא פארק דאן קענזינגאטן, האט אים גענומען פאר א איידעם.


1753302361336.png



מאטל נעמט א טאלער אדער משקה פונעם משיח שקר פון קראונהייטס וואס לעבט נאך ערגעץ ווי אין א עזה טונעל למטה מעשרה טפחים יחי לחיים תיכף ומיד ממ''ש דידן נצח...!

מאטל זייענדיג א בעל בתיש קינד, אבער אויך א מבקש, און א גוט קעפל, פול מיט ענערגיע, איז געווען דער 'משה גאבע' ביים פריערדיגן סטיטשינער רבי, ער איז אן אייניקל ביי די באבובע רייכע שארף משפחה, מילא האט ער אין זיין לעבן נישט געדארפט ארבייטן פאר פרנסה. ער איז געווארן אן איידעם ביי די 'מוניס' קולט פירער ר' משה וואלפסאהן א ליטפאק וואס איז געווארן א חב''דסקער חסיד. און א אייגן רבי. וואס קיינער אין חב''ד פירט זיך נישט ברביסטעווע, טאקע נאר דער מוני לידער מיט זיין איידעם מאטל זילבער. אמונת ישרא' האט געהייסן 'מוניס' צוליב נאך עפעס א קריסטליכע קולט, וואס האט אזוי געהייסן, יענע צייט, וואס איז געווען שטארק פאפולער, אין די 60ער יארן אין אמעריקע, ווען דער וואלפסאהן האט זיך אויפגעריסן אלץ רבי אין בארא פארק.

מאטל האלט פון חב''ד, בעיקר 'ביטול היש', זיך צו פירן מאדנע, אז מ'זאל הייסן א עובד השם יתברך, כאטש דאן איז געווען די צרות פונעם צאר אין רוסלאנד און שפעטער די צרות פון די קאמוניסטן אונטער סטאלין און שפעטער די צרות פון די נאציס אונטער היטלער, האלט זילבער אז די היינטיגע אמעריקאנע צרות פון פארגרעבטע קאפטיליזם ווי די היימישע אינגעלייט ריעל עסעיט פליפערס און נוירסינג האום טייקאנס, וואס נעמען זייערע חברים אויף רייכע לוקסוסדיגע קרוז שיפן אדער מקומות הקדושים אין טיילאנד קומזיצן מיט עם.בי.די. און זיין זוהן יודל זיי צו מפנק זיין נאקעט אין שוויצן על סיר הבשר אז לא נשתכח דרך הבעל שם טוב.

איי סאטמאר רבי דער בעל ויוא' משה זי''ע איז נאך געווען אזוי קלוג ווי מאטל זילבער און ער האט יא געהאלטן אז נשתכח דרך הבעל שם טוב? ענטפערט ר' מאטל אז פאר זיינע אינגערישע חסידים וואס זענען געווען על פי רוב מלחמה סורווייווער, נישט געהאט קיין צייט צו לערנען און דאווענען וויל זיי זענען געווען פאריאגט על המחי' ועל הכלכלה, נאר פאר זיי האט חסידות גארנישט געהאט צו פארקויפן, טאקע צוליב דעם וואס רוב רעביס זענען ליידער געווען זייער ציוניסטיש געשטימט דאן.

ר' מאטל זילבער שרייט קעגן סאטמאר, אז היינט צוטאגס ווען מ'זעהט שוין איין דעם פאלשן צוזאג פון ציונות, אז זיי הארגענען זיך ארום דארטן אין מיטל מיזרח, מער ווי אייביג בעפאר, איז שוין צייט זיך צו צוריק אויפוועקן צו דעם דרך הבעל שם טוב ווי אמאל אין דער אלטער היים פאר'ן מלחמה. די גרויסע רעביס וואס זענען געווען ציונים, ווי דער חב''דסקער, און נאך, זענען שוין לאנג טויט. על כל פנים מאטל האלט אז דער משיח שקר פון קראוינהייטס איז שוין נישט היינט קיין ניסיון אז אזא נידערטרעכטיגער מיסיאנער, ווי מענדל וועכטער, זאל אהין שלעפן זיינע סאטמערע תלמידים, קעגן זייער מסורה און אייגן רבי'ן אז זיי זאלן ווערן ליידער נארישע ציוניםלעך.

לגופו של ענין, פון דעם פאשקעוויל, איך גלייב נישט אז מאטל זילבער האט געזאגט אז סאטמאר רבי האט נאר פארלאנגט קנאות פון זיין עולם. איך ווייס פון די שובבי''ם וואכן, וואס דער רבי האט יאמערליך תשובה געטאן ברבים, איבער דעם 'חטא הידוע', וואס דאס איז בלויז גראבע סעקסואלע זינד. דאס האט סאטמאר רבי באוויינט אסאך אסאך מער ווי די ציונות זינד.

ווי אויך די חסד פון סאטמאר איגנארירט מען דא, כאילו דאס איז נישט קיין עבודת השם?

האט דען סאטמאר ווייניגער תורה ווי אין חב''ד פון ווי מאטל זילבער קומט?

1753302455117.png


מאטל רעדט כסדר מיט די ברילן אויפ'ן שפיץ נאז כדי ער זאל נישט דארפן קוקן אויף זיינע צוהערער אזוי ארום צו קענען רעדן ווילד ''פאני'' בלי בושה און אן ''דיגענטי'' פון 'כבוד הבריות', אלעס כדי ס'זאל זיך הערן אינטערסאנט ''ענטערטעינינג''.

איך האלט אז דער סאטמער עולם וואס ווייסט פון מאטל זילבער צו זאגן זענען בעיקר די בארא פארקע אהרונים, זיי זאלן זיך טאקע אפלאזן פון קנאות, ווייל זיי זענען פיל ארגער פון די ציונים, זיי זאלן זיך יא צוהערן צו מאטל זילבער'ן, צו אויפהערן האקן אויף ציונות, און אנהייבן דינען השם יתברך.

די איבעריגע סאטמערע חסידים וואס זענען קעגן ציונות, ווי די זאליס בני יוא' ונטורי קרתא, זענען פיהל גרעסערע עובדי השם יתברך, ווי מאטל זילבער אליינס, צוזאמען מיט זיינע אלע שווענץ.

קנאות איז א חלק פון עבודת השם יתברך, פונקט ווי סיי יעדער אנדערער משוגעת, וואס מאטל זילבער פארלאנגט פון זיינע חברה, וואס ער רופט אן עבודת השם יתברך; פאריגער וואך האבן מיר געלייענט, פרשת פינחס, אין די תורה הקדושה; מאטל זילבער איז דאס דען נישט גורס?

גראדע איז ר' מאטל נישט נאר א חב''דסקער, נאר אויך א ברסלבער, און בכלל קאכט ער זיך אין קבלה מער ווי יעדן חסידישן איד, דאס האט ער מסתם גענומען פון זידיטשוב קאמארנע, ער פלעגט גיין מיט זיינע חסידים איינמאל א יאר קיין טאהש. ער האט דארטן אנגעהויבן דעם מנהג פון טאנצן ביי לכה דודי שבת ביינאכט ארום דעם באלעמער דוכט זיך טאהשער רבי האט דאס נישט געטאן אבער זינט ר' מאטל האט דארטן געמאכט לעבעדיג, האבן זיי דאס שוין אויך געטאן. איך ווייס נישט צו היינט אין טאהש טאנצט מען ארום דעם באלעמער מסתם שוין נישט ווייל עס איז דאך א ריזיגע שוהל, מקען נישט טאנצן מיט אזויפיל מענטשן.

1753302574768.png


מאטל'ס 'משה גאבע' דער קומענדיגער סטיטשינער רבי ו''פאני'' משפיע, לייביש ליש, ער שרייט היינט אויף יעדן רובאשקין סטיל מסיבה, און איז א מלמד תשב''ר דורכ'ן טאג, דעריבער שרייבט ער אין אלע קינדערישע מאגאזינען וועכנטליך, סיפורי צדיקים בעיקר פון זיין רבי'ן ר' מאטל זילבער.

ווי אויך האט ר' מאטל זילבער גאר אסאך זאכן פון סאטמאר גופא; קודם כל איז ער א געוואלדיגער קנאי, ער איז דער איינציגסטער משפיע ביי כלל ישרא' וואס האקט אפען אויף די גרעסטע רביס בדורינו אלו, א שטייגער, ווי אויף דעם אהרוני מקרי, און זיינע שוואגערס, די בעלזער בער ומענדאלע הגר המצרי דער שוואנץ! ער האט נישט מורא פון קיינעם! אויב ער הערט אן עוולה, יהי' מי שיהי' וועט ער יענעם באשמוצן ביי זיין שלוש סעודות תורה. ווי אויך טוהט ער נאכטאן נאך סאטמערע מנהגים, ווי לאנגע נענועים הושענא רבה, והקפות בשמחת תורה. בכלל זאגט מאטל נאך א געוואלד תורות פון סאטמאר, אן אן אויפהער, מער פון יעדן אנדערן צדיק.

רוב פון זיינע הייסע חסידים, דהיינו די חבורה אין בארא פארק, זענען בעלי מדריגה, כולל אינגעלייט, אדער בעלי בתים וואס זענען נישט מעורב בין הבריות, אזאלכע עובדים, אמאליגע יושבים פון בעלז. גראדע פארלאנגט ר' מאטל אויך צו זיין נארמאל, נישט פליען אין הימל, זיינע פשוטע 'מסילת ישרים' שיעורים איז ס'מערסטע מיטגעהאלטן אויף 'קול הלשון', נישט די טיפזיניגע חסידות שיעורים, פאר געהויבענע סעלעקטירטע יראי שמים מרובים.

ר' מאטל זילבער דינט היינט צוטאגס ווי די גרעסטע חסידישע רבי, ווייל זייער אסאך מבקשי ה' קלעבן זיך צו אים. מסתם ''אפ דעהר'' צוזאמן מיט ר' מיילעך בידערמאן און דער גורער צבי מאיר זילבערבערג; נאר די לעצטע 2 וועלן קיינמאל נישט וויי טאהן א פליג, ווי ר' מאטל דער חב''ד'סקער שארפער חסיד; מילא וועלן זיי קיינמאל נישט האבן א אייגן שנירל אינעם 'אנשי שם' פארום אויפ'ן 'קרעמל' וועב-סייט... וחבל!
 
לעצט רעדאגירט:
יעצט גייט ווערן א גאנצע טענה'ריי פארוואס יואלי לאנדא מעג יא שעלטן אויף א אנדערע רבי, בשעת ער - מאטל - מעג נישט!
 
בעצם האלט איך נישט עפעס מוראדיגע איבער רבי מאטל'ן. דא אבער, בין איך זייער מסכים מיט אים! איך האלט אז ס'איז קאמאן סענס דאס וואס ער זאגט. סאטמאר רב האט נאכ'ן קריג געווען פארנומען האקן אויף אלע פירצות, דאס איז א דבר פשוט. ווען דו וועסט פרעגן סיי וועלכער איד וואס געהערט נישט צו סאטמאר אבער ווייסט פונעם סאטמער רב וועט ער וויסן איבער זיין קנאות. אויף קנאות איז ער געווען באקאנט. פאר א סיבה. יעצט אזוי, ס'איז גאנץ פארשטענדליך און גערעכט (?) פארוואס ער האט געפילט פאר וויכטיג צו עוסק זיין דערין, וויבאלד ער האט געזען און געשפירט אז דערעולם איז צוקלאפט און צובראכן נאכן וועלט קריג וואס האט נישט גוט אויסגעשפילט אויף די אידישקייט פון דע אידן, ממילא האט ער זיך געשטעלט אלס דער וואס וועט אוועקשטעלן אידישקייט אויף די זעלבע יסודות ווי אין אייראָפּע. מ'קען זאגן אז אין זיין קהילה איז ער געווען סוקסעספול. יעצט איינמאל וואס די יסודות זענען צוריקגעשטעלט געווארן דורכן סאטמאר רב, איז צייט זיך צו ריקן ווייטער, איאָ? כלל ישראל בכלל און חסידים בפרט בלייבן נישט שטעקן ביי דעם, חסידות איז חיי וקיים הרב @שמייכעל תורת בעל שם הק' קען מען לערנען אין די הונדרעטער ספרים וואס זיינע תלמידים און שפעטערדיגע רביים האבן געשריבן, יעצט וואס סאטמאר רב האט געמיינט מיטן זאגן נשתכח תורת בער שם ווייס איך נישט (דאכצעך ס'איז דא אן אשכול דערפאר) אולי קענסטו עס פורש זיין. וואס רבי מאטל מיינט ארויסצוברענגען לויט ווי איך פארשטיי, אז סאטמאר קען און מעג אנפאנגן לערנען אביסל חסידות. זהו.
קנאות, צניעות, חסד, תורתך, מיט אלע אנדערע נעמען פאר בחינות ארגעניזאציעס, אלעס זייער פיין און וואויל! אבער אביסל חסידות, עבודת השם קען נישט שאטן!
הצלחה וברכה!
 
Back
Top