מילתא דבדיחותא

געב קרעדיט: משה ווייסבערג.
די סיבה איך געב נישט קיין קרעדיט אויף דזשאוקס איז ווייל איך נעם עס פון א סטעטוס, וואס נעמט עס פון א גראופ, וואס נעמט עס פון טוויטער, וואס נעמט עס פון א פארום, וואס נעמט עס פון זיין חברותא, וואס האט עס געהערט פון זיין שוויגער, וואס האט עס ארויפגעלייגט אויף יענקל מילער, סאו פאר וועם זאל איך יעצט געבן קרעדיט?
 
יענקל מילער

גיב קרעדיט פאר יעדען פון זיין וואס פארגינסטע נישט, ביסט אפשר א פוילישע טראכטער און א גאלעציאנע געבער?
 
געווען איז דאס אום תשכ"ז דאכצעך פאר'ן סטראוק האט מיר א חבר מיינע גראדע גאר א נאנטע חבר נאך פינדערהיים אין סענט סטריט געזאגט א גוטע ווערטל אוי האמער געלאכט האט ער עס געזאגט פון א סטאטוס וואס האט עס געהערט פון א גראופ וואס האט עס געהערט פון א טוויטער וואס האט עס געהערט פון א פארום וואס האט עס געהערט פון א חברותא וואס האט עס געהערט פון א שוויגער וואס האט עס געהערט פון יענקל מילערן אז איינער האט אמאל געפרעגט א יונגל זאג נאר יונגעלע וועמענס טאטע ביסטו
 
מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת, ומי שאכל בשבת יטרח במוצאי שבת
ר' הערשעלע קרעטשניפער האט אמאל געזאגט ביי של"ס אז מען קען האבן אדער א גוטע שבת אדער א גוטע זונטאג ומיניה וביה האט ער אויפגעגעסן די גאנצע פיש
 
לעצט רעדאגירט:
עוועלוציע ע״פ תורת החסידות

IMG_1790.jpeg
 
עוועלוציע ע״פ תורת החסידות

View attachment 2961
אה פעך ח"ו
מען טאר דאך נישט גיין מיט די הויכע שטריימלעך

מיט די הויכע שטריימליך מיט הויכע שפיצן איז דאך עשו געגעאנגען
יעקב אבינו איז דאך געגנגאן מיט א נידריגן שטריימל אין אזוי וועלן מיר גיין.....
 
א אלטער איד איז געפארען אויף ארץ ישראל פאר די ערשטע מאהל.

האט מען איהם געזאגט, דו ווייסט אז דו דארפסט אכטונג געבען אויף תרומות ומעשרות

האט ער געזאגט זארג נישט איך ווייס, דעריבער האב איך באשלאסען אז איך גיי נאר עסען פירות און ירקות
 
טרעף טיך יעצט מיינ'ס א שכן א מיטעליעריגער ארויס קומענדיג פון זיין קאר, איך פרעג איהם וואס טהוט זיך ? זאגט ער פרעג נישט איך קום יעצט פון מיין דאקטער ,איך אין מיין ווייב האבן געדארפט נעמען א בלוט טעסט נאכן זעהן די רעזאלטס רופט זיך די דאקטער אן מיט התפעלות ס'איז אינטערסאנט אז ענק האבן ביידע די בלאט טייפ a וואס זייער ווייניג מענטשן האבן און דא האבן ענק דעיס, רוף איך מיך אן צו די דאקטער ס'איז נישט קיין חידוש זי טרונקט שוין מיין בלוט 30 יאהר!!!
 
טרעף טיך יעצט מיינ'ס א שכן א מיטעליעריגער ארויס קומענדיג פון זיין קאר, איך פרעג איהם וואס טהוט זיך ? זאגט ער פרעג נישט איך קום יעצט פון מיין דאקטער ,איך אין מיין ווייב האבן געדארפט נעמען א בלוט טעסט נאכן זעהן די רעזאלטס רופט זיך די דאקטער אן מיט התפעלות ס'איז אינטערסאנט אז ענק האבן ביידע די בלאט טייפ a וואס זייער ווייניג מענטשן האבן און דא האבן ענק דעיס, רוף איך מיך אן צו די דאקטער ס'איז נישט קיין חידוש זי טרונקט שוין מיין בלוט 30 יאהר!!!
דאס איז נישט קיין וויץ.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • WhatsApp Image 2025-02-16 at 9.26.46 AM.jpeg
    WhatsApp Image 2025-02-16 at 9.26.46 AM.jpeg
    988.2 KB · געזען: 51
  • WhatsApp Image 2025-02-16 at 9.28.46 AM.jpeg
    WhatsApp Image 2025-02-16 at 9.28.46 AM.jpeg
    865.4 KB · געזען: 50
מען זאגט אז דאס איז געשען ביי א ניו יארקער לופטפעלד.

אן איבערגעפולטער יונייטעד עירליינס פליגער איז געקענסעלט געווארן און איין איינציגער געיט אגענט האט איבערגעבוקט א לאנגע רייע אומגעדולדיגע רייזנדע.

מיטאמאל, האט א בייזער פאסאזשיר זיך אריינגעשטופט צום טישל. ער האט אראפגעקלאפט זיין טיקעט אויפ'ן קאונטער און געזאגט, "איך פארלאנג צו זיין אויף דעם פליגער און עס מוז זיין ערשטע קלאס."

די אגענטקע האט געענטפערט, "אנטשולדיגט, הער, איך וועל גערן פרובירן אייך צו העלפן, אבער איך מוז קודם העלפן די מענטשן דא; און דערנאך בין איך זיכער אז מיר וועלן קענען עפעס אויסארבעטן."

דער פאסאזשיר איז נישט געווארן באאיינדרוקט. ער געט א פרעג הויך, אז די פאסאזשירן הינטער אים זאלן קענען הערן, "דו האסט אן אנונג ווער איך בין?!"

אן קווענקלען, האט די אגענטקע געשמייכלט און געכאפט איר מיקראפאן. "אכטונג, קען איך האבן אייער אויפמערקזאמקייט ביטע?", האט זי אנגעהויבן, איר קול האט מען קלאר געהערט איבער'ן גאנצן טערמינאל. "מיר האבן דא א פאסאזשיר ביי געיט 14 וואס ווייסט נישט ווער ער איז. אויב איינער קען אים העלפן מיט זיין אידענטיטעט, זאל ביטע קומען צו געיט 14".

מיט די מענטשן הינטער אים אין די רייע לאכנדיג היסטעריש, האט דער מאן שטומערהייט געקוקט אויף די יונייטעד עירליינס אגענטקע, צונויפגעקריצט די ציין, און געזאגט, "פ*ק יו!"
אן צו געבן א בלינק, האט זי מיט א שמייכל געזאגט, "אנטשולדיגט הער, פאר דעם וועט איר אויך מוזן שטיין אין די רייע."
 
א פאר קינדער האבן מיר היינט געפרעגט ווי אזוי ס'איז געווען פאר מיר אויפצואוואקסן...
...האב איך זיי צוגענומען די טעלעפאנען, אויסגעלאשן זייער אינטערנעט, געגעבן א פאפסיקל און זיי געהייסן גיין אין דרויסן ביז די גאסן לאמפן צונדן זיך אן.
 
Back
Top