מילתא דבדיחותא

די מאמע רופט זיך אן: דאס קינד זעהט דאך אויס אזוי אנדערש פון אונזערע אנדערע קינדער ער זעהט ממש אויס ווי ער איז נישט אונזערס.

די טאטע קוקט איר אן מיט וואונדער און פרעגט איר: דו געדענקסט נישט??

זי קוקט צוריק מיט וואונדער: געדענק נישט וואס???

עטנפערט ער: פאר אונז זעמיר אהיים פון שפיטאל האט אונזער בעיבי איינגעמאכט האסטו מיר געהייסן אים טוישן!
 
IMG_4486.jpeg
 
געווען אמאל א איד וואס איז אריין צו זיין רבי און געזאגט אז ער האט געזען א בענקל פון איינער פון די פריעדיגע צדיקים ,
די רבי האט געזאגט אזוי וועלכע הענט האט עס אנגעכאפט?? זאגט דעי יוד מיין רעכטע!
די רבי נעמט גלייך יענע יודס רעכטע האנט און קושט עס אין זאגט אהא א הענט וואס האט אנגעכאפט אזא הייליגע בענקל,

נאכן קושן יענע איד'ס הענט זאגט יענע יוד פאר זיין רבי כ'בין געזיצן דערויף אויך...
 
א גביר איז אמאהל געפארען אויף זיין שיף. א גאר גרויסע לוקסוס שיף מיט אלע באקוועמליכקייטען.

פלוצלונג ווערט א שטורעם א געפערליכער ווילדער שטורעם. עס האט ממש געפעהלט איינציגע מינוט און דער שיף ווערט צושמעטערט.

דער גביר שטעלט זיך אויף און זאגט, באשעפער, אויב דו גייסט מיר ראטעווען גיב איך א האלב פון מיין פארמעגען פאר צדקה... ממש פופציג פראצענט.

א מינוט שפעטער ווערט די וואסער שטיהל דער שטורעם בארואיגט זיך דער זון קומט ארויס פאנגט אן שיינען און עס ווערט א שיינע וועטער. און דער שיף פארט זיך ווייטער געלאסען.

נאך אפאר מינוט טראכט ער צו זיך... און ער רופט זיך אן שטלערהייט...

פופציג פראצענט? דאס איז צופיהל עס איז דאך 50 ביליון דולר איך מיין אז א פערטעל איז דאך אויך גענוג.

אויף דער מינוט גיבט עס א דונער א קראך וואס קען וועקען א טויטער און עס פאנגט אן ווידער א שטורעם נאך ווילדער ווי פריער.

גיבט ער א שריי... רבש"ע, דו קענסט נישט נעמען א וויץ?
 
מען האט זיך ארום געטאנעט ביי אונז אין בית מדרש איבער וואקסינען רופט זיך אן א אנטיוואקסער אז רוב מענטשען וואס שטארבן זענען וואקסענירט זעהט מען אז וואקסינען הארגענן, ער האט עס נעבעך געטאנעט מיטן גאנצן ערנסקייט.
 
איך פלעג האבען א שכן אן אלטער אמעריקאנער אידל וואס האט נעבעך נישט געוויסט אסאך. ער פלעגט זאגען אז ער ציילט נישט קיין ספירה, ער עסט טשיז קרעפלאך.

וואס הייסט ? האב איך איהם געפרעגט

גאנץ פשוט זאגט ער, דער ערשטער נאכט עסט ער איין קרעפעל די צווייטע, צוויי און אזוי ווייטער

און וואס איז, פרעג איך איהם אויב דו פארגעסט איין נאכט צו עסען?

ענטפערט ער, עס איך די קומענדיגער נאכט אן א ברכה.
 
אמאהל יארן צוריק האבן 2 אידן זיך ארום געטעהנ'ט אין ראדני, איינער זאגט פארן צווייטן היתכן די רבי דאווענט נאך חצות ס'דאך כנגד די שלחן ערוך, זאגט איהם די צווייטער, נע די רבי איז דאך א דבר אחר לגמרי
😂
 
Back
Top