איך פלעג האבען א שכן אן אלטער אמעריקאנער אידל וואס האט נעבעך נישט געוויסט אסאך. ער פלעגט זאגען אז ער ציילט נישט קיין ספירה, ער עסט טשיז קרעפלאך.
וואס הייסט ? האב איך איהם געפרעגט
גאנץ פשוט זאגט ער, דער ערשטער נאכט עסט ער איין קרעפעל די צווייטע, צוויי און אזוי ווייטער
און וואס איז, פרעג איך איהם אויב דו פארגעסט איין נאכט צו עסען?
ענטפערט ער, עס איך די קומענדיגער נאכט אן א ברכה.