מילתא דבדיחותא

געווען אמאל א איד וואס איז אריין צו א מקובל מיט א קוויטל "און ס'שטייט געשריבן אין גרויס "קינדער און געלט"
און דער מקובל קוקט אהער און אהין און געט זיך א רוף אן "בני, ומזוני..מה עם "חיי"???
זאגט דער איד " נאר פאר קינדער און געלט דארף איך א ברכה.
דאס לעבן, דאס קען איך זיך אליינס נעמען"...
 
איינער האט געפרעגט אינפא. וועגן א שידוך האט מען אים געזאגט אז זי גייט גיין מיט א שייטל אבער צוגעדעקט און זי איז מער אויף די דארע זייט, ווען עס איז געקומען למעשה איז ער געוואר געווארן אז עס איז אפן און גראב...
 
א בעל תשובה וואס דרייט זיך לעצטענס אין מיין געגענט און פראבירט זיך צו אויסלערנען אידיש פרעגט איינעם, וואס איז די חילוק פון 'איך האלט נישט דערביי' און 'אומערצעשעם'?
 
כ'זעה ווי מיין ווייב עפענט א באקס פון א קלייד וואס איז נארוואס אנגעקימען פון Zara.
'' נו... ניין טעג!? וויאזוי קענסטו באנייען א נייע קלייד?!
ענטפערט זי: ''ס'איז נישט קיין שאלה. קענסט זיין זיכער אז כאטש 5 אידישע פרויען האבען עס שוין אנגעהאט פאר מיר....
 
א פיש סוחר איז געקומען צום דיין פרעגן אויב ער מעג גיין אין שויער אין די 9 טעג,
זאגט אים די דיין קודם גיי אין שויער, און נאכדעם קום צוריק פרעגן....
 
פיר זאכן וויל א יוד טרינקען אבער ער קען נישט.
א גלעזל ביר נאכן סדר
א גלעזל טיי נאך כל נדרי
א גלעזל קאווע נאך די קינות
א לחיים נאך די טהרה…
 
פיר זאכן וויל א יוד טרינקען אבער ער קען נישט.
א גלעזל ביר נאכן סדר
א גלעזל טיי נאך כל נדרי
א גלעזל קאווע נאך די קינות
א לחיים נאך די טהרה…
איך כאפ נישט, ס'איז דאך א חלק פון די יידישע תאוות, וואס פארשטייט א גוי...
 
אתכבד להזמינכם לקידושא רבא

כאן בבית המדרש לאחר התפילה בכבוד רב.
לידיעת המקפידים המזונות – ללא חשש חדש.
המציות – מקמח שנטחן לאחר הפסח.
דג הערינג – מיוחד ללא חשש תולעים [אניסקיס].מלפפון חמוץ – משנת ששית.
קוגל איטריות – הופרש חלה כדעת המחמירים.
קוגל תפוחי אדמה – יבול חו"ל [ערבה דרומית]
מיץ ענבים לקידוש – 100% טבעי ללא תוספת מים.הגביעים – שיעור חזו"א 150 סמ"ק.
פקקי הבקבוקים הוסרו – ללא חשש מחתך ומכה בפטיש.
המקרר – עם התקן שבת [ועדה ב"ב].
החשמל – ע"י גנרטור.
כל המוצרים הובאו לבית המדרש מערב שב"ק ללא חשש טילטול והוצאה
 
א הלכה שאלה

שנאת חינם.

מען מען אנפאנגען היינט ביינאכט ביים אויספאסטען, אבער מען דארף ווארטען ביז מארגען נאך חצות?
 
ס'איז מיר אויסגעקומען צו פארן אין א אובער טעקסי🚕 היינט, די דרייווער האט גערעדט זייער אנטיסמיטיש אנפאנג האב איך פרובירט איהם צוריק צו ענטפערן, דער איז אבער געוועהן בכעס און געשריגן אבנארמאל
א קיצור, ווען מ'איז אנגעקומען צום דעסטינאציע האב איך ארויס פון די קאר און צוגעגאנגען צום פענסטער פון די פראנט ער האט אראפ געסקראלט די פענסטער, איך שטעק אריין מיין הענט אין טאש ארויס צונעמען מיין בערזל און איך זאג איהם '!!oh my איך זע עס נישט אין מיין טאש' איך מיין ס'איז אראפגעפאלן אין די קאר
דער האט געהערט וואס איך זאג און אפגעצויגן פון שטח מיט א יאגעניש🌪️
איך שמייכעל מיך אונטער איך נעם ארויס די בערזל און פאכע עס צו די רויעך וואס זיין אוטא האט איבערגעלאזט 'ביי ביי קיין געלט האסטו נישט...;):ROFLMAO:
 
72eb32c0-4513-4b6d-bc02-3cfb416ef780.webp
 
זאגט מיר איינער, חודש אב איז דא גרויסע יארצייטן, סאטמאר רב, בעלזע רב, טאהשער רבי, ספינקא רבי, סקולענע רבי,
אבער חודש אדר איז נאך גרעסער, ווייל חודש אדר איז די יארצייט פון
דעם רבין ר' אלימלך פון ליזענסק דער רבי פון אלע רבי'ס
דער ישועות משה דער שווער פון אלע רבי'ס
און דער תורת מרדכי דער טאטע פון אלע רבי'ס
:ROFLMAO:
 
געוועהן אין ב"ב א חסידישע בחור , א מתמיד עצום , געהארעוועט יומם ולילה, מיטאמאל איז ער זייער שוואך געווארן און זיך געשפירט נישט אזוי גוט
נאך אפאר טעג און די שוואכקייט גייט נישט אוועק איז ער געגאנגען צום דאקטאר, נאכן אונטערזוכן זאגט אים דער דאקטאר, איר האט מאנאו ל"ע דאס קומט פון זיך אזוי איבערשטרענגן אין לערנען, דו מוזט גיין זיך אויסרוען און גיין אביסל וואקאציע צו די שווייץ וכדו'
נו איז ער דאך אבער געווען א נערליכע בחור איז ער אריין צו רבי חיים קנייבסקי ז"ל פרעגן וואס ער זאל טוהן , ער וויל ווייטער לערנען אבער דער דאקטאר לאזט אים נישט און ער מוז נאך גיין אויף וואקאציע,
זאגט אים הגר"ח, דו פאלג נאר דעם דאקטאר און גיי וואקאציע, פרעגט אים דער בחור, און וואס העט זיין מיט ביטול תורה, זאגט אים הגר"ח, די ביטול תורה נעם איך אויף מיר .

דער בחור איז נאכניש געווען צופרידן און וויבאלד ער האט באלאנגט צו א חסידות איז ער אריין צו זיין רבי'ן פאר א סעקאנד אפיניאן
זאגט אים די רבי, ח"ו אז דו זאלסט פארן וועט דאך זיין א געוואלדיגע ביטול תורה!!

פרעגט אים דער בחור אבער וואס העט זיין מיט די וואקאציע וואס די דאקטאר האט געהייסן,

זאגט אים דער רבי, "די וואקאציע נעם איך אויף מיר..... :ROFLMAO: :ROFLMAO:
 
Back
Top