געוועהן אין ב"ב א חסידישע בחור , א מתמיד עצום , געהארעוועט יומם ולילה, מיטאמאל איז ער זייער שוואך געווארן און זיך געשפירט נישט אזוי גוט
נאך אפאר טעג און די שוואכקייט גייט נישט אוועק איז ער געגאנגען צום דאקטאר, נאכן אונטערזוכן זאגט אים דער דאקטאר, איר האט מאנאו ל"ע דאס קומט פון זיך אזוי איבערשטרענגן אין לערנען, דו מוזט גיין זיך אויסרוען און גיין אביסל וואקאציע צו די שווייץ וכדו'
נו איז ער דאך אבער געווען א נערליכע בחור איז ער אריין צו רבי חיים קנייבסקי ז"ל פרעגן וואס ער זאל טוהן , ער וויל ווייטער לערנען אבער דער דאקטאר לאזט אים נישט און ער מוז נאך גיין אויף וואקאציע,
זאגט אים הגר"ח, דו פאלג נאר דעם דאקטאר און גיי וואקאציע, פרעגט אים דער בחור, און וואס העט זיין מיט ביטול תורה, זאגט אים הגר"ח, די ביטול תורה נעם איך אויף מיר .
דער בחור איז נאכניש געווען צופרידן און וויבאלד ער האט באלאנגט צו א חסידות איז ער אריין צו זיין רבי'ן פאר א סעקאנד אפיניאן
זאגט אים די רבי, ח"ו אז דו זאלסט פארן וועט דאך זיין א געוואלדיגע ביטול תורה!!
פרעגט אים דער בחור אבער וואס העט זיין מיט די וואקאציע וואס די דאקטאר האט געהייסן,
זאגט אים דער רבי, "די וואקאציע נעם איך אויף מיר.....
