מילתא דבדיחותא

יא יא אוודאי האב איך, זאגט ער, אבער זיי זענען דאך יראי שמים און איך האב מורא אז זיי וועלען געבען גערעכט דעם באשפער, אבער דו גלייבסט דאך נישט, בין איך זיכער אז דו וועסט פסקנן לפי די אמת
כצ"ל
 
איינער איז אמאהל געקומען צו (רב) אהרן הורין פון די ערשטע מנהיגי ריפארם אז ער האט א דין תורה מיט'ן באשעפער.

פרעגט ער איהם, דו האסט נישט רבנים ביי דיר אין שטאט?

יא יא אוודאי האב איך, זאגט ער, אבער זיי זענען דאך יראי שמים און איך האב מורא אז זיי וועלען געבען גערעכט דעם באשפער, אבער דו גלייבסט דאך נישט, בין איך זיכער אז דו וועסט פסקנן אז איך בין גערעכט
גענומען פון דא
Yidishe ṿitsn : Rawnitzki, Yehoshua Ḥana, 1859-1944 : Free Download, Borrow, and Streaming : Internet Archive
 
לעצט רעדאגירט:
צוויי אידענעס זענען געקומען צום רב מיט א טענה: זיי ביידע ווילן האבן א געוויסן בחור אלס חתן פאר זייער טאכטער, איינע זאגט אז זי האט איהם ערשט געזעהן, און די צווייטע זאגט פונקט דאס זעלבע.

רופט זיך אן דער רב: "איך ווייס נישט ווער פון ענק איז גערעכט, איז ברענגט'ס א מעסער, און מ'זאל צושניידן דעם חתן אויף צוויי, און יעדערער פון אייך וועט נעמען א טייל".

די ערשטע פרוי זאגט: "ניין רבי! אויב דאס איז פארבינדן מיט שפיכות-דמים, דאן וויל איך עס נישט האבן, און איך זאג זיך אפ פון דעם גאנצן ענין.

ווידער די צווייטע האט געזאגט: "רבי, אייערע רייד זענען וואונדערבאר און פיל מיט חכמה! שניידט דעם חתן אויף העלפט!

אה! זאגט דער רב, "זי איז די ריכטיגע שוויגער!". :ROFLMAO:
 
א מאן איז אריין אין באנק און פארלאנגט איין דאלער און אויב נישט גייט ער אויפרייסן א באמבע, און ער האט זיך געזעצט אויפן בענקל ווארטענדיג אז מען זאל עם ארעסטירן. אין געריכט האט עם די שופט געפרעגט וואס איז פשט פון די רויבעריי, האט ער געזאגט אז ער וויל גיין אין תפיסה ווייל ער האלט שוין נישט אויס צי וואוינען אינדערהיים מיט זיין ווייב.
די שופט האט עם פאר׳משפט צי הויז ארעסט.
 
לויט די היימישע טעראפיסט מרת. רחל טוכמאן, א גוטע רילעישנשיפ איז ווען זי איז ביי דיין זייט, אין די שווערע טעג, דיר צו זאגן אז אלעס וואלט געקענט פארמיטן ווערן אויב וואלסטו ווען זיך צוגעהערט צו איר און איר געפאלגט... 😂
 

בייגעלייגטע פיילס

  • kreml.webp
    kreml.webp
    31.7 KB · געזען: 94
לויט די היימישע טעראפיסט מרת. רחל טוכמאן, א גוטע רילעישנשיפ איז ווען זי איז ביי דיין זייט, אין די שווערע טעג, דיר צו זאגן אז אלעס וואלט געקענט פארמיטן ווערן אויב וואלסטו ווען זיך צוגעהערט צו איר און איר געפאלגט... 😂
I told you syndrome
 
א אינגל קומט איין טאג אהיים און זאגט פאר זיין מאמע
דו ווייסט? מען דארף שוין נישט גיין אין שפיטאל צו האבן א בעיבי!
פרעגט די מאמע, ניין? וואס הייסט?
איינער האט מיך געזאגט אז זיי מאכן די דעליווערי.....
 
א אינגל קומט איין טאג אהיים און זאגט פאר זיין מאמע
דו ווייסט? מען דארף שוין נישט גיין אין שפיטאל צו האבן א בעיבי!
פרעגט די מאמע, ניין? וואס הייסט?
איינער האט מיך געזאגט אז זיי מאכן די דעליווערי.....
ער האט נישט געוואוסט אז מ'דארף קודם עסן לעיבער... (לעיבאר דעי אלערט)
 
געווען א בחור וואס מען האט איהם אנגעטראגן א שידוך, זייער א פאסיגע. עס איז געוועהן תורה וגדולה במקום אחד, און אלעס וואס מ'קען זיך נאר חלומ'ען. געלט און יחוס... אלעס איז געפארן געשמירט. די מחותנים האבן זיך געטראפן, און אלעס גייט א מחי'. נאכדעם איז געווען די בעשאו און ביידע האבן מסכים געווען צום שידוך עס איז ממש פון הימעל אזא צוגעפאסטע שידוך.

ממש ענבי הגפן בענבי הגפן.

מען האלט שוין ביים ברעכען טעלער און...

פלוצלינג, הארט פארן ברעכן טעלער הערט מען געפערליכע קולות און קלאפען אויפ'ן טיהר, און די טיהר עפענט זיך און די משגיח פון ישיבה קומט אריין און נעמט זיך שרייען...

נווו, סוף זמן קרי''ש! סוף זמן קרי''ש!

די בחור געבט זיך א וועק אויף...

און די גאנצע שידוך איז נעבעך געווארן אויס.
 
Back
Top