מילתא דבדיחותא

איינער איז אמאהל געקומען צו (רב) אהרן הורין פון די ערשטע מנהיגי ריפארם אז ער האט א דין תורה מיט'ן באשעפער.

פרעגט ער איהם, דו האסט נישט רבנים ביי דיר אין שטאט?

יא יא אוודאי האב איך, זאגט ער, אבער זיי זענען דאך יראי שמים און איך האב מורא אז זיי וועלען געבען גערעכט דעם באשפער, אבער דו גלייבסט דאך נישט, בין איך זיכער אז דו וועסט פסקנן אז איך בין גערעכט
גענומען פון דא
Yidishe ṿitsn : Rawnitzki, Yehoshua Ḥana, 1859-1944 : Free Download, Borrow, and Streaming : Internet Archive
 
לעצט רעדאגירט:
צוויי אידענעס זענען געקומען צום רב מיט א טענה: זיי ביידע ווילן האבן א געוויסן בחור אלס חתן פאר זייער טאכטער, איינע זאגט אז זי האט איהם ערשט געזעהן, און די צווייטע זאגט פונקט דאס זעלבע.

רופט זיך אן דער רב: "איך ווייס נישט ווער פון ענק איז גערעכט, איז ברענגט'ס א מעסער, און מ'זאל צושניידן דעם חתן אויף צוויי, און יעדערער פון אייך וועט נעמען א טייל".

די ערשטע פרוי זאגט: "ניין רבי! אויב דאס איז פארבינדן מיט שפיכות-דמים, דאן וויל איך עס נישט האבן, און איך זאג זיך אפ פון דעם גאנצן ענין.

ווידער די צווייטע האט געזאגט: "רבי, אייערע רייד זענען וואונדערבאר און פיל מיט חכמה! שניידט דעם חתן אויף העלפט!

אה! זאגט דער רב, "זי איז די ריכטיגע שוויגער!". :ROFLMAO:
 
א מאן איז אריין אין באנק און פארלאנגט איין דאלער און אויב נישט גייט ער אויפרייסן א באמבע, און ער האט זיך געזעצט אויפן בענקל ווארטענדיג אז מען זאל עם ארעסטירן. אין געריכט האט עם די שופט געפרעגט וואס איז פשט פון די רויבעריי, האט ער געזאגט אז ער וויל גיין אין תפיסה ווייל ער האלט שוין נישט אויס צי וואוינען אינדערהיים מיט זיין ווייב.
די שופט האט עם פאר׳משפט צי הויז ארעסט.
 
לויט די היימישע טעראפיסט מרת. רחל טוכמאן, א גוטע רילעישנשיפ איז ווען זי איז ביי דיין זייט, אין די שווערע טעג, דיר צו זאגן אז אלעס וואלט געקענט פארמיטן ווערן אויב וואלסטו ווען זיך צוגעהערט צו איר און איר געפאלגט... 😂
 

בייגעלייגטע פיילס

  • kreml.webp
    kreml.webp
    31.7 KB · געזען: 123
לויט די היימישע טעראפיסט מרת. רחל טוכמאן, א גוטע רילעישנשיפ איז ווען זי איז ביי דיין זייט, אין די שווערע טעג, דיר צו זאגן אז אלעס וואלט געקענט פארמיטן ווערן אויב וואלסטו ווען זיך צוגעהערט צו איר און איר געפאלגט... 😂
I told you syndrome
 
א אינגל קומט איין טאג אהיים און זאגט פאר זיין מאמע
דו ווייסט? מען דארף שוין נישט גיין אין שפיטאל צו האבן א בעיבי!
פרעגט די מאמע, ניין? וואס הייסט?
איינער האט מיך געזאגט אז זיי מאכן די דעליווערי.....
 
א אינגל קומט איין טאג אהיים און זאגט פאר זיין מאמע
דו ווייסט? מען דארף שוין נישט גיין אין שפיטאל צו האבן א בעיבי!
פרעגט די מאמע, ניין? וואס הייסט?
איינער האט מיך געזאגט אז זיי מאכן די דעליווערי.....
ער האט נישט געוואוסט אז מ'דארף קודם עסן לעיבער... (לעיבאר דעי אלערט)
 
געווען א בחור וואס מען האט איהם אנגעטראגן א שידוך, זייער א פאסיגע. עס איז געוועהן תורה וגדולה במקום אחד, און אלעס וואס מ'קען זיך נאר חלומ'ען. געלט און יחוס... אלעס איז געפארן געשמירט. די מחותנים האבן זיך געטראפן, און אלעס גייט א מחי'. נאכדעם איז געווען די בעשאו און ביידע האבן מסכים געווען צום שידוך עס איז ממש פון הימעל אזא צוגעפאסטע שידוך.

ממש ענבי הגפן בענבי הגפן.

מען האלט שוין ביים ברעכען טעלער און...

פלוצלינג, הארט פארן ברעכן טעלער הערט מען געפערליכע קולות און קלאפען אויפ'ן טיהר, און די טיהר עפענט זיך און די משגיח פון ישיבה קומט אריין און נעמט זיך שרייען...

נווו, סוף זמן קרי''ש! סוף זמן קרי''ש!

די בחור געבט זיך א וועק אויף...

און די גאנצע שידוך איז נעבעך געווארן אויס.
 
א פרוי זאגט איהר מאן אז ער מוז גיין צום רבי'ן און איהם פארציילען וואס ער טוהט פאר פרנסה און בעטען א תשובה.

דער איד גייט צום רבי'ן און זאגט איהם, אז ער איז א גרויסער רעדנער און א בעל דרשן און ער דרשננט איעדער נאכט ביי אסיפות דינר'ס און ביי שמחות און לייגט אריין אפאר גוטע שמוציגע וויצען, אבער און דאס איז די סיבה וואס איך בין אזוי מצליח. דער עולם האט עס ליעב.

אוי זאגט דער רבי, דו מוזט שוין אויפהערען און שוין תשובה טוהן

אבער זיי זענען באמת גוטע וויצען און דער עולם האלט זיך ביי די זייטען זאגט ער

פונדעסוועגען פרעגט דער רב וואס איז מיט ניבול פה, דו ווייסט וואס עס שטייט אויף איינער מיט א שמוציג מויל?

בסדר זאגט דער איד איך וועל אויףהערען אבער דאס מיינט אז איך וועל שוין מער נישט קענען געבן געלט פאר'ן רבי'ן

אבער זאגט דער רבי...

שמחה ברעכט אלעס דו דארפסט ווייטער משמח זיין אידן
 
בֶּן מל' בינה*
 
א ליטוואק קומט אהיים אין א תענית טאג און זאגט פאר זיין ווייב...

שפרינצא? איך פיהל נישט אזוי גוט. איך בין אינגאנצען פארחלש'ט איך מוז שוין אויספאסטען.

פיין ענטפערט זיין ווייב. נעם אביסעל וואסער מיט א שטיקעל לקח

ח"ו זאגט דער ליטוואק עס איז דאך פיקוח נפש, זיי מוחל גרייט מיר צו א סעודה כסעודת שלמה בשעתו.

איך וויל פיש, זופ מיט קניידלך, קוגל פלייש א פלעשעל בירה א פלעשל סודה

בשעתן צוגרייטן האט די ווייב אנגעפאנגיען פילען נישט אזוי גוט פארשטייט זיך אז דו שמעק פון די אלע מאכלים. רופט זי זיך אן צו איהם...

משה ? איך פיהל אויך נישט גוט איך דארף אויך עסען

פיין ענטפערט ער נעם אביסעל וואסער מיט א קליין שטיקל לקח.

פארוואס? פרעגט זי פארוואס מעגסטו עסן וואס דו ווילסט און איך מעג נאר עסען אביסעל לקח מיט וואסער?

עס איז דאך א תענית, ענטפערט דער ליטוואק און פרויען דארפען נישט מחמיר זיין
 
Back
Top