מילתא דבדיחותא

א חבר דערציילט מיר אז ער האט אמאהל אויפ'ן וועג געמוזט בלייבן אויף יו"ט, נישט אינדערהיים און איז איינגעשטאנען ביי א גביר אדיר. אבער א פארביסענער ליטוואק, וועליכע האט נישט געהאט קיין טראפ שמחת החיים.

ביי יענעם סעודה זענען געזעצען דער גביר מיט די קינדער און אייניקלאך.

אין מיטן די סעודה הערט ער ווי איין פון זיינע אייניקלאך רופט זיך אן צו זיין ברודער, משה'לה, דו געדענקסט באבי'ס לוי' פאר א צוויי חדשים צוריק? די מצב דארט איז געוועהן אסאך מער פריילאך ווי דא
 
לעצט רעדאגירט:
וואס טוט מען ווען מ׳טרעפט זיך אין מקווה, מען קומט ארויס פון בור און איינער האט געגנב׳ט די קליידער?
מען נעמט א האנטוך מען דעקט זיך צי די פנים און מען לויפט אהיים!
 
האט שוין געזאגט דער וואס האט געזאגט, אז עס העלפט נישט צו סאך, ווייל מען זעהט פונקטליך אין וועלכע הויז ער לויפט אריין, און עס איז אויס סוד....
 
כ'האב אנגעשטעלט מיין טעלעפאן רינגער אז ס'זאל קלינגען מיט'ן סאונד פון שששששששש........ שששששששששש.......... אזוי אז ווען ס'קלינגט ביים דאווענען אין שול וועט מיין שכן מער נישט ברויכן שישקענען, די טעלעפאן זעלבסט שישקעט...​
 
ביי א לוי' שטעלט זיך אויף איין מספיד נאכען אנדערען און מען רימט אויס דעם נפטר... וואס פאר-א ערליכער, געטרייער, איבער-געגעבענער איד, בעל חסד און בעל צדקה ער איז געוועהן

נאכען דריטען מספיד, רופט זיך אן זיין אלמנה צו איהר זוהן...

חיים, גיי קוק אריין אין ארון און זעה ווער עס ליגט דארט... מאך זיכער אז עס איז טאטי
 
Back
Top