מילתא דבדיחותא

א חבר דערציילט מיר אז ער האט אמאהל אויפ'ן וועג געמוזט בלייבן אויף יו"ט, נישט אינדערהיים און איז איינגעשטאנען ביי א גביר אדיר. אבער א פארביסענער ליטוואק, וועליכע האט נישט געהאט קיין טראפ שמחת החיים.

ביי יענעם סעודה זענען געזעצען דער גביר מיט די קינדער און אייניקלאך.

אין מיטן די סעודה הערט ער ווי איין פון זיינע אייניקלאך רופט זיך אן צו זיין ברודער, משה'לה, דו געדענקסט באבי'ס לוי' פאר א צוויי חדשים צוריק? די מצב דארט איז געוועהן אסאך מער פריילאך ווי דא
 
לעצט רעדאגירט:
וואס טוט מען ווען מ׳טרעפט זיך אין מקווה, מען קומט ארויס פון בור און איינער האט געגנב׳ט די קליידער?
מען נעמט א האנטוך מען דעקט זיך צי די פנים און מען לויפט אהיים!
 
האט שוין געזאגט דער וואס האט געזאגט, אז עס העלפט נישט צו סאך, ווייל מען זעהט פונקטליך אין וועלכע הויז ער לויפט אריין, און עס איז אויס סוד....
 
כ'האב אנגעשטעלט מיין טעלעפאן רינגער אז ס'זאל קלינגען מיט'ן סאונד פון שששששששש........ שששששששששש.......... אזוי אז ווען ס'קלינגט ביים דאווענען אין שול וועט מיין שכן מער נישט ברויכן שישקענען, די טעלעפאן זעלבסט שישקעט...​
 
ביי א לוי' שטעלט זיך אויף איין מספיד נאכען אנדערען און מען רימט אויס דעם נפטר... וואס פאר-א ערליכער, געטרייער, איבער-געגעבענער איד, בעל חסד און בעל צדקה ער איז געוועהן

נאכען דריטען מספיד, רופט זיך אן זיין אלמנה צו איהר זוהן...

חיים, גיי קוק אריין אין ארון און זעה ווער עס ליגט דארט... מאך זיכער אז עס איז טאטי
 
פארגאנגענע וואך ביים עצרת המיליאן איז הגאון ר‘ דוב לאנדא געשטאנען אויף א פארטש ווי מען האט געזען דארטן כמעט דעם גאנצן ציבור,

אינמיטן דעם מעמד באמערקן די גבאים אז ר‘ דוב איז אינגאנצן בלאס און ער ווארפט זיך,
זיי פרעגן אים אויב עפעס גייט פאר? אלס איז בסדר?

זאגט ער, ער האט זיך דערמאנט אין דעם יזכיר לו יום המיתה....🤣🤣🤣
 
לעצט רעדאגירט:
אַמאָל איז געווען אַ שטרענגע גזירה אין הימל וואָס קיינער האָט נישט געקענט מבטל זיין, ביז די נייעס איז געקומען פֿון אַ ווייסן מלאך, אַן אָרעמער ייִד וואָס האָט גאָרנישט געהאַט אין זײַן לעבן נאָר צו שרײַבן אַ פּאָר וויצן אויף פֿאָרומס, און קיינער האָט אים נישט ליב געהאַט, ביז אַ רחמנותדיקער ייִד איז אָנגעקומען, וואָס, אפילו ווען ער איז געווען מיד און דער וויץ האָט אים בכלל נישט געמאַכט לאַכן, האָט אים געגעבן אַ לייק. אין יענעם מאָמענט באַלד איז געווען אַ גרויסער גערויש אין אלע הימען. איז גאָט, ברוך הוא, געווען פֿול מיט רחמנות פֿאַר דער גאַנצער וועלט.

אמר ר' יצחק צא ולמד והדברים קל וחומר אם במילתא דשטותא אמרו כך, כל שכן בכל שעה שקראת דבר שברומו של עולם תן לייק שאי אתה יודע שיעורם ומתן שכרם של לייק אחד בעולם.
 
פארגאנגענע וואך ביים עצרת המיליאן איז הגאון ר‘ דוב לאנדא געשטאנען אויף א פארטש ווי מען האט געזען דארטן כמעט דעם גאנצן ציבור,

אינמיטן דעם מעמד באמערקן די גבאים אז ר‘ דוב איז אינגאנצן בלאס און ער ווארפט זיך,
זיי פרעגן אים אויב עפעס גייט פאר? אלס איז בסדר?

זאגט ער, ער האט זיך דערמאנט אין דעם יזכיר לו יום המיתה....🤣🤣🤣
א ווארט פון רבי ברוך מרדכי אזרחי שטימט נישט אויף א צווייטן, זיכער נישט אויף רבי דוב.
 
האדמו"ר ממישקולץ הגיע בראש חסידיו לעצרת המיליון

האדמו"ר ממישקולץ - מנהיגה הרוחני של פתח תקוה, הגיע בחמישי בראש המוני חסידיו ותלמידיו, לעצרת הרבבות בירושלים | האדמו"ר ישב בתוך רכבו במרכז העצרת כשהוא מוקף בהמוני חסידיו והתפלל
e56aacb0-b7c1-11f0-a8c3-73ca367d6217__h1600_w2400 (1).webp
| לאחר מכן עברו אלפי איש לקבל את ברכתו, כשהמשטרה וכוחות הבטחון מפלסים לרכבו את הדרך • צפו (חסידים)​

נש
נחמן שטרנהרץ
מקודם (היינו ממומן בלע"ז)

 
לעצט רעדאגירט:
פרויען ווערן באצאלט נאר זיבעציג פראצענט פון וואס מענער ווערן באצאלט, דאס איז א געפערליכע אומרעכט, און מען דארף דאס פארעכטן, ווייל פרויען זענען נאר ניצלאז 25% פון די חודש, מילא קומט זיך זיי 75% פון וואס מענער ווערן באצאלט….
 
א חסיד האט אמאהל געפרעגט זיין רבי'ן...

ווי אזוי זאגט מען ביים דאווענען, ומברכים ומשבחים ומפארים, מיט א מ"ם אדער ומברכין ומשבחין ומפארין מיט א נו"ן?

האט דער רבי זיך פארגלייזט די אויגען און זיך פארטראכט, און ענדליך נאך איטליכע מינוט זיך אנגערופען...

עס איז נישט משנה, והא ראי' אז אסאך מאל רופט מען איהם דער רמב"ם מיט א מ"ם און אסאך מאל דער רמב"ן מיט א נון"
 
א שנה ראשונה אידענע קומט צו לויפען צום רב אז זי וויל א גט

פארוואס? פרעגט דער רב, וואס האט פאסירט?

ענטפערט זי, ווייל מיין מאן איז אפגעפארן ער איז געווארען א שיגץ, ממש א גוי גמר

זיי מסביר, זאגט דער רב וואס האט ער געטוהן?

ענטפערט זי, ווען איך צינד לעכט ערב שבת זיצט ער אויפ'ן קאוטש מיט א גלעזעל סעלצער און זאגט שיר השירים

און וואס דען זאהל ער טוהן ? פרעגט דער רב

וואס הייסט? פרעגט זי, בשעת מיין מאמע פלעגט צינדען לעכט ערב שבת פלעגט מיין טאטע לייגען טלית ותפילין
 
עס איז אן אלט ווארט אבער מעניינא דיומא

אין פרשת חיי שרה זעהט מען אז אליעזר עבד אברהם איז געגאנגען זוכען א שידוך פאר יצחק האט ער געלייגט א מויל שלאס אויף אלע קעמלען.

איז די שאלה פארוואס?

נאר ווי אונז אלע ווייסען אז ווען מען רעדט א שידוך דארף מען נאר איין בהמה צו עפענען דאס מויל און דער שידוך איז אויס
 
Back
Top