מילתא דבדיחותא

אמאל איז געווען א שטעטל וואס האט פארמאגט א רב מיט א רבי.
די רב פלעגט אלע וואך באקומען שלישי און די רבי שישי, אזוי ווי די מנהג אמאל.

ויהי היום און די רב איז געשטארבן.
די בעלי בתים פון שטאט האבן זיך געוואלט שפארן געלט האבן זיי מציע געווען פארן רבי'ן צו זיין סיי די רב און סיי די רבי, און די עלייה קען ער זיך קלויבן וועלכע ער וויל.

האט ער זיי געזאגט – די עלייה איז מיר נישט קיין חילוק וועלכע, איך דארף נאר א הוספה אין די וואכן...
 
אן אלט ווארט, אבער מעניינא דיומא

אן עם הארץ האט געפרעגט זיין רב, עס שטייט אין די תורה אז יתרו איז געוועהן דער גלח פון מדין און אויך משה רבינו'ס שווער. און ווי מען ווייסט האט ער געהאט 7 טעכטער.

איז שווער, ווי אזוי האט ער געקענט האבען קינדער ער איז דאך געוועהן א גלח, און גלחים טאר'ן נישט חתונה האבען?

אוי דו עם הארץ ענטפערט דער רב, ווייסטו דען נישט אז דאס איז געוועהן פאר מתן תורה
 
ווען א חלק פון די גוף הערט אויף צו ארבייטען ל"ע הייסט עס א סטראוק ל"ע

ווען א גרופע ארבייטער הערען אויף צו ארבייטען זענען זיי אויף סטרייק

ווען א גאנצע משפחה הערט אויף צו ארבייטען... גייען זיי מיט סטראקעס
 
אן אלט ווארט, אבער מעניינא דיומא

אן עם הארץ האט געפרעגט זיין רב, עס שטייט אין די תורה אז יתרו איז געוועהן דער גלח פון מדין און אויך משה רבינו'ס שווער. און ווי מען ווייסט האט ער געהאט 7 טעכטער.

איז שווער, ווי אזוי האט ער געקענט האבען קינדער ער איז דאך געוועהן א גלח, און גלחים טאר'ן נישט חתונה האבען?

אוי דו עם הארץ ענטפערט דער רב, ווייסטו דען נישט אז דאס איז געוועהן פאר מתן תורה
View: https://x.com/Kanyna_Hora/status/2019131623942549700?s=20
 
ביטקוין איז יעצט ווי א בחור ביים צווייטן יאר אין ארץ ישראל
איך פארשטיי נישט צו ביטקוין און איך האב נישט געלערנט אין א"י.

עני האופ איך זאל פארשטיין אמאל דאס ווערטעל?
 
איך פארשטיי נישט צו ביטקוין און איך האב נישט געלערנט אין א"י.

עני האופ איך זאל פארשטיין אמאל דאס ווערטעל?

bitcoin is now


$64,507.79


last year


$126,210.50


so a bucher in eretz Yisroel first year he is high second year he Falls drastically
 
מיין קליינער האט מיר געזאגט א פורים תורה.

המן הרשע איז געוועהן א עסען אדער א טרונקען ?

א עסען, עס איז א פסוק אין די תורה,
ובני ישראל אכלו את הָמָן
 
פאר דעם דארף מען טראכטען אביסעל ווי א ליטוואק...

כ"ט שבט ערב ראש חודש אדר איז דער טרויעריגסטער טאג פון יאהר.

עס ווערט געברענגט אין הלכה משנכנס אב ממעטין בשמחה

אבער עס שטייט נישט אין ערגעץ ווען מען הערט אויף. ווערט מען מער טרויעריג און אנגעבלאזען ביז ענדליך...

משנכנס אדר מרבין בשמחה
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
מיט יארען צוריק איז מיר אויסגעקומען צו דאווענען מנחה אין א ליטווישער ישיבה (נישט מער געדאכט)

זייענדיג אין יאהר פון מיין טאטען ע"ה האב איך נאך עלינו געזאגט קדיש.

זייענדיג א חסידישער איד, וואס דאווענט נישט נוסח אשכנז, האב איך געמאכט דעם שרעקליכען טעות און געזאגט...

ויצמח פורקני'ה ויקרב משיחי'ה

דער ראש ישיבה, אן אלטער פארביסענער ליטוואק, איז ווילד געווארען, ער גיבט א קלאפ אויף זיין שטענדער און שרייט הויך...

לא יצמח פורקני'ה...​

ולא יקרב משיחי'ה...​

 
פורים ציפרי אויפ'ן וועג אהיים פון שחרית הער איך ווי א ליטוואק זאגט איינעם אז...

די יאהר האט ער מקיים געוועהן מתנות לאביונים מיט אלע הידורים. ער האט געטראפען אן עני ואביון ממש און יענער האט א גרויסע משפחה און איז אויך א גרויסער תלמיד חכם און וואוינט דא אין בורו פארק איז ער אויך עניי עירך און ער האט ממש נישט קיין פרוטה, ממש מען הונגערט ביי איהם.

גיי איך צו, צו איהם און איך פרעג איהם, אפשר זאגסטו מיר ווער דאס איז? איך קען דאך אויך געבען עפעס

ניין שרייט דער ליטוואק, בשום אופן איך דארף דאך איהם האלטען פאר די קומענדיגע יאהר אויב דו וועסט איהם געבען וועל איך פארלירען מיין עני
 
א מאראקאנע זקן האלט ביים יציאת נשמה, ער רופט זיך צו זיין ווייב און פרעגט: מזל, ביסט דא?!
יא, איך בין דא, ענטפערט זיין ווייב מיט טרערן אין די אויגן.
ער פרעגט דעם זון: משה, ביסט דא?!
יא טאטע, איך בין דא, ענטפערט דער זון וויינענדיג.
ער פרעגט די טאכטער: סיגלית, ביסט דא?!
יא טאטע, איך בין דא, ענטפערט זי מיט יאמערליכע טרערן און גיט אים א קוש.
ער פרעגט ווייטער: און די אייניקלעך, אסתר, רוני, דורית און מיכאל, זענען זיי אויך דא?!
יא מיר זענען אלע דא, ענטפערן זיי אלע בשעת זיי כליפען פאר צער.
האט זיך דער זקן אויפגעזעצט און געפרעגט:
אויב יעדער איז דא, פארוואס ברענט נאך דאס לעקטער אין טוילעט?!
 
קדש
ווען דער יונגערמאן קומט אן אין כולל, טוט ער זיך אן די שווארצע כאלאטל, און מאכט זיך שנעל א קאווע כדי צו קענען גיין הכנות.

ורחץ
נאכן זיצן א שעה הכנות וואשט מען זיך די הענט און מ'מאכט נישט די ברכה על נטילת ידים

כרפס
מ'מאכט זיך א פרישע קאווע, און מ'נעמט א שטיקל צוקער, מ'טינקט עס איין אין די קאווע, מ'מאכט די ברכה שהכל נהי' בדברו, און מ'טרינקט עס אויס לאנגזאם און שטאט, כדי צו פטר'ן די לערנען.

יחץ
מ'צוטיילט די טאג אויף העלפט, א האלבע טאג לערנט מען נישט און א האלבע טאג ארבעט מען נישט.

מגיד
מ'שמועסט און מ'הערט נייעס, ביז לאנטש.

רחצה
מ'וואשט זיך די הענט און מ'זאגט יא די ברכה על נטילת ידים.

מוציא
מ'נעמט א פיינע פרישע המוציא ראל, און מ'מאכט המוציא.

מצה
דערנאך נעמט מען די ראל מ'צושנייד עס אויף העלפט, און מ'לייגט עס אין טויסטער, ס'זאל זיין פיין קריספי אזוי ווי מצה.

מרור
מ'נעמט א שטיקל קנאבל און מ'רייבט עס אן אויף די טויסט.

כורך
מ'לייגט אריין טונא, און לעדערס, און מ'מאכט א סענדוויטש.

שלחן עורך
מ'ריקט אריין דעם סענדוויטש, מ'עסט און מ'טרינקט און מ'לאזט זיך וואויל גיין

צפון
מ'נעמט אפיר די באהאלטענע סעלפאן, און מ'קאלט קול מבשר.

ברך
מ'גיסט אן די דריטע כוס קאווע און מ'בענטשט.

הלל
מ'גיסט אן די פערדע כוס קאווע, מ'שטופט דורך די נאכמיטאג, און מ'דאנקט דעם אייבערשטן אז די טאג איז שוין באלד פאריבער.

נרצה
מ'טוט די אלע זאכן כדי צו געפעלן פארן ווייבל, וועלכע מיינט נעבעך אז איר תכשיט'ל הארעוועט אין לערנען..​





 
30 DAYS BEFORE PESACH
I had 12 bottles of whiskey in my cellar and I decided to empty each and every bottle down the sink, so I proceeded with the task.
I withdrew the cork from the 1st bottle and poured the contents down the sink, with the exception of 1 glass which I drank.
I extracted the cork from the 2nd bottle and did likewise, with the exception of of 1 glass which I drank.
I then withdrew the cork from the 3rd bottle and poured the contents down the sink, with the exception of 1 glass which I drank.
I pulled the cork from the the 4th sink , poured the bottle down the glass, which I drank.
I pulled the bottle from the cork of the next, and drank the sink out of the glass and poured the cork from the bottle.
Then I corked the sink with the glass, bottled the drink, and drank the pour.
When I had everything emptied I steadied the house with 1 hand, counted the bottles, corks, glasses, and sinks with the other, which were 29, and put the house in 1 bottle, which I drank.
I am not under the affluence of incohol, but thinkle peep I am.
I am not half so thunk as you might drink.
I fool so feelish I don't know who is me, and the drunker I stand here the longer I get.
 
4 זאכען וואס א יוד וויל טרינקן אבער ער קען נישט.
1) א גלעזל ביער נאכן סדר.
2) א גלעזל קאווע נאכן קינות
3) א גלעזל טיי נאך כל נדרי.
4) א לחיים נאך די טהרה…
 
קדש
ווען דער יונגערמאן קומט אן אין כולל, טוט ער זיך אן די שווארצע כאלאטל, און מאכט זיך שנעל א קאווע כדי צו קענען גיין הכנות.

ורחץ
נאכן זיצן א שעה הכנות וואשט מען זיך די הענט און מ'מאכט נישט די ברכה על נטילת ידים

כרפס
מ'מאכט זיך א פרישע קאווע, און מ'נעמט א שטיקל צוקער, מ'טינקט עס איין אין די קאווע, מ'מאכט די ברכה שהכל נהי' בדברו, און מ'טרינקט עס אויס לאנגזאם און שטאט, כדי צו פטר'ן די לערנען.

יחץ
מ'צוטיילט די טאג אויף העלפט, א האלבע טאג לערנט מען נישט און א האלבע טאג ארבעט מען נישט.

מגיד
מ'שמועסט און מ'הערט נייעס, ביז לאנטש.

רחצה
מ'וואשט זיך די הענט און מ'זאגט יא די ברכה על נטילת ידים.

מוציא
מ'נעמט א פיינע פרישע המוציא ראל, און מ'מאכט המוציא.

מצה
דערנאך נעמט מען די ראל מ'צושנייד עס אויף העלפט, און מ'לייגט עס אין טויסטער, ס'זאל זיין פיין קריספי אזוי ווי מצה.

מרור
מ'נעמט א שטיקל קנאבל און מ'רייבט עס אן אויף די טויסט.

כורך
מ'לייגט אריין טונא, און לעדערס, און מ'מאכט א סענדוויטש.

שלחן עורך
מ'ריקט אריין דעם סענדוויטש, מ'עסט און מ'טרינקט און מ'לאזט זיך וואויל גיין

צפון
מ'נעמט אפיר די באהאלטענע סעלפאן, און מ'קאלט קול מבשר.

ברך
מ'גיסט אן די דריטע כוס קאווע און מ'בענטשט.

הלל
מ'גיסט אן די פערדע כוס קאווע, מ'שטופט דורך די נאכמיטאג, און מ'דאנקט דעם אייבערשטן אז די טאג איז שוין באלד פאריבער.

נרצה
מ'טוט די אלע זאכן כדי צו געפעלן פארן ווייבל, וועלכע מיינט נעבעך אז איר תכשיט'ל הארעוועט אין לערנען..​





אייזן!! 🤣😂😅
 
Back
Top