מילתא דבדיחותא

אמאל איז געווען א שטעטל וואס האט פארמאגט א רב מיט א רבי.
די רב פלעגט אלע וואך באקומען שלישי און די רבי שישי, אזוי ווי די מנהג אמאל.

ויהי היום און די רב איז געשטארבן.
די בעלי בתים פון שטאט האבן זיך געוואלט שפארן געלט האבן זיי מציע געווען פארן רבי'ן צו זיין סיי די רב און סיי די רבי, און די עלייה קען ער זיך קלויבן וועלכע ער וויל.

האט ער זיי געזאגט – די עלייה איז מיר נישט קיין חילוק וועלכע, איך דארף נאר א הוספה אין די וואכן...
 
אן אלט ווארט, אבער מעניינא דיומא

אן עם הארץ האט געפרעגט זיין רב, עס שטייט אין די תורה אז יתרו איז געוועהן דער גלח פון מדין און אויך משה רבינו'ס שווער. און ווי מען ווייסט האט ער געהאט 7 טעכטער.

איז שווער, ווי אזוי האט ער געקענט האבען קינדער ער איז דאך געוועהן א גלח, און גלחים טאר'ן נישט חתונה האבען?

אוי דו עם הארץ ענטפערט דער רב, ווייסטו דען נישט אז דאס איז געוועהן פאר מתן תורה
 
ווען א חלק פון די גוף הערט אויף צו ארבייטען ל"ע הייסט עס א סטראוק ל"ע

ווען א גרופע ארבייטער הערען אויף צו ארבייטען זענען זיי אויף סטרייק

ווען א גאנצע משפחה הערט אויף צו ארבייטען... גייען זיי מיט סטראקעס
 
אן אלט ווארט, אבער מעניינא דיומא

אן עם הארץ האט געפרעגט זיין רב, עס שטייט אין די תורה אז יתרו איז געוועהן דער גלח פון מדין און אויך משה רבינו'ס שווער. און ווי מען ווייסט האט ער געהאט 7 טעכטער.

איז שווער, ווי אזוי האט ער געקענט האבען קינדער ער איז דאך געוועהן א גלח, און גלחים טאר'ן נישט חתונה האבען?

אוי דו עם הארץ ענטפערט דער רב, ווייסטו דען נישט אז דאס איז געוועהן פאר מתן תורה
View: https://x.com/Kanyna_Hora/status/2019131623942549700?s=20
 
ביטקוין איז יעצט ווי א בחור ביים צווייטן יאר אין ארץ ישראל
איך פארשטיי נישט צו ביטקוין און איך האב נישט געלערנט אין א"י.

עני האופ איך זאל פארשטיין אמאל דאס ווערטעל?
 
איך פארשטיי נישט צו ביטקוין און איך האב נישט געלערנט אין א"י.

עני האופ איך זאל פארשטיין אמאל דאס ווערטעל?

bitcoin is now


$64,507.79


last year


$126,210.50


so a bucher in eretz Yisroel first year he is high second year he Falls drastically
 
מיין קליינער האט מיר געזאגט א פורים תורה.

המן הרשע איז געוועהן א עסען אדער א טרונקען ?

א עסען, עס איז א פסוק אין די תורה,
ובני ישראל אכלו את הָמָן
 
פאר דעם דארף מען טראכטען אביסעל ווי א ליטוואק...

כ"ט שבט ערב ראש חודש אדר איז דער טרויעריגסטער טאג פון יאהר.

עס ווערט געברענגט אין הלכה משנכנס אב ממעטין בשמחה

אבער עס שטייט נישט אין ערגעץ ווען מען הערט אויף. ווערט מען מער טרויעריג און אנגעבלאזען ביז ענדליך...

משנכנס אדר מרבין בשמחה
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
מיט יארען צוריק איז מיר אויסגעקומען צו דאווענען מנחה אין א ליטווישער ישיבה (נישט מער געדאכט)

זייענדיג אין יאהר פון מיין טאטען ע"ה האב איך נאך עלינו געזאגט קדיש.

זייענדיג א חסידישער איד, וואס דאווענט נישט נוסח אשכנז, האב איך געמאכט דעם שרעקליכען טעות און געזאגט...

ויצמח פורקני'ה ויקרב משיחי'ה

דער ראש ישיבה, אן אלטער פארביסענער ליטוואק, איז ווילד געווארען, ער גיבט א קלאפ אויף זיין שטענדער און שרייט הויך...

לא יצמח פורקני'ה...​

ולא יקרב משיחי'ה...​

 
פורים ציפרי אויפ'ן וועג אהיים פון שחרית הער איך ווי א ליטוואק זאגט איינעם אז...

די יאהר האט ער מקיים געוועהן מתנות לאביונים מיט אלע הידורים. ער האט געטראפען אן עני ואביון ממש און יענער האט א גרויסע משפחה און איז אויך א גרויסער תלמיד חכם און וואוינט דא אין בורו פארק איז ער אויך עניי עירך און ער האט ממש נישט קיין פרוטה, ממש מען הונגערט ביי איהם.

גיי איך צו, צו איהם און איך פרעג איהם, אפשר זאגסטו מיר ווער דאס איז? איך קען דאך אויך געבען עפעס

ניין שרייט דער ליטוואק, בשום אופן איך דארף דאך איהם האלטען פאר די קומענדיגע יאהר אויב דו וועסט איהם געבען וועל איך פארלירען מיין עני
 
Back
Top