מילתא דבדיחותא

אמאל איז געווען א שטעטל וואס האט פארמאגט א רב מיט א רבי.
די רב פלעגט אלע וואך באקומען שלישי און די רבי שישי, אזוי ווי די מנהג אמאל.

ויהי היום און די רב איז געשטארבן.
די בעלי בתים פון שטאט האבן זיך געוואלט שפארן געלט האבן זיי מציע געווען פארן רבי'ן צו זיין סיי די רב און סיי די רבי, און די עלייה קען ער זיך קלויבן וועלכע ער וויל.

האט ער זיי געזאגט – די עלייה איז מיר נישט קיין חילוק וועלכע, איך דארף נאר א הוספה אין די וואכן...
 
אן אלט ווארט, אבער מעניינא דיומא

אן עם הארץ האט געפרעגט זיין רב, עס שטייט אין די תורה אז יתרו איז געוועהן דער גלח פון מדין און אויך משה רבינו'ס שווער. און ווי מען ווייסט האט ער געהאט 7 טעכטער.

איז שווער, ווי אזוי האט ער געקענט האבען קינדער ער איז דאך געוועהן א גלח, און גלחים טאר'ן נישט חתונה האבען?

אוי דו עם הארץ ענטפערט דער רב, ווייסטו דען נישט אז דאס איז געוועהן פאר מתן תורה
 
ווען א חלק פון די גוף הערט אויף צו ארבייטען ל"ע הייסט עס א סטראוק ל"ע

ווען א גרופע ארבייטער הערען אויף צו ארבייטען זענען זיי אויף סטרייק

ווען א גאנצע משפחה הערט אויף צו ארבייטען... גייען זיי מיט סטראקעס
 
אן אלט ווארט, אבער מעניינא דיומא

אן עם הארץ האט געפרעגט זיין רב, עס שטייט אין די תורה אז יתרו איז געוועהן דער גלח פון מדין און אויך משה רבינו'ס שווער. און ווי מען ווייסט האט ער געהאט 7 טעכטער.

איז שווער, ווי אזוי האט ער געקענט האבען קינדער ער איז דאך געוועהן א גלח, און גלחים טאר'ן נישט חתונה האבען?

אוי דו עם הארץ ענטפערט דער רב, ווייסטו דען נישט אז דאס איז געוועהן פאר מתן תורה
View: https://x.com/Kanyna_Hora/status/2019131623942549700?s=20
 
ביטקוין איז יעצט ווי א בחור ביים צווייטן יאר אין ארץ ישראל
איך פארשטיי נישט צו ביטקוין און איך האב נישט געלערנט אין א"י.

עני האופ איך זאל פארשטיין אמאל דאס ווערטעל?
 
איך פארשטיי נישט צו ביטקוין און איך האב נישט געלערנט אין א"י.

עני האופ איך זאל פארשטיין אמאל דאס ווערטעל?

bitcoin is now


$64,507.79


last year


$126,210.50


so a bucher in eretz Yisroel first year he is high second year he Falls drastically
 

בייגעלייגטע פיילס

מיין קליינער האט מיר געזאגט א פורים תורה.

המן הרשע איז געוועהן א עסען אדער א טרונקען ?

א עסען, עס איז א פסוק אין די תורה,
ובני ישראל אכלו את הָמָן
 
Back
Top