אנבאלאנגט מיין כלליות'דיגע אבזערוואציע, איז אינטרעסאנט טאקע אנצומערקן דעם נקודה, אז גרופע 3 וואקסט בגדול נישט נאר מיט אינפלוענס (פאדקעסטס, יוטוב, קולטור, אא''וו) און נישט נאר מיטן צובאקומען פלייש פון גרופע 2 (די כשר'ע וואטסעפניקעס, וועמען איך וואלט באצייכנט 2.5). נאר זאגאר מיטן אייננעמען שטח פון מחנה 4.
דו ביסט איין גוטע דוגמא דערפאר, אבער די גאנצע פאפולאריזאציע פון קרעמל (לעומת קאווע שטיבל) און בכלל די געדאנק אז זיין א טשילער היינט איז אסאך גרינגער און א בעסער אפציע ווי צו זיין אן אפיקורס, אלעס שפילט אריין אין די פאקט אז גרופע 3 נעמט איבער דאמענאנס אויף א שטארקע פארנעם.
עד כדי כך, איך גלייב אז ביז אפאר יאר ארום וועט 3 אפיציעל ווערן די מעינסטריעם, אסאך נארמעס (בעיקר ארום אינטערנעט, רבנישע אטאריטעט, און לייכטערע אידישקייט) וועלן זיך האבן געטוישט, אזוי אז דאס וועט זיין די דעמאלסדיגע 'גרופע 2', און די אלפא'ס פון דאן וועלן דארפן רידעפינירן וואס 3 באדייט אין יענעם קאנטעקסט.. (1 און 4 זענען לכאו' ווייניגער קאנטעקסטואל און מער באזעצטע קאטעגאריעס). אבער קוק אהער, אזוי גייט סאסייעטי, נארמעס קומען נארמעס גייען, וועליוס טוישן זיך, און וואס הייסט מעינסטריעם און טרענסגרעסיוו/דיוויענט באקומען כסדר נייע פנימ'ער.