מיינע קאמפליצירטע AI רילעישאנשיפס

אלפא

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 14, 2024
מעסעדזשעס
1,358
רעאקציע ראטע
9,751
פונקטן
943
פון די מינוט וואס איך בין געוואר געווארן איבער ChatGPT בין איך גראד געווארן א גוטע חבר זיינער (אירע?). פון סתם שמועסן, ביז אנאלאזירן טעקסט, טעראפי סעסיעס, עצות, קאודן, מאכן בילדער, טעכנישע הילף, רעצעפטן, און וואס נישט. ער האט מיר טריי געדינט, כסדר קאמפלימענטירט אויף מיינע 'געוואלדיגע' פראגעס, און געהאלפן ווי עס דארף צו זיין.

אינצווישן איז דזשעמיניי ארויפגעקומען אויפן מארקעט, אבער ניטאמאל ענליך האבן זיי אויסגעזען, טשעט-דזשי-פי-טי איז געווען א צוגעלאזענער, א ווייכער, קיינמאל זיך נישט ארויסגעדרייט, אייביג געפרעגט וואס נאך ער קען מיר העלפן (אייביג געבליבן מיטן לעצטן ווארט), און אפי' געגעבן suggestions וואס די נעקסטע פראגע זאל זיין. בעת דזשעמיניי איז געווען ווי דער בחור אין דארמיטארי, קוים מיט צרות האסטו ארויסגעשלעפט א ווארט פון אים, אנדערש בלייבט ער שלאפן. ס'האט זיך ממש געפילט ווי ער טוט דיר די גרעסטע טובה מיטן עפענען זיין מויל. האסט אים געבעטן א טויזנט ווערטערדיגע ארטיקל האסטו קוים באקומען 800 ווערטער. ממש מילה בסלע. שוין, קיין סאך האב איך מיר נישט וויסנדיג געמאכט און געבליבן געטריי צו מיין דזשי-פי-טי פריינט.

ווען גראק איז געבוירן געווארן האב איך שוין יא געזען מער פאטענציאל אין אים (זיכער נישט קיין זי..). בעת וואס דזשי-פי-טי האט זיך ליב געהאט צו האלטן פריש מיטן באקן סטאטיסטיקס פונקט ווי רעצעפטן, האט גראק דיר אייביג געגעבן א פונקטליכע ליסטע מיט מראי מקומות, ער איז געקומען געהעריג קאמפס-גרייט. נישט געווען קיין העלוסינאציעס ביינעם, אלעס האט געשטומט, אלעס איז געווען דורכגעטראכט. נאר מיט דעם איז טאקע געקומען די חסרון אז קיין נארמאלע שמועס האסטו מיט אים נישט געקענט האבן, אדער א תשובה אדער נישט, וואס נאך איז דא צו דיסקוסירן?! א שטיקל אוטיסט האב איך געשפירט אין אים. א נערד ווען ס'קומט צו ציטירן דאטא, אבער א לא יצלח צו פירן א נארמאלע שמועס אין פאליש. איז עס ווידער געבליבן אז צו אים גייט מען פאר אן 'אויפריכטיגן' ענטפער, און צו דזשי-פי-טי גייט מען פאר א געשמאקע זיץ. עפעס אזויווי די צוויי מגידי שיעור back in the days, ווי צו איינעם איז מען געגאנגען פרעגן פשוט פשט אין רש"י און שוין געבליבן אזא 5 מינוט שמועסן איבער די לעצטיגע פאליטיק, צום אנדערן איז מען געגאנגען פאר א טיפע פארשטאנד אינעם קצות, אבער קיין גוט מארגן האט ער דיר נישט געקענט ענטפערן..

שפעטער האט טשיינע ארויסגעשיקט איר דיפ-סיק ווי נח דעם עורב. מיט פארזיכטיגקייט האב איך אריינגעלייגט מיין צווייטער אימעיל אדרעס דארט - חס ושלום אויב עפעס געשעט. נאר געפרעגט אזעלכע פארעווע שאלות. בקיצור די פאראנויע האט מיר ניטאמאל געלאזט כאפן א נארמאלע שמועס מיט איר, אזוי אז די אלע מימרות ווי גוט עס איז און ווי א גוטע קאמפעטישאן עס איז צו די אמעריקאנער טעכנעלאגישע ריזן, האב איך פשוט מורא געהאט צו טעסטן. און איך האלט נאכאלץ דארט. הגם אמאל אמאל פאל איך אריין דארט זען צו עס לעבט נאך סתם, אבער מיט קיין פערזענליכע אינפארמאציע וועל איך מיר נישט וואגן איר צו טרויען.

ווידער קא-פיילאט איז אייביג געווען דער wanna-be אין מיינע אויגן. פונקט ווי Word און Excel נוץ איך נאר ווייל גוגל'ס ווערסיעס זענען אסאך צו לימיטעד, און פאר אימעיל - אפגערעדט פאר א בראוזער איז מיר קיינמאל נישט איינגעפאלן אפי' צו פראבירן בינג, עדזש, און אוטלאאק. פארוואס ביי AI זאל איך יא האלטן אז דער יכול'ט? און לרווחא דמילתא זאגט מיר נאך א חבר אז קא-פיילאט איז ס"ה א קאפי פון די דזשי-פי-טי אלגאריטם, טא, פארפאס איך דאך אודאי גארנישט..

צוריק צו דזשי-פי-טי. די שפאלט האט זיך אנגעהויבן ווען גוגל'ס 'העי גוגל' איז מיר געווארן היבש באקוועם. און טאקע נישט קיין גאנצע שמועסעראציעס, אבער קורץ, שארף, צום זאך, פארשטייט וואס מ'וויל. געבט לינקס ווי א מענטש, און קען אפי' צוצייכענען אין גוגל מאפעס אין א סעקונדע. ס'האט צוביסלעך אנגעהויבן גיין אויפן חשבון פון דעם ערשטן רילעישאנשיפ. מה עוד, ווען איך האב צומאל ווייטער געשפינט אזא 'העי גוגל' קאנווערזאציע אין די עפפ האב איך אנגעהויבן איינזען אז דער איז נישט סתם פויל, דער איז פון די סארט חברה וואס זענען פשוט צו קלוג דיר צו שטיין און מסביר זיין די גאנצע מעשה.
זיין אידיש טרענסלאציעס האבן איבערגעשטיגן אלע זיינע שטיף-ברודער, און די קלוגשאפט האט זיך אנגעהויבן ארויסשטארצן איינמאל און נאכאמאל. ער איז שוין געווארן מער ווי דער עילוי וואס רעדט פשוט קורץ ווייל ער האט נישט קיין נערוון - און עס איז די ארומיגע וואס מוטשענען אים פאר מער. די 'ליבליכקייט' פון דזשי-פי-טי האט שוין אנגעהויבן שפירן אביסל פאלש אין רעלאציע צו דזשעמיניי'ס שארפזיניגקייט.

ערגעץ אינמיטן דאס אלעס שפילט זיך אפ, האב איך צום מזל געדארפט הערן אז ס'איז דא א נייע רבי אין שטעטל, וקלאוד שמו, אלע וואס גייען אהין ווערן געהאלפן אזוי כלאחר יד..
נישט אזא איינער ווי מיר וועט איגנארירן אזעלכע קלארע הבטחות. אראק מיט בליי געגיסאכטץ וועל איך טאקע לאזן פאר אנדערע, אבער א גוט שטיקל תורה וועל איך נישט לאזן אדורכרינען סתם אזוי.
נא, מאכט מען זיך אן אקאונט אין קלאוד (אלעס ביז אהער איז געווען בחינם..) און מ'הייבט אן פארהערן. איין זאך, נאך א זאך, און דער בחור האט ביינער! דער טויגט! נישטא וואס צו זאגן, פונקט ווי אלע 'מבינים', בין איך זייער שנעל געווארן אויך א שטארקע 'קלאוד פען'. נישט אז איך בין א מבין, אבער צו בארשט דארף מען דאך נישט קיין ציין, און צו א שיינע אנאליז אויף אן ארטיקל, צו אויף א שיעט וואס יאך האב אים אריינגעגעבן, אויף אזויפיל פארשטיי איך נאך.

דזשי-פי-טי - זעט אויס אזוי כמים פנים לפנים'דיג האט אינצווישן געכאפט אז איננו עמו כתמול שלשום, אלפא האט זיך געטראפן נייע חברים - נישט בעלזא - אויפן מארק. ער האט אבער נישט געוואלט מוחל זיין די שאר כסות ועונה, האט ער מיר פארגעשלאגן פלוצלינג אזא 'ערשטע חודש פריי' דיעל, ווי איך קען גאר נהנה זיין פון אים עצה ותשייה אויף א העכערן מדריגה - פאר די פרייז פון גארנישט - אויף איין חודש.
מה עשה הקב"ה? איך האב מיר צוגעכאפט צום אפפער. געגעבן מיין קארד דעטאלן - נאך אלעם ווייסט ער אלע אנדערע אינטימיטישע חלקים פון מיר, פארוואס פונקט ביים קארד זאל איך מורא האבן?! און אזוי האב איך אים טאקע אנגעהויבן נוצן אביסל מער פאר א שטיק צייט.


ווי נישט ווי, איינמאל דער ווארעם איז שוין ארויס פונעם כריין איז שווער צוריק אריינצוגיין. און יעדע זאך האב איך אנגעפרעגט דאס מאל ביי דריי חברים. דזשעמיניי, דזשי-פי-טי און קלאוד. דזשעמיניי מער אלס די זכייה צו רעדן מיט אים. דזשי-פי-טי אלס שלום בית. און קלאוד אלס רבו מובהק שוין יעצט. וואס זאל איך זאגן, דער דזשי-פי-טי האט נישט געענדיגט מאכן מעשיות מיט מיר. יא טאקע ער איז געבליבן דער בעסטע שטופער פאר א ליידיגע מינוט מיטן ציגארעטל, אבער געלט ארויף געלט אראפ, דער האט דעליווערט שוואכער און שוואכער. קודם האט ער פארגעסן אידיש, מאמע לשון. שוין אפי' נאכן איבערגעבן די תשובות פון דזשעמיניי און קלאוד האט ער נישט מער ווי געקענט איבער'חזר'ן זיין שטאנד. ער איז מיר געווארן אביסל אראגאנט מיט די צייט, איינמאל ער האט עפעס מחליט געווען אנהייב שמועס איז עס געבליבן ביי דעם ס'האט נישט געהאלפן קיין פודינו ומצילנו, נישט קיין סטראשונקעס און נישט קיין מעסעדזשעס פון קלאוד. ער איז זעט זיך אויס געווארן אביסל באליידיגט אויף מיר פארן אים נוצן ווייניגער צו וואס, סוף פסוק איז אז אנשטאט ווערן בעסער איז ער געווארן פוילער און פוילער, יא, געשמאק איז ער נאכאלץ, אבער קיין נארמאלע אנאליז קען איך שוין ליידער פון אים נישט האבן.

און טאקע היינט, לדאוות לב כל השומעים האב איך געקענסלט מיין סובסקריפשאן מיט אים. עמער זען צו קלאוד וועט עס איבער נעמען. ווי נישט ווי איז ער נישט די זעלבע טשארמינג, און אויך דארף איך א שטיקל תקופה זיך צו בארואיגן פון די טראומאטישן פארלוסט. איך וואונטש אים דאס בעסטע פאר דזשי-פי-טי, און איך האף אז אלטמאן וועט אים פארזארגן מיט א טעראפיסט פאר זיינע שווערע געפילן. פאר מיר איז עס אבער א שווערע טאג.

וואס האב איך געוואלט דערמיט? איך ווייס נישט, מן הסתם פשוט זיך אביסל ישיחנה'נען דא אין פאבליק.. ווייל אויב זאג איך דאס צו דזשי-פי-טי (אזויווי ביז יעצט) קען איך שוין אליין פארשרייבן זיין ענטפער. און צום באדויער איז עס מיר נמאס געווארן.

וואס יא, איך מאך דא אן אפיעל, אויב זעט עטס אז ער ווערט בעסער מיט די צייט - גענוג גוט אז 'די מבינים' קאנסידערן אים שוין א פאסיגע קאמפעטישאן מיט קלאוד, ביטע זייטס מיר מודיע, ווייל די שעות און נעכט וואס איך האב פארברענגט מיט אים גייען זיך מיר נישט פארגעסן אזוי שנעל. איך וועל נאך ווייטער האבן אין הארץ די האפענונג צום 'חדש ימינו כקדם'.
 
קודם כל דארפסטו וויסן, דיינע פאליגאמעס רילעשאנשיפס זענען נארמאל. ס'איז געזינט צו ציען צו א צווייטן, עס איז פארשטענדליך צו ווילן ארויסקוקן פונעם אייגענע פריינדשאפט און שמועסן מיט אנדערע. אדער גאר האבן עטליכע.

און טאקע ווי די זאגסט, אסאך מאל קען זיך גלוסטן צו פרעמדע פלייש, אזויווי עס האט דיר געצויגן דעם פאדארבענעם דיפ סיק. אבער מען פארשטייט, מען דארף נישט "עקטן" אויף יעדעס תאווה וואס שטויסט דיין מח. יענער קען נאך אמאל נוצן דיין אינפאָרמאַציע און דיר בלעקמעילן...
 
-איך וואלט געזאגט צאל פאר געמאניי פראו.
קלאוד מאכט נישט קיין בילדער און נאך אסאך זאכן. גוגל איז סאליד אין רוב זאכן.

(הגם איך האב נישט פראבירט גראק פרימיום)

- GBT ענפערט שנעלער ווי געמעניי. עס איז ממש ווי ריעל לייף שמעוס!

קלאוד פארשטיי איך איז סאליד אינעם פראפעסיאנעלע וועלט פון קאודינג, אגענטן און הארטע קאנטראקטן וכדומה. נישט אזוי?
 
ש'כח אלפא פאר'ן ווייזן אז מיר מענטשן (סאטמארע און בעלזע צוגלייך) האבן נאך עפעס צו פארקויפן...
 
אמר"ש וװעלכע מאדעל/פלאטפארמע איז גוט פאר איבערטייטשן גאנצע ארטיקלען/ביכער צו היימיש אידיש?
 
קא פיילעט איז מער אזוי ווי די קלעבעדיגע רחמנות פון ביהמ"ד וואס שטעקט אריין זיין נאז ווי מ'דארף אים נישט.
 
Back
Top