מיין שווער און ניקאלאס קאפּערניקוס (מייסטערווערק)

לגבי די געדאנק אז מ׳קען נישט מאטעמאטיש נארמאליזירן די פּראַבּעבּיליטיס פונעם פיין-טוּניִנג ארגומענט צו מאכן דערפון א מאטעמאטישע ארגומענט, האב איך געקלערט (בדרך צחות) אז דאס קען זיין א רמז אינעם פסוק (קהלת ז כט) אשר עשה האלקים את האדם ישר והמה בקשו חשבנות רבים. והיינו, אז לגבי די ראיה פון ״אשר עשה האלקים את האדם״, אז די בריאה וואס ה׳ האט געמאכט איז פיין-טוּנד פאר׳ן אדם, איז אבער, ״ישר והמה בקשו חשבנות רבים״, עפ״י די חשבונות ביי אינפיניט ו״רבים״, האט דאס א שוועריקייט מיט׳ן ווערן נארמאליזירט/״ישר״.

***

דר. בּרוּנאָ דזשיארדאני שרייבט אז עס זענען פארהאן פיר וועגן וויאזוי זיך מתמודד צו זיין מיט דאס וואס מ׳זעהט די פיין-טוּניִנג פון די פיזישע קאנסטענטס וואס דערלאזן (קארבּאן-בּעיסד) לעבן:

1). די שטארקע ווערסיע פונעם אנטראפּיק פּרינציפּ, וועלכעס לויטעט אז אלס א הנחה קדומה בתוך סייענס, אזוי ווי אַקעם׳ס רעיזאר וכדומה, אז די יוּניווערס (מאיזה סיבה) מוז האבן מעיקרא קאַנסטענטס וועלכעס דערלאזן לעבן.

2). אז דאס איז ביי די לימיטס פון אונזער מדע פון קאסמאלאגיע, און מ׳וועט קיינמאל נישט אָנקומען דאס פותר צו זיין, אזוי ווי די שיטה פון (נייע) מיסטעריעניזם וועלכעס לויטעט אז עס איז אוממעגליך און מ׳וועט קיינמאל נישט פותר זיין די חידה פון קאַנשׁעסנעס.

3). אז עס איז דא א טעלעלאגישע סיבה מחמת סופה וועלכעס ברענגט דאס אפיר. דאס קען זיין א טעאיסטישע/דעאיסטישע סיבה, אדער אפילו א פּאַנטעאיסטישע וואו די יוּניווערס/יקום אליינס ווערט צוביסלעך מער קאַנשׁעס/עוועיר פון זיך אליינס און ברענגט אזוי אפיר קאַנסטענטס צו דערלאזן לעבן. דאס קען אויך גיין אין איינקלאנג מיט דר. דזשאַן אַרטשיבּאָלד וויעלער׳ס פּאַרטיסיפּעטאָרי ענטראפּיק פּרינציפּ וועלכעס לויטעט אז עס פעהלט אויס א קאַנשׁעס אַבּזערווער וועלכעס זאל קאלעפּסן די וועיוו-פאָנקשען פונעם גאנצן יוּניווערס אז עס זאל בכלל זיין א יקום, וואס דאן וועט זיך עס אויסשטעלן לויט אלעס וואס שטימט ביז אהין אז דער אַבּזערווער זאל זיין און דאס טאקע קענען אַבּזערווירן. ונמצא מזה אז די יוּניווערס מוז האבן די קאַנסטענטס צו דערלאזן דעם אַבּזערווירער, ווייל די יוּניווערס איז פונקט אזוי אָנגעוואוזן אין אים ווי ער אין איר.

4). די מאָלטיווערס מיט אירע פארשידענארטיגע נוסחאות.

ער זאגט אז די מאָלטיווערס איז די בעסטע פון די אפציעס, זייענדיג אז די אנדערע גייען בעצם קעגן די פילאזאפישע הנחות אויף וועלכעס די סייענטיפיק ענטערפּרייז איז געבויט. אבער מאידך גיסא איז נישט זיכער אז אט די טעזע איז טעסטעבּל און פאָלסיפייעבּל, וואס איז ווייטער א יסוד אין סייענס. ווי אויך קען מען טענה׳ן אז מ׳רוקט פשוט ארויף די פיין-טוּניִנג פון די יוּניווערס צו די מאָלטיווערס: עס איז פיין-טוּנד ארויסצוגעבן א יוּניווערס בתוך אנדערע וועלכעס דערלאזט לעבן. ער ענטפערט דערויף:
There are three possible answers to this question. We may find in the future that one, and only one, fundamental theory is self-consistent and possible. But why would it be this specific theory that makes bio-friendly universes possible? Or we may find that several or many theories are self-consistent and possible. Maybe all these theories exist in reality, in the spirit of the “ultimate ensemble theory” (Tegmark 1998), there is no choice, and everything exists. Or maybe only one of these possible overarching theories actually exists, and we are led to understand why this one rather than another one: there has been a “choice,” which it is difficult to attribute to randomness, because randomness presupposes a process for the realization of random outcomes, and, by definition, there is no physical process over the fundamental law

Of course, it is very difficult to guess whether we shall have hints toward one or the other of these three answers in the future. At this stage of bold speculations, the preferred option is a matter of faith. In any case, we shall always face the issue raised by Leibniz: why is there something rather than nothing? And why is there this “something” rather than another one? Or, in other words: what is the origin of the substance that makes the world (Haeckel 1900)? What puts the “fire in the equations” that transforms mathematics into matter (Ferguson 2004)? Is it the mere logic of the only possible solution? Or does all what is logically possible have a correspondence in matter? Or is there a still unknown metaphysical process or reality that triggers/makes a choice?​
ער ענדיגט צו בנוגע די פערמי פּאראדאקס:
IMG_9439.jpeg
 
לעצט רעדאגירט:
ווי ארויסגעברענגט ארבעט די פיין-טוּנינג ארגומענט עפ״י בּעיס׳ טעארעם אין פּראַבּעבּיליטי: די פּראַבּעבּיליטי פון דאס אז עס איז דא א דיזיינער/ג-ט גיווען אז עס איז פיין-טוּנד פאר לעבן, איז די פּראַבּעבּיליטי פון דאס אז עס איז פיין-טוּנד פאר לעבן גיווען אז עס איז דא א דיזיינער/ג-ט, טיימס די פּראַבּעבּיליטי פון דעם אליינס אז עס איז דא א דיזיינער/ג-ט, דיוויידעד ביי די פּראַבּעבּיליטי פון דאס אז עס איז פיין-טוּנד. (דאס איז דאס זעלבע ווי זאגן אז די פּראַבּעבּיליטי פון פון דאס אז עס איז דא א דיזיינער/ג-ט גיווען אז עס איז פיין-טוּנד פאר לעבן, דיוויידעד בי די פּראַבּעבּיליטי פון דעם אליינס אז עס איז דא א דיזיינער/ג-ט, איז דאס זעלבע ווי די פּראַבּעבּיליטי פון דאס אז עס איז פיין-טוּנד גיווען אז אז עס איז דא א דיזיינער/ג-ט, דיוויידעד ביי די פּראַבּעבּיליטי אז עס איז פיין-טוּנד פאר לעבן.)

די פראבלעם איז אבער אז אין בּעיס׳ טעארעם איז דא די פראבלעם פון אלטע עווידענס. והיינו, אז טאמער איז שוין די ערשטע ״גיווען״ חלק שוין מבורר מעיקרא, איז דאך דאס בעצם א פּראַבּעבּיליטי פון (כמעט) 100%, און וועט מיר געבן אויף די לינקע זייט א פּראַבּעבּיליטי פון (כמעט) 100% ברור בכל אופן. און דאס זעלבע איז דא לגבי די פיין-טוּנינג וואס איז דאך מבורר שוין מעיקרא.

דר. בּרעדלי מאנטאן ענטפערט אז מ׳מוז טאקע זאגן אז מ׳רעכענט ״אור-פּראַבּעבּילטיס״, והיינו אז וואס וואלט ווען א מענטש געטראכט ווען ער ווייסט דאס אלעס נישט מעיקרא.

און ווי צוגעברענגט, טענה׳ט דר. דזשען נארוועסאן אז די בּעיסיען ארגומענט דערין טענה׳ט אז עס איז מער פּראַבּעבּל פאר די פיין-טוּנינג פאר לעבן גיווען אז ג-ט עקזיסטירט, ווי די פּראַבּעבּיליטי פאר די פיין-טוּנינג פאר לעבן גיווען אז ג-ט עקזיסטירט נישט. אבער דאס באדייט אז מ׳פארשטייט אז טאמער ג-ט עקזיסטירט וואלט ער געמאכט לעבן. אין אנדערע ווערטער, אז מ׳קען משיג זיין די מחשבות ורצונות פון ג-ט. אבער דאן קען מען נישט פלוצלינג טענה׳ן לגבי הרעות בעולם אז דארט זענען זיינע וועגן פלוצלינג אומפארשטענדליך.
 
והיינו, אז טאמער איז שוין די ערשטע ״גיווען״ חלק שוין מבורר מעיקרא, איז דאך דאס בעצם א פּראַבּעבּיליטי פון (כמעט) 100%, און וועט מיר געבן אויף די לינקע זייט א פּראַבּעבּיליטי פון (כמעט) 100% ברור בכל אופן. און דאס זעלבע איז דא לגבי די פיין-טוּנינג וואס איז דאך מבורר שוין מעיקרא.
איז דאס די זעלבע זאך ווי די אנטראפיק פרינציפל? פארוואס איז עס נאר 'כמעט' הונדערט פראצענט?

דא האב איך פראבירט צו wrap'ן מיין מוח ארום דעם, כ'בין נייגעריג אויב וואס כ'האב געשריבן איז טאקע ריכטיג.

'מי אני' להכניס ראשי, אבער אז מ'פרעגט איז כאטש דא א שאנס פון פארשטיין..
 
איז דאס די זעלבע זאך ווי די אנטראפיק פרינציפל?
מ׳קען עס טאקע באטראכטן ווי א מאטעמאטישע פארמולעישאן פונעם אנטראָפּיק פּרינציפּ. עס איז אבער נישט ממש דאס זעלבע, ווייל די אַנטראָפּיק פּרינציפּ באציהט זיך צו דעם ביחס צו אונז אלס אַבּזערווירערס: אזא סארט בּעיסיען ריִזענינג וואו די דיון איז די פיין-טוּנינג גיווען אז אונז אבּזערווירן דאס. משא״כ די קשיא פון אלטע עווידענס דא איז מער לגבי דאס אז עס איז למעשה לייף סופּארטינג אפגעזעהן פון אַבּזערווירערס.
פארוואס איז עס נאר 'כמעט' הונדערט פראצענט?
איך שרייב די ״כמעט״ בסוגריים אלס די מאטעמאטישע פראבלעם דערין. מיינענדיג, אז אויב איז די עווידענס שוין לאנג דא מקודם, איז דאך דער סייענטיסט וכו׳ איבערצייגט דערין מיט א פּראַבּעבּיליטי פון 1, אדער ״כמעט״ און גאר נאנט צו 1. אין אזא פאל ברענגט דאס אונטער די מאטעמאטישע דיון דערין, וויבאלד לפי בּעיס׳ טעארעם קומט אויס אז די פּראַבּעבּיליטי מיין דיון גיווען די עווידענס, איז דאס זעלבע ווי די פּראַבּעבּיליטי מיין דיון דיוויידעד ביי די פּראַבּעבּיליטי מיין עווידענס. און אויב איז די פּראַבּעבּיליטי פון די עווידענס 1 אדער כמעט 1, טוישט דאס דאך (כמעט) נישט די פּראַבּעבּיליטי פון די דיון אליינס וואס ווערט דיוויידעד ביי די פּראַבּעבּיליטי פון די עווידענס וואס איז (כמעט) 1. און זייענדיג אז דאס אלעס איז די זעלבע ווי די פּראַבּעבּיליטי פון די דיון גיווען די עווידענס, וואס העלפט מיר די עווידענס. אין אונזער ספּעציפישע דיון, וואט די עווידענס איז דאס יכולת פאר לעבן, איז די פּראַבּעבּיליטי דערפון טאקע 1 אינגאנצן.

דר. טעאדאר דרעינדזש שרייבט טאקע די פירכא דו דערמאנסט אויפ׳ן צושטעל צו די צילשיסער:
I find this to be a very bad analogy to the case of the universe’s physical constants. There is nothing in the case of the universe that corresponds to a scheduled execution by firing squad. We know perfectly well how firing squads operate, based on how they have operated in the past. We know that if they are intent on doing their job, then they simply do NOT all miss! But there is no corresponding information about the process by which universes might acquire their physical constants. We would need to be aware of some connection between the process of physical-constant formation and the presence or absence of life forms in the universe. But we simply do not have any such information, and that in turn destroys the analogy. Those who put forward such bad analogies are simply showing their confusion about the issue at hand​
 
לעצט רעדאגירט:
דר. דזשאן ראַבּערטס טענה׳ט אז די פראבלעם פון אלטע עווידענס איז נישט עכט א פראבלעם ביי די פיין-טוּנינג ארגומענט. דאס איז ווייל די ארגומענט איז נישט אזוי ווייט באזירט אויף דאס אז די יוּניווערס דערלאזט לעבן, וואס דאס איז טאקע אלטע עווידענס. נאר די ארגומענט איז באזירט אויף דעם אז כדי אז עס זאל דערלאזן לעבן מוזן אסאך פיזיקס וועליוּס זיין אין א שמאלע רעינדזש (וביחס איינע צום צווייטן) וואס וואלטן לכאורה ווען געקענט זיין אייניג, די פונקטליכע פיין-טוּנינג, וואס דאס איז רעלאטיוולי ״נייע״ מדע.

אבער ענליך צו דר. האנס האלבערסאן׳ס טענה, טענה׳ט דר. יונתן ווייסבערג אז דאס פרעגט גאר אפ די פיין-טוּנינג ארגומענט! ווארום אויב איז די עיקר דיון וראיה פון די וועליוּ פון די קאַנסטענטס, דאן אויב וואלטן אט די עצם (מעטאַ) געזעצן פון די קאַנסטענטס וואס דערלאזן לעבן געווען לויזער, וואלט דער דיזיינער וואס וויל דוקא דערלאזן לעבן, די ״אלטע״ מדע, דאס דאך אויסגעשטעלט מיט לויזערע געזעצן. משא״כ אויב איז עס במקרה אזוי, קען מען זאגן אז עס איז במקרה אויסגעשטעלט מיט שטרענגערע/שמעלערע געזעצן צו דערלאזן לעבן. ער צייגט דאס מיט דעם:
IMG_9462.jpeg

דאס ווייזט אז עס איז אסאך מער יתכן אז לעבן זאל דערלאזט ווערן אויפ׳ן רעכטע זייט וואו די געזעצן זענען לויזער. איז אויב וועהלט מען במכוון, וואלט מען געדארפט צו זעהן אז די געזעצן זענען לויזער.

(וי״ל כדתירץ דר. וויליאם לעין קרעיג אז צו דערלאזן לעבן מחומר מיט לויזערע געזעצן איז א לאגישע סתירה מיניה וביה וואס איז נמנע אף מכל יכול. וממילא גייט לעבן מיט די קאַנסטענטס האנט-אין-האנט, און די חלק פון די קאַנסטענטס איז ״נייע״ מדע.)
 
לעצט רעדאגירט:
דער רס״ג שרייבט בהאמונות והדעות (מאמר א פ״ה):
ואולי יחשב לאיזו עלה ברא הבורא אלה הנמצאות? ובזה שלש תשובות. הראשונה שנאמר בראם לא לעלה, ולא יהיה עם זה לבטלה, כי האדם יהיה פועל לבטלה כשהוא פועל ללא עלה, מפני שהוא מניח תועלתו; וזה מרומם מהבורא.והשנית שרצה בזה להראות החכמה ולגלותה, וכמו שאמר (תהלים קמה יב) להודיע לבני האדם גבורותיו.והשלישית רצה בזה תועלת הברואים במה שמנהיגם בו ויעבדוהו, וכאשר אמר (ישעיה מח יז) אני ה׳ אלקיך מלמדך להועיל מדריכך בדרך תלך.
יהודה לייב בן-זאב אין זיין פירוש דערויף האלט ווי דער עקידה (שער חי) אז תכלית הבריאה איז יא דער מענטש:
IMG_9644.jpeg

IMG_9645.jpeg
ער ברענגט אויך צו א שיטה ווי תכלית הבריאה איז צוצוקומען צו ווי מער קאַמפּלעקסיטי. (ואולי גייט דאס צוזאמען מיט דר. וויליאם לעין קרעיג׳ס תירוץ לגבי דעם אז די בריאה איז נישט אויף די מערסטע עפישענט וועג.)
 
דא האב איך צוגעברענגט:
If the universe is meaningless, so is the statement that it is so

Alan Watts
‏דאס געבט אולי א ווייטערדיגע דימענציע אז טאמער איז תכלית הבריאה עצמותו ית׳ וואס מ׳קען נישט משיג זיין, איז טאקע די סטעיטמענט אליין א חלק פון דאס טעאלאגישע נאן-קאגניטיוויזם, ונכלל בתוך די אלגעמיינע פראבלעם פון רעליגיעזע שפראך.

ושיטתו של דר. וויקטאר פרענקל ידוע.

וואס וואַטס באציהט זיך אויף איז בתוך די הנחה גופא, כזה:

לאז ח׳ = חלק פון ״אלעס״

לאז מ׳ = מיינונגסלאז

לאז וו׳ = ווערטער

לאז ע׳ = דאס עצם ווארט/זאץ [איבער] ״מיינונגסלאז״ אליין


‏∀x [עx←ווx]

‏∀x [ווx←חx]

‏∀x [חx←מx]



‏∀x [עx←מx]

והיינו, אויב איז יעדע זאץ (וכו׳) איבער ״מיינונגסלאז״ ווערטער, און אלע ווערטער איז א חלק פון ״אלעס״, און אויב איז יעדעס זאך וואס איז א חלק פון ״אלעס״ מיינונגסלאז, איז יעדעס זאץ אליין איבער ״מיינונגסלאזיקייט״ [ביי טרענסיטיוויטי/היפאטעטישע סילאגיזם] אויך מיינונגסלאז.

און דאס אלעס אליינס איז אויך נכלל אין דעם אז ס׳איז מיינונגסלאז...

דער קריסטליכער טעאלאג קלייוו לוּאיס האט גע׳טענה׳ט אין דעם אז אויב די יקום איז מיינונגסלאז דאן וואלטן מענטשן נישט געדארפט געוואור ווערן דערפון. ער האט גע׳טענה׳ט אז דאס איז אזויווי ווען עס וואלט נישט געווען קיין מושג פון ליכטיגקייט און די יוּניווערס וואלט געווען גענצליך פינסטער, וואס דאן וואלטן ברואים נישט געהאט קיינע אויגן צו דערזעהן ליכטיגקייט, וואס דאן וואלטן זיי נישט געוואוסט פון דעם מושג פון ״פינסטער״ בכלל וואס דאס איז דאך לעומת ליכטיגקייט. והיינו, דאס גאנצע מושג פון ״פינסטער״, וואס וואלט טאקע געווען די מציאות בעצם, וואלט אבער געווען מיינונגסלאז פאר זיי. וה״ה לגבי טאמער איז טאקע נישטא קיין מיינונג אין די וועלט וואלט דאך די דיון אין דעם געווען מיינונגסלאז און עס וואלט נישט געווען וואו אָנצוהייבן. (דער טעאלאג וויליאם לאָהּ האט געזאגט ענליך לגבי דאס אריינגעבויטקייט פון מוסר ומאראל בתוך דעם מענטש, אז עס מוז זיין אז דאס איז נשרש אינעם מענטש, ווייל ווין נישט וואלט דאס דיון אין דעם געווען ווי די דיון אין ליכטיגקייט וקאלירן פאר א בלינדער.)

וואס מ׳קען אבער זאגן איז אז עס איז א דא א חילוק צווישן די צוויי. והיינו, אין א פאל וואו דאס מענטשהייט האט קיינמאל נישט געהאט קיין עקספּיריענס פון ליכטיגקייט בכלל, קענען זיי טאקע לגמרי נישט דן זיין אויף די מושג פון פינסטער לעומתה; זיי האבן נישט קיין שום מדע אין דעם אויף וואס די מושג און דיון זאל בכלל חל זיין. משא״כ לגבי ״מיינונג״ איז זיכער אז סאָבּיעקטיווע מיינונג בדבר מה האט דער מענטש שוין עקספּיריענסד און ער האט מדע אין דעם עצם מושג פון ״מיינונג״ אויף וואס א דיון דערויף זאל נאכדעם חל זיין. אויף דעם קען מען דערנאך דן זיין צו עס איז דא אָבּיעקטיווע מיענינג אין די יקום על הכלל כולו. (וכן היא לגבי הדיון בעניני מאראל.) ואולי איז די טענה אז אט דאס אז ס׳איז בכלל שייך סאָבּיעקטיווע מיענינג און א מעגליכקייט דאס צו האבן און משיג זיין, צייגט אז עס איז דא אבּיעקטיווע מיענינג על הכלל כולו. הגם דאס קען אבער זיין א פאָלאָסי פון קאַמפּאַזישאן.

איך האב געקלערט אז דאס קען זיין א רמז בקהלת (ב יב-טו) וואס עס איז דא דערין שטארקע נייהיליסטישע שטריכן כידוע. ער שרייבט:
ופניתי אני לראות חכמה והוללות וסכלות כי מה האדם שיבוא אחרי המלך את אשר כבר עשוהו, וראיתי אני שיש יתרון לחכמה מן הסכלות כיתרון האור מן החשך, החכם עיניו בראשו והכסיל בחשך הולך וידעתי גם אני שמקרה אחד יקרה את כלם, ואמרתי אני בלבי כמקרה הכסיל גם אני יקרני ולמה חכמתי אני אז יותר ודברתי בלבי שגם זה הבל
והיינו, אז מ׳קען טאקע מדמה זיין דאס אז מ׳האט די מושגים און מ׳קען דן זיין אויף יתרון האור לעומת החושך, לגבי דן צו זיין איבער די תכלית און מיינונג פונעם בריאה שעשה המלך. אבער דאס אז ער האט מעיקרא ארויסגעהויבן חכמה אלס א וועליוּ און איז יעצט מספק לו חכמה איז טאקע א וועליוּ, ווייזט אז עס איז חלוק פון דעם זייענדיג אז ער האט יא די מושג פון ״וועליוּ״ שוין בכלל, לעומת ווען ס׳איז ווען לעולם גענצליך פינסטער.

ומענין לענין באותו ענין, איז דר. ראַבּערט אַלטער דא מפרש אז קהלת האט געהאלטן ענליך ווי דזשאַן סטוּערט מיל:
Qohelet's view of wisdom is paradoxical, or dialectic. He recognizes that wisdom ofers no way out of life's futility and no escape from the inexorable fate of death that awaits the wise like the fool, but wisdom nevertheless provides what one might describe as a privilege of clarified consciousness: it is far better to live disabused of all illusion, like Qohelet himself, than to live a deluded life, like the fool​
וכמאמרו הידוע של סקראט:
The unexamined life is not worth living​
וואס דאס אליינס איז ווייטער א פאזיציע ווען דאס לעבן גייט האבן סאָבּיעקטיווע מיענינג.
 
ווען מיר רעדן נארמאל פון מינונג און ווען מיר רעדן פון מינונגלעסנעס אין די וועלט רעדן מיר בדרך כלל פון צוויי אנדערע זאכן, און איך מיין די קאנפיושען קומט אביסל פון נישט מחלק זיין געהעריג.
מינונגלעסנעס איז אן אנטאלאגישע פראפאזיציע וואס מיר פראבירן צו מאכן - אז די וועלט איז דא 'פאר גארנישט' און 'אן קיין סיבה מיט א מסובב'.
מינונג, פון די אנדערע זייט, איז ביי דעפינאציע סוביעקטיוו און האט נישט מיט אנטאלאגיע צו טון. מיר טרעפן טאקע אפט מינונג אין די וועגן וויאזוי מיר לערנען אפ אנטאלאגישע מושגים און מציאות'ן, עס איז אבער נאכאלץ נישט אינהערענטלי קיין אנטאלאגישע פראפאזיציע.

די צוויי קלעשן איינס מיטן אנדערע, וויבאלד עס איז אונז נישט מעגליך צו זיין 'אן מינונג' באמת, אפי' די ווילן צו לעבן אליין איז במדת מה סופישענט אלס ענטפער צו די 'מינונג פראגע', און טאקע ווען עס איז נישט - נעמען זיך געוויסע דאס לעבן מכל וכל. וואס קומט אויס אז 'מינונגלעסנעס' איז טאקע א 'מינונגלעס' פראפאזיציע אין אונזער פסיכאלאגישע סטעיט. אביסל אזויווי די פראגע 'אויב איך בין אויף יעצט?' וואס קען ביי דעפינאציע נאר ווערן געענטפערט ווען איך שלאף נישט און איז דערפאר מינונגלעס (אלס לינגוויסטיק/לאגישע פראזע).
און דא איז וואו מיר שלאגן זיך אן אין די טריקענע פילאזאפישע פראפאזיציע אז די וועלט האט מעגליך נישט קיין טיפערע באדייט אא"וו, און מיר קענען עס נישט קעסטלען אין אונזער סוביעקטיווע מיינדסעט ווי מינונג איז די פונדאמענטאלע שטאף דערפון..

איך האף עס איז גענונג קלאר (און בכלל צום זאך..)
 
יא יא. די געדאנק איז אז במושכל ראשון איז דאס לכאורה א קאנסעקווענטשיא מיראַבּיליס, וואו די קאַוּנטערפּאזיציע גופא ווייזט דאס אויף. אין די דוגמא איז דאס אז, ווי פריער ארויסגעברענגט, קען דאס׳ן דוגל זיין בנייהיליזם אלס א שיטה אז ס׳נישטא קיין מיענינג, אליינס זיין א מיענינגפול שיטה (פאר׳ן מענטש). אזא סארט, ״די מיענינג פון די יקום איז אז ס׳נישטא דערין קיין מיענינג.״ אבער די געדאנק איז אז דאס קען טאקע זיין א גילטיגע טענה לגבי סאָבּיעקטיוו מיענינג ותכלית, אבער ל״ד לגבי די אבּיעקטיווע מיענינג ותכלית פונעם יקום אויף וואס די זאץ זאגט גארנישט.
 
לגבי די דומסדעי ארגומענט, טוהט די שטודיע דורך אז כהיום לעבן צוויי-דריטל פון די וועלט'ס מענטשן אין לענדער וואו די פערטיליטי ראטע איז ווייניגער ווי 2.1 וואס עס פעהלט אויס אז די נעקסטע דור זאל האבן כאטש די זעלבע צאל מענטשן ווי די פריערעדיגע דור. ולא עוד, נאר מיט דעם אז עס וואקסט ב"ה דאס רייכטום והתפתחות איבער די וועלט, און די שטאנד פון פרויען ווערט בעסער, פאלט די פערטיליטי ראטע נאך מער. ועפי"ז טוהן זיי פּראדזשעקטן אז לויט די פערטיליטי ראטעס איבער די וועלט יעצט, און אויב דאס האלט אָן אין די צוקונפט, ווי זיי שרייבן:
The long-run fertility scenarios that we study are based on several broad patterns of the past decades and centuries. These include: the fact that the global average birth rate has fallen significantly over the past two centuries; the fact that countries that have fallen below replacement fertility have in almost all cases remained below replacement; the fact that in regions where fertility is currently high it is currently falling; and the fact that more than two-thirds of people in the world now live in a country with below-replacement fertility. These broad patterns motivate the conditional projections we present​
דאן וועט אויסקומען אז דאס אז דאס מענטשהייט איז געווען מער ווי 2 ביליאן מענטשן אויף אמאל אויף די וועלט, איז נאר א יוצא מן הכלל פאר פיר הונדערט יאר וואס עס איז געווען אזוי (סיידן טאמער די פערטיליטי ראטע גייט ארויף בעפאר מ'קומט צו צו נאר 2 ביליאן מענטשן אויף די וועלט). ונמצא מזה אז אונז לעבן אין א תקופה וואס איז ספעציעל און אינדערמיט.
פאפולעישאן.jpg

און דאס איז נאך בעפאר מ'קומט צו צום פראבלעם וואס דר. שענאַ סוואַן שרייבט, אז מ'זעהט אז די צאל ספּערם אין מענער'ס זרע איז 50% ווייניגער ווי 40 יאר צוריק.

ועיין כאן וכאן.

דאס דערמאנט פון אַלפאָנסאָ קוּאַראָנ'ס פילם קינדער פון מענטשן, וואו עס איז נישט געבוירן קיין קינד אויף די וועלט פאר 18 יאר, און ציוויליזאציע נעמט זיך צופאלן אלס די יאוש, און איינער ווערט באויפטראגט צו פירן א פרוי וואס איז יא געווארן מעוברת אז זי זאל נישט אריינפאלן אין די הענט פון גרופעס וואס ווילן דאס אויסנוצן פאר זייערע אינטערעסן.
Children of Men.jpg
 
דר. עלען גוּט טענה׳ט אז עטערנעל אינפלעישאן, וואו די יוּניווערס האלט אין איין זיך אויסשפרייטן און שאפן בּאָבּל יוּניווערסעס, פארענטפערט דעם פערמי פּאראדאקס פארוואס אונז זעהן נישט קיין אנדערע סארט לעבנס אין די ספערן. דאס איז ווייל עס קומט אויס פון די מאדעל אז יעדעס ³⁷‾10 סעקונדעס (קוק דא לגבי סייענטיפיק נאָטעישאן) וואקסט דאס אז עס שאפט 10³⁷ נייע יוּניווערסעס. יעצט, אויב נעמט מען אָן אז איבעראל נעמט מער-ווייניגער די זעלבע מאס צייט אז עס זאל אין א יוּניווערס ארויסוואקסן אינטעליגענטע לעבן, דאן ווייסן מיר אז לכה״פ פעהלט אויס די עלטער פון אונזער יוּניווערס אז אינטעליגענטע לעבן זאל ארויסוואקסן דערין. יעצט, אויב נעמט מען אָן אז אין אונזער יוּניווערס איז דא אנדערע לעבן אויך וואס איז, לא׳מיר זאגן, איין סעקונדע מער אינטעליגענט ווי אונז און איז ארויסגעוואקסן איין סעקונדע פאר אונז, דאן באדייט דאס אז עס זענען דא צוויי סעטס פון יוּניווערסעס בנוגע אינטעליגענטע לעבן: איינס וואס איז גענוי אזוי אלט אז אונזער סארט אינטעליגענטע לעבן זאל אפירקומען, און איינס וואס איז א סעקונדע עלטער לגבי דעם אז א מער-עדווענסד אינטעליגענטע לעבן פון איין סעקונדע זאל אפירקומען. אבער אויב איז דא אנדערע לעבן וואס איז אביסל מער עדווענסד פון אונז, באדייט דאס אז אונז זענען אין די סעט וואס איז א סעקונדע עלטער. אבער עס איז דאך 10³⁷, און מער, מער פּראַבּעבּל אז אונז זענען אין די אינגערע סעט פון יוּניווערסעס וואס געבן נאר גענוג צייט אז אונזער סארט אינטעליגענטע לעבן זאל ארויסוואקסן ווי אין די עלטערע סעט, זייענדיג אז עס איז דא פי כמה מער פון די אינגערע סארט יוּניווערסעס. (עס האט קלאנגען פון די מידיאַקריטי פּרינציפּ ערווענט אינעם ארטיקל.) דאס רופט ער די ״אינגקייט פּאראדאקס״.

ועיין כאן.

***

פיזיקער נוצן דעם אנטראפּיק פּרינציפּ צו פארענטפערן די היארארכיע פראבלעם אין פיזיקס. דאס פרעגט אז פארוואס איז דא אזא מרחק צווישן די כח פון גראוויטע וועלכעס איז אזוי אבנארמאל שוואך קעגן די אנדערע דריי פונדאמענטאלע פאָרסעס [די שטארקע נוקלעארע פאָרס, די שוואכע נוקלעארע פאָרס, און עלעקטראָמעגנעטיזם]. ווי אויך אז פארוואס זענען די מאסעס וכו' פון די עלעמענטערי פּאַרטיקלס פון די סטענדערד מאדעל אין קוואנטום פיזיקס אזוי אפגעריקט איינע פון דאס אנדערע און אַרבּיטרערי.
Untitled.jpg

Strength.jpg

דאס איז ווייל פונקט אזוי ווי אלע אנדערע קאַנסטענטס וועלכעס דערלאזן לעבן, נאר טאמער זענען זיי אזוי איז שייך אז עס זאל זיין (אונזער סארט פון) לעבן וואס זאל זיך וואונדערן אויף אטע דאס.
 
לעצט רעדאגירט:
דר. טים מאָלגען האט גענומען דעם רמב״ם׳ס מהלך איבער בקשת התכלית נאך ווייטער. והיינו, ווייל בדרך כלל לייגט מען אראפ די דעבאטע איבער מציאות הא-ל צו א דיכאטאמיע: די טעאיסטישע פּאזיציע פון אַן אַמני ג-ט אין וועלכעס דער ״ג-ט״ איז משגיח אויפ׳ן מענטש, אדער די אטעאיסטישע פּאזיציע וואו עס עקזיסטירט נישט. דר. מאָלגען טענה׳ט אבער אז די ראיות בעד און נגד מציאות הא-ל צייגן אויף א דעאיסטישע-סארט מיטעלע שיטה: וואו אדער אז עס עקזיסטירט א גאט במובן מה וועלכעס איז אבער לגמרי נישט ״אינטרעסירט״ אין אונז אלס די תכלית פאר׳ן אריינברענגן די יקום אין צו עקזיסטענץ, אדער אז עס עקזיסטירט א סארט אונטערליגענדע פּלעטאנישע ״צורה״ וועלכעס מיהו צו גוטס און בעסערס. אין קורצן, די בריאה האט א טעלעאלאגישע סיבה ותכלית, נאר עס האט גארנישט מיט דעם מין האנושי. דאס טערמינט ער ״אַנאַנטראָפּאָסענטריק פּורפּאסיוויזם״.
IMG_9811.jpeg

דאס העלפט אז בעצם איז מאראליטעט על הכלל כולו באגרינדעט אין אט דעם, אזוי אז עס העלפט בנוגע מאראלישע ריעליזם. והיינו, אז הגם ״ג-ט״ קערט זיך נישט צו אונז, איז אבער ממבטינו מן הראוי זיך צו קורן צו אים אין די רעספּעקט פון עטיקס ומאראל וואס איז אין אים באגרונדעט. ווי אויך העלפט דאס אויף געבן אַבּדזשעקטיוו מיענינג פאר דאס לעבן פון א מענטש, בדרכו של הרמב״ם להתדמות לקונו הגם ער קערט זיך נישט לגמרי אליו. ווי ער איז מסביר:
One’s life would be more meaningful the more one were to do the following: live a creative life, that is, one that is similar to the creation of the universe; understand both the universe and its purpose; look for abstract analogues of what the underlying purpose might be, such as being governed by intricate mathematical laws, or combining surface complexity with fundamental simplicity and then look for projects like that; search for extraterrestrial life that might in fact be the purpose of the universe; strive to be one who translates the divine attitudes into human terms, even if doing so consists of faint echoes of the same divine original, where it appears to include a strictly impartial orientation; and care about permanence, solidity, and perfection. Chances are that an individual’s doing these things on her own would not be enough for meaning, and that more promising would be for her to participate in a collective, large-scale endeavor, say, on the part of the human species as a whole​
ער איז דאס מסביר מיט א משל. אויב נעמט מען אָן אז תכלית בריאת העולם איז אז מ׳זאל קענען פארשטיין חכמת היקום, און דאס מענטשהייט איז היפש נידעריגער פונעם טרעשהאלד צו בכלל קענען זאגן אז זיי ״פארשטייען״ דאס, אפילו במדת מה, ולכן זענען העכערע ברואים אין די ספערן וכו׳ די תכלית. פארשטייט מען אבער נאך אלס אז א מענטש א חכם וואס פארשטייט מער פונעם חכמת הבריאה לעומת אַן אנדערע מענטש, איז אבּיעקטיוולי בעסער, וויבאלד ער גייט אין איינקלאנג מיט תכלית היצירה, הגם על הכלל כולו האט ער אויך גארנישט און איז ניטאמאל אָנגעקומען צום מינימום. דאס זעלבע איז לגבי קריעטיוויטי, טאמער נעמט מען אָן אז די תכלית היצירה איז קריעיטיוויטי, הגם אז נישט קיין חילוק וועלכעס קריעיטיוויטי דאס מענטשהייט שטעלט צו איז כאַיִן ולכן איז זי נישט תכלית היקום. אבער דאך איז דער קריעיטיוו מענטש מער אבּיעקטיוולי אין איינקלאנג מיט תכלית היקום.

וכעי״ז האלט דר. פיליפּ גאַף.

דר. יהושע סיעכריס שרייבט אז לפי״ז אויב נעמט מען אָן אז תכלית הבריאה זענען אנדערע ברואים וועלכע זענען פי כמה העכער פון אונז במדריגה, און אונז זענען פשוט א (בהכרח׳דיגע) בּייפּראדוקט, דאן אולי האבן זיי א ריכטיגע טעאדיסי פאר די בריאה וויאזוי זי איז. ער שרייבט אויך:
I close by issuing a Purpose in the Universe-inspired challenge to my theist and naturalist colleagues in philosophy of religion. I am a theist within the Christian tradition. While I have by no means come close to reading the entire, and ever-expanding, theistic-naturalistic dialectical corpus, I am quite familiar with the overall contours and many of the specifics of that body of work. Naturalists, many of whom are more familiar with this corpus than I am, can say the same. This is a debate that has spanned centuries, and philosophers of religion are well acquainted with it. But here is the danger (I'll speak for myself): with such familiarity it is easy to become immunized against the real force of our interlocutors' arguments. We have seen them so many times in their various iterations in journal after journal after monograph, that we can become desensitized to formidable epistemic merits that they may possess. This is where someone like Mulgan enters and, by introducing a new interlocutor (AP) into the dialectical landscape, wields old arguments in new hands. New hands can present the well-worn arguments of a field at a slightly different angle, perhaps revealing something new and surprising. We should, therefore, pay careful attention to this intriguing contribution to the field​

***



דר. פיליפּ גאַף לייגט צו א קנייטש צום אינווערס געמבּלער׳ס פאָלאָסי טענה קעגן די מאָלטיווערס היפאטעזיע, אז די טעזע גייט אויך קעגן די געדאנק פון דעם אז עס פעהלט אויס טאטאלע עווידענס לדבר. מיינענדיג, אויב ברענגט מען זיך א ראיה ווען מ׳משפט צי איינער האט גע׳הרג׳עט א צווייטן אז ער גייט אלס ארום מיט א מעסער, בשעת מ׳ווייסט אז דאס איז נאר א פּלעסטיק מעסער צו שמירן פוטער, האט מען עובר געווען אויף דעם; עס איז נישט די טאטאלע עווידענס השייך להנידון. און דאס איז ענליך דא וואו טאמער מ׳וויל צושטעלן צום פיין-טוּנינג ארגומענט די מאָלטיווערס היפּאטעזיע. והיינו, ווייל דאס ענטפערט די געדאנק אז ״א״ יוּניווערס זאל זיין פיין-טוּנד, אבער עס זאגט גארנישט אויף דעם אז ״די״ יוּניווערס איז פיין-טוּנד. צו דעם דארף מען צוקומען צום אַנטראָפּיק פּרינציפּ, וועלכעס דארף נישט בעצם די מאָלטיווערס היפּאטעזיע.
 
Back
Top