מיין אינטערסאנטע Getaway

איש מבקש

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יאנ. 9, 2025
מעסעדזשעס
1,371
רעאקציע ראטע
7,046
פונקטן
933
די וואך פאר איך אוועק צי א אינטערסאנטע מאונטען קליימבינג Getaway, איך בין שוין געווען דארט אפאר מאל, ס'איז אמעזינג!!
ווען מ'קומט אן דארף מען גיין אויף א קורצע הייק ביז די קליימבינג עריע,

פאר מ'הייבט אן קליימבען דארף מען זיך קודן ארום בינדען מיט עפעס אויף די בויך אין אויך אנטון א ספעשיעל זאך אויפן קאפ, ווען מ'איז רעדי הייבט מען אן די וועג ארויף,

ס'נישט קיין גרינגע וועג, אבער די גאנצע וועג ארויף ווערסטו Cheered on דורך די לאקעלס זיי שטייען פון בייידע זייטן אין שרייען GO GO GO,
ס'דוירט בערך 15 מינוט די וועג ארויף, ווען מ'קומט אן אויבן א פארסאפעטער, איז דא אפאר עטרעקשענס, איינס איז א שוויץ ווי די קענסט דיך אביסל סטרעטשן דיינע ביינער, אבער ס'נישט סתם א שוויץ, ס'איז פון עכטע פייער, גראדע, ווען איך גיי איז דא א ספעשל אז דו קענסט עס אנשטעלן ווי הייס די ווילסט, פאר נאו טשארדזש,!! אבער אנדערע צייטן קענסטו עס נאר מאכן הייסער פאר געלט,

יעצט קומט די היילייט פון די טריפ, אביסל ארויפצי איז די רעגיסטעראציע רום וואס דארט רעגיסטערירט מען זיך צי גיין אויף די אפישעל 'נשמה רייד'!! מ'שרייבט ארויף אויף א פעפער דיין אינפאו אין אויך דיין עמירדזשענסי קאנטעקט, ווען מ'ענדיגט אראפשרייבן אלעס קלאר גייט מען און בעק פון די ליין,

אכטונג! איינמאל די ביזט אין ליין איז נישטא קיין וועג צירוק, טראכט צוויי מאל פארדעם!!

יעצט, די ליין איז שוין א חלק פון די רייד, ס'פארט אליין, דארפסט גארנישט טוען, ס'היפש שרעקעדיג, די ווייסט די ביסט סטאק דארט, מענטשן וויינען טאקע היסטערעקלי,

אבער גארנישט קומט נישט צי ווען מ'קומט אן צי די זאך אליין, מ'קומט אן צי א שוואך באלאכטענע בודקע, מ'הערט יאמערליכע קולות פון אלע זייטן, מענטשן וויינען ווי קינדער, די ווילסט דיך זעהן אינדרויסן פון דארט, אבער דו קענסט נישט, ס'איז א עקסטערע טריל דאס, פיינעלי קומט אן צי א קאנטעינער ווי דארט לייגסטו אריין די פעפער מיט דיין אינפארמעישען..

אה... יעצט קומט עס.... מ'לייגט ארויף די האנט אויף א היסטארישע שטיין..... מ'מאכט צי די אויגן..... אין מ'פליט ווייט ווייט, אוי איז עס סקערי, ביז מ'הערט שרייען, "גיי שוין ווייטער!!!"

מ'קען גיין אפאר מאל, אבער מ'דארף זיך יעדע מאל נאכאמאל רעגיסטערירן,

אויף די וועג צירוק אראפ ווערסטו ענטפאנגען נאכאמאל דורך די לאקעלס וואס שרייען מיט פאטאס "יו מעיד איט!! יו מעיד איט!! יו מעיד איט!!" אינטען ווערסטו באשאנקען מיט א קאמפלימענטרי קוקי

CHEERS!
 
al-hagileh.webp
 
Back
Top