יאסעלע ברוין
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- מערץ 27, 2025
- מעסעדזשעס
- 333
- רעאקציע ראטע
- 778
א וויכטיגער הקדמה
- מיט'ן עפענען דעם שנירל און טעמע פון מזל.
אז לויט ווי מיר יודען גלייבן, איז דאס גאנצע מזל שולט נאר אויף די אומות העולם, און אויף די אנדערע באשעפענישן. אבער אויף אונז די עם הנבחר כלל ישראל, שטייט שוין אז, אין מזל לישראל. דאס מיינט; אוודאי ווערן מיר אויך געבוירן צוזאמען מיט די ספעציפישע כוחות וואס די מזלות געבן דעם מענטש, אבער וויבאלד מיר קענען מיט תפילה און מעשים טובים טוישן אונזער שיקזאל, דעריבער איז עס נישט דווקא אנגעוואנדן און אנגעהאנגן לויט די אייגענע מזל.
א בהמה האט איין מזל פון ווען ער קומט לאוויר העולם, און ביז ער פארלירט זיין חיות און שטארבט.
א יוד - שטייט שוין אין גמרא מס' שבת - קען נעמען זיינע כוחות און עס נוצען אויף די גוטע זייט, וואס איז פארהאנען דערין. ווי א שטייגער, ווער ס'איז געבוירן מיט א מזל פון פייער, וואס האט אין זיך די כח פון רציחה, אייפערזיכטיגקייט, קאכעדיג, נערוועז, אקטיוו, און נאך אזעלכע מידות, קען עס נוצען אויף געוואונטשענע זאכן; אויף שחיטה, מילה, עסקנות, סדרנות... זריזות, התלהבות, התגברות, וכדומה.
מיט איין ווארט, ס'נישט אויסגעשלאסן אז ער גענוי וואס זיין מזל איז, וועט גענוי אזוי זיין אייביג; ניין, ער קען עס אסאך מאל איבערטוישן, און ארומארבעטן דערמיט פאר זיין טובה.
אבער בעיקר וואס כ'וויל אויפמערקן פאר'ן רעדן וועגן דאס אייגענע מזל.
טייערע יודישע ברודער; נאכצוקוקען די אייגענע מזל, איז געאייגענט בלויז פאר צוויי סארט מצבים.
איין מצב; ווען מ'איז זייער זייער נייגעריג... אבער ס'קען גורם זיין א קלענערע בחירה עס צו טוישן, אויב מ'קוקט דאס פאראויס. ווייל ווי באקאנט; אזויווי א חלום ווענדט זיך עס לויט די באשיידונג, אזוי אויך, פון זייט די תוצאה ווערט אנטפלעקט פאר'ן מענטש, גייט אריין די כוח המזל אינעם גשמיות'דיגער פארעם, און איז שווערער איבערצודרייען נאכדעם. וועגן דעם איז נישט אזוי גוט בכלל צו קוקען צו אפט דעם מזל.
א צווייטע מצב; ווען א מענטש געפונט זיך אין א זייער שווערע מצב, ווי ער שפירט אז אלעס גייט אים ווי א שלימזל, און אין צווישנצייט ביז עס גייט אריבער די שווערע תקופה, קען מען א קוק געבן וואס זיין מזל צייגט יעצט. און פארשטיין אז דאס איז בלויז א דורכגאנג, און ס'קומט בעסערע צייטן ווי א גלגל החוזר.
אבער בכללות דארף מען האפען און בעטן פאר א גוטע מזל, און גוטע תוצאות מיט אמונה אז יעדע זאך קען מען איבערדרייען פונקט אזוי אויף א גוטע אויסטייטש, ווילאנג ס'נישט ארויסגעזאגט געווארן מיט'ן דיבור צו געזען געווארן דורך דעם פליישיגער אויג.
אצינד לייג איך א לינק צו א זייער אינטערעסאנטע זייטל, אוואו מ'קען זען אסאך דעטאלן וואס דער מענטש האט; אויסער די הויפט מזל - אינעם מאנאט וואס ער איז געבוירן, איז דארט פארהאנען א אויסלייג סקיצע פון אלע 12 מזלות, אוואו זיי זענען געווען יענע שעות ווען דו ביסט געבוירן, וואס דאס עפעקטירט אויף דיין תכונת הנפש בכלל ובפרט.
און אויך אויף נאך געוויסע פלאנעטן, וואס זענען משפיע אויפ'ן כללות'דיגע מצב פונעם מענטשהייט אין דעם זמן וואס עס צייגט זיך. אמאל אויף די צענדליגע יאר, אמאל אויפ'ן איינצלנע יאר, אמאל אויפ'ן תקופות השנה, און אמאל אויף א גאנצע דור. און אמאל אויף א טייל וועלט - נישט איבעראל.
איך אליינס האב זיך נישט געקענט איינהאלטן, און צווישן די יארן וואס זענען לעצטענס אריבער, האב איך גע'פיקט... און פאר'ן קאוויד אויסברוך איז עס געווען אנגעוויזן דורך מזל נוגה וצדק, וואס איז געווען א מעסעדזש וועגן דעם גאנצער באפעלקערונג. און עטליכע יארן צוריק האט עס געוויזן פאר מיר פערזענליך אויף צוויי חדשים צייט א שווערע תקופה, און ס'האט ליידער פאסירט זייער גענוי.
ס'אמאל גוט צו זען די אייגענע תכונות הנפש, אבער נישט אלץ קוקען יעדע חודש וואס ס'גייט קומען 'אפשר'...
אגב, ס'דא אסאך וועגן פון אויסטייטשן די תוצאות פון די מזלות, און אויף יוטוב איז אלץ דא עתידות זאגערס, וואס יעדער זאגט זיך זיין נוסח וואס ער טייטשט אויס יעדע זמן לויט'ן מזל.
Astro-Seek.com - Free Astrology Charts, Online Horoscopes
מ'קען אריינסיינען און שרייבן די טאג חודש און יאר פונעם מענטש, און אויב מ'קען וויסן די שעות ווען מ'איז געבוירן, איז עס מער אקוראט.
ס'קומט ארויף א סקיצע - סקעטש בלע''ז, און שפעטער אויפ'ן זייט קענט איר סקרולען און זען מער באריכות יעדע מזל און כוכב וואס צייגט אויף אייער אייגענעם תכונת הנפש - דאס אייגענע זעלע אייגענשאפטן לפרוטרוט.
ס'האט אסאך נאך ידיעות, און קלויבט אייך אויס וואס נאך איר גלייכט צו וויסן; לדוגמה, ווער נאך וואס איז אויפגעסיינט, איז ענליך צו אייער מזל און תוצאות, טיילווייז אדער כמעט ענליך.