מזלות / האראסקאופ

יאסעלע ברוין

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
מערץ 27, 2025
מעסעדזשעס
333
רעאקציע ראטע
778
א וויכטיגער הקדמה
- מיט'ן עפענען דעם שנירל און טעמע פון מזל.
אז לויט ווי מיר יודען גלייבן, איז דאס גאנצע מזל שולט נאר אויף די אומות העולם, און אויף די אנדערע באשעפענישן. אבער אויף אונז די עם הנבחר כלל ישראל, שטייט שוין אז, אין מזל לישראל. דאס מיינט; אוודאי ווערן מיר אויך געבוירן צוזאמען מיט די ספעציפישע כוחות וואס די מזלות געבן דעם מענטש, אבער וויבאלד מיר קענען מיט תפילה און מעשים טובים טוישן אונזער שיקזאל, דעריבער איז עס נישט דווקא אנגעוואנדן און אנגעהאנגן לויט די אייגענע מזל.

א בהמה האט איין מזל פון ווען ער קומט לאוויר העולם, און ביז ער פארלירט זיין חיות און שטארבט.
א יוד - שטייט שוין אין גמרא מס' שבת - קען נעמען זיינע כוחות און עס נוצען אויף די גוטע זייט, וואס איז פארהאנען דערין. ווי א שטייגער, ווער ס'איז געבוירן מיט א מזל פון פייער, וואס האט אין זיך די כח פון רציחה, אייפערזיכטיגקייט, קאכעדיג, נערוועז, אקטיוו, און נאך אזעלכע מידות, קען עס נוצען אויף געוואונטשענע זאכן; אויף שחיטה, מילה, עסקנות, סדרנות... זריזות, התלהבות, התגברות, וכדומה.

מיט איין ווארט, ס'נישט אויסגעשלאסן אז ער גענוי וואס זיין מזל איז, וועט גענוי אזוי זיין אייביג; ניין, ער קען עס אסאך מאל איבערטוישן, און ארומארבעטן דערמיט פאר זיין טובה.

אבער בעיקר וואס כ'וויל אויפמערקן פאר'ן רעדן וועגן דאס אייגענע מזל.
טייערע יודישע ברודער; נאכצוקוקען די אייגענע מזל, איז געאייגענט בלויז פאר צוויי סארט מצבים.

איין מצב; ווען מ'איז זייער זייער נייגעריג... אבער ס'קען גורם זיין א קלענערע בחירה עס צו טוישן, אויב מ'קוקט דאס פאראויס. ווייל ווי באקאנט; אזויווי א חלום ווענדט זיך עס לויט די באשיידונג, אזוי אויך, פון זייט די תוצאה ווערט אנטפלעקט פאר'ן מענטש, גייט אריין די כוח המזל אינעם גשמיות'דיגער פארעם, און איז שווערער איבערצודרייען נאכדעם. וועגן דעם איז נישט אזוי גוט בכלל צו קוקען צו אפט דעם מזל.

א צווייטע מצב; ווען א מענטש געפונט זיך אין א זייער שווערע מצב, ווי ער שפירט אז אלעס גייט אים ווי א שלימזל, און אין צווישנצייט ביז עס גייט אריבער די שווערע תקופה, קען מען א קוק געבן וואס זיין מזל צייגט יעצט. און פארשטיין אז דאס איז בלויז א דורכגאנג, און ס'קומט בעסערע צייטן ווי א גלגל החוזר.
אבער בכללות דארף מען האפען און בעטן פאר א גוטע מזל, און גוטע תוצאות מיט אמונה אז יעדע זאך קען מען איבערדרייען פונקט אזוי אויף א גוטע אויסטייטש, ווילאנג ס'נישט ארויסגעזאגט געווארן מיט'ן דיבור צו געזען געווארן דורך דעם פליישיגער אויג.

אצינד לייג איך א לינק צו א זייער אינטערעסאנטע זייטל, אוואו מ'קען זען אסאך דעטאלן וואס דער מענטש האט; אויסער די הויפט מזל - אינעם מאנאט וואס ער איז געבוירן, איז דארט פארהאנען א אויסלייג סקיצע פון אלע 12 מזלות, אוואו זיי זענען געווען יענע שעות ווען דו ביסט געבוירן, וואס דאס עפעקטירט אויף דיין תכונת הנפש בכלל ובפרט.
און אויך אויף נאך געוויסע פלאנעטן, וואס זענען משפיע אויפ'ן כללות'דיגע מצב פונעם מענטשהייט אין דעם זמן וואס עס צייגט זיך. אמאל אויף די צענדליגע יאר, אמאל אויפ'ן איינצלנע יאר, אמאל אויפ'ן תקופות השנה, און אמאל אויף א גאנצע דור. און אמאל אויף א טייל וועלט - נישט איבעראל.

איך אליינס האב זיך נישט געקענט איינהאלטן, און צווישן די יארן וואס זענען לעצטענס אריבער, האב איך גע'פיקט... און פאר'ן קאוויד אויסברוך איז עס געווען אנגעוויזן דורך מזל נוגה וצדק, וואס איז געווען א מעסעדזש וועגן דעם גאנצער באפעלקערונג. און עטליכע יארן צוריק האט עס געוויזן פאר מיר פערזענליך אויף צוויי חדשים צייט א שווערע תקופה, און ס'האט ליידער פאסירט זייער גענוי.
ס'אמאל גוט צו זען די אייגענע תכונות הנפש, אבער נישט אלץ קוקען יעדע חודש וואס ס'גייט קומען 'אפשר'...
אגב, ס'דא אסאך וועגן פון אויסטייטשן די תוצאות פון די מזלות, און אויף יוטוב איז אלץ דא עתידות זאגערס, וואס יעדער זאגט זיך זיין נוסח וואס ער טייטשט אויס יעדע זמן לויט'ן מזל.

Astro-Seek.com - Free Astrology Charts, Online Horoscopes

מ'קען אריינסיינען און שרייבן די טאג חודש און יאר פונעם מענטש, און אויב מ'קען וויסן די שעות ווען מ'איז געבוירן, איז עס מער אקוראט.
ס'קומט ארויף א סקיצע - סקעטש בלע''ז, און שפעטער אויפ'ן זייט קענט איר סקרולען און זען מער באריכות יעדע מזל און כוכב וואס צייגט אויף אייער אייגענעם תכונת הנפש - דאס אייגענע זעלע אייגענשאפטן לפרוטרוט.

ס'האט אסאך נאך ידיעות, און קלויבט אייך אויס וואס נאך איר גלייכט צו וויסן; לדוגמה, ווער נאך וואס איז אויפגעסיינט, איז ענליך צו אייער מזל און תוצאות, טיילווייז אדער כמעט ענליך.
 
די רמב"ם האט געשריבן א שארפע בריוו אז די אלע זאכן זענען טיפשות
איגרת לחכמי קהל עיר מארשילייא - על ענייני אצטגנינות ומזל / רבי משה בן מימון
טאקע וועגן דעם, ווייל ס'נישט מער ווי א גורם, און נישט קיין זיכערע פאקטן. גענוי ווי חלומות אדער די וואס גלייבן אין עין הרע'ס און סגולות, און אין ''געפילען''... חחח
 
Download the chatGPT app

Sign in with Google or whatever option they give you

Type in

My name is ______
I was born month/day/year
At _____ (time of day)
In (location- City/state)

Based on my Natal chart, human design, and Gene Keys, what can you tell me about ________ (whatever you want to more of. Ex: my learning style, my ideal career, my relationship struggles, what I look for in friendship, my trajectory for the next six months, my parenting styles etc)

You can also put your kids info in and get to know more about their personal paths and how you can best support them

Of course, take everything with a grain of salt and know that we're above mazal

איך האב עס געטון מיט מיינע קינדער דעם חוה”מ, אונז האב מיר פאברענגט אויף דעם שעות ארוכות. עס איז פלאי פלאים ווי אקוראט עס האט ארויסגעהאט מיך, מיין ווייב און קינדער. מען קען פרעגן אלע מיני שאלות וואס האט שייכות מיט דיין פערסענעליטי (ווי קומט עס נישט אריין...).
 
לעצט רעדאגירט:
כ'האב אריינגעלייגט פאלשע אינפארמאציע איבער מיין געבורטסטאג און ער האט נאכאלץ פונקטליך צוגעטראפן צו געוויסע פון מיין פערזענליכע שטריכן און סטראגלס, הפלא ופלא. אדער קען גאר זיין אז די Barnum effect איז עכט.

כ'האב גארנישט פון וויסן וואס די מזלות האבן געזאגט בעבר וועגן קאוויד. כ'וויל ער זאל מיר זאגן וועגן עפעס וואס איז נאכנישט געשעהן, דאס וואלט געווען זייער נוצבאר.
 
עס איז אינטערסאנט וואס דו זאגסט. ווייל קיין איין רעפארט פון מיינע קינדער זענען נישט גלייך צום צווייטן און עס וואלט נישט געשטימט איין רעפארט אויף א צווייטע קינד.
 
ביסט זיכער ס'וואלט נישט געשטימט? מ'קען נישט אינטערשאצן וואס קאנפירמאציע בייעס טוט אין אונזער מוחות. ספעציעל ווען מ'האט א געוויסע טראסט אין וואס מ'ליינט, ס'געשעהט אין די סובקאנטשעס דאס, אז מ'פילטערט ארויס אלע אינפארמאציע וואס שטימט נישט און מ'באמערקט נאר דאס וואס שטימט.

אין מיין עקספעריענס
אין מיין עקספיריענס פלעגט עס אויך שטימען. כ'פלעג זיך האלטן א שטיקל מבין, פון צייט צו צייט האב איך אפילו געקענט צוטרעפן ווער ס'איז א שבט און ווער א תשרי צו סיון. ביז כ'האב עס אביסל מער נאכגעפארשט און געוואור געווארן וויאזוי קאגינעטיווע בייעסעס שפילן טריקס מיט אונזער פערסעפשן.
 
לעצט רעדאגירט:
כ'האב אריינגעלייגט פאלשע אינפארמאציע איבער מיין געבורטסטאג און ער האט נאכאלץ פונקטליך צוגעטראפן צו געוויסע פון מיין פערזענליכע שטריכן און סטראגלס, הפלא ופלא. אדער קען גאר זיין אז די Barnum effect איז עכט.

כ'האב גארנישט פון וויסן וואס די מזלות האבן געזאגט בעבר וועגן קאוויד. כ'וויל ער זאל מיר זאגן וועגן עפעס וואס איז נאכנישט געשעהן, דאס וואלט געווען זייער נוצבאר.
ס'זאל אייך נישט באנק טאהן, אבער איר ברויכט צוזיין א היבשער פעסעמיסט, אז אויף היבש זאכן זעסטו דאס אומריכטיגקייט.

אבער דאס וועסטו נישט לייקענען, אז היות די פיר יסודות ארמ''ע זענען מחולק לויט די חדשי השנה, האט דער געבוירענער אינעם חודש פון יענע יסוד, א שטארקע אפעקט במציאות. נאר וואס דען, היות אין דעם זייטל זעט מען אז ס'איז תלוי אין נאך פאקטארן, ווי די אנדערע פלאנעטן און מאגנעטען... דערפאר זעט מען - צום עיקר מזל החודש, אויכעט נאך אייגנשאפטן.
 
דאס "אפעקט וואס מ'זעהט במציאות" פון ארמ"ע איז העכסט ווארשיינליך אילוזיעס.

אויב מ'וואלט גערעדט פון אן עכטע זאך וואלט עס בכלל נישט געווען שווער צו עס אויפווייזן אין א שטרענגע סייענטיפישע קאנטראלירטע עקספערימענט. דערווייל איז נאכנישט געווען אזא סוקסעספולע עקספערימענט, און ס'זענען יא געווען אסאך דורכגעפאלענע.
 
ס'זאל אייך נישט באנק טאהן, אבער איר ברויכט צוזיין א היבשער פעסעמיסט, אז אויף היבש זאכן זעסטו דאס אומריכטיגקייט.

אבער דאס וועסטו נישט לייקענען, אז היות די פיר יסודות ארמ''ע זענען מחולק לויט די חדשי השנה, האט דער געבוירענער אינעם חודש פון יענע יסוד, א שטארקע אפעקט במציאות. נאר וואס דען, היות אין דעם זייטל זעט מען אז ס'איז תלוי אין נאך פאקטארן, ווי די אנדערע פלאנעטן און מאגנעטען... דערפאר זעט מען - צום עיקר מזל החודש, אויכעט נאך אייגנשאפטן.
דו ביסט נאך סטאק ביי די פיר יסודות פון אמר"ע? די וויסנשאפטליכע וועלט האלט שוין ווייטער פון דעם
 
אויב כ'מעג נעמען א דוגמה פון איינעם.
אלעזר ליפא שמעלצער, איז געבוירן אינעם מזל דגים - די צווייטע אדר.

[אמת אז דא איז דא א חילוק צווישן די יודישע צייכן און די גויאישע, ווייל לויט די קבלה איז אין אדר שני דא די אפעקט פון אלע צוועלעף מזלות.]

בקיצור, דגים - פייסיס, איז 'גענוי' וואס ליפא איז.
ער פליעט ער פאנטאזירט, ער האט א ריזן מאס תשוקה, און ער איז נישט ווי געווענליך פול מיט ארט, יצירה, חידושים. אבער צו דעם קומט צו נאך מידות וואס קען זיין שטאמען פון אנדערע כוחות, ווי זיין עזות, זיין יוצא מן הכלל, זיין כאפן די גאנצע וועלט, זיין אומרואיגקייט.

בכללות איז מים די סארט עטיטוד. און עזות איז אש, און עפר איז ''דאון טא ערד'' און נאך אסאך דעטאלן דערין. אבער מ'זעט דאך שטארקע חלקים פון פייסיס ביי ליפא ממש אפען און קלארזיכטיג
 
דו ביסט נאך סטאק ביי די פיר יסודות פון אמר"ע? די וויסנשאפטליכע וועלט האלט שוין ווייטער פון דעם
אויב דו ביסט נישט באקאנט מיט דעם כלל, וועל איך דאס אנמערקן. אז ווי מער קאנצענטרירט חכמה איז, אלץ ווייניגער כללים איז דא דערביי.
און דאס וואס ס'ווערט מיט די צייט מער כללים און קאטעגאריעס, איז עס נאר מטעם די שוועריקייט דאס צו פארשטיין אין איין צוויי כללים.

ממילא, קען זיין אז היינט האט מען עס צעפיצעלט אויף מערערע כללים און פרטים, אבער דאס לייג נישט צו צום יסוד גופא כאילו נאך א אב מלאכה, נאר די פיר יסודות זענען מער קאנצענטרירט קעגן די מערערע פרטים וואס מ'לייגט שפעטער צו.
 
אש מים רוח עפר איז אן אלטע גריכישע פראווע פון פארשטיין די וועלט... קבלה (און די רמב"ם וואס האט עס געמוזט אריינלייגן אין משנה תורה) איז שולדיג אין דעם וואס געוויסע זענען נאך איינגערעדט אז דאס זענען די יסודות פון די וועלט.

איך ווער שאקירט יעדן מאל עקסטער איך הער איינעם זאגן מיט זאפט אז די וועלט באשטייט פון די פיר יסודות... ווילסט עס נוצן אין תניא? געזונטערהייט... ברענג מיר עס אבער נישט אריין אין פיזיקס קלאס. ש'כח
 
ווען ליפא וואלט געבוירן סיון וואלסט מסביר געווען ווי גוט ס'שטומט אז ער האט אזא רייכע שפראך וכו'. אב וואלסט געזעהן זיין עקשנות. ווען ער וואלט געבוירן תשרי וואלט פלוצלינג געווען וויכטיג די פאקט אז ער האט ליב צו זיין אויף סטעידזש און אויסזעהן גוט. שבט וואלסטו באמערקט זיין יוניקנעס זיין אפיעניענס וויאזוי ער רעכנט זיך נישט מיט נארמעס וכו'

אינטערשטע שורה, ס'נישטא קיין שום חודש ווי אויב ער וואלט דארט געבוירן וואלסטו געזאגט "מסכים, דאס אז ליפא איז דארט געבוירן פרעגט אפ אסטראלאגיע"
 
כ'פארשטיי וואס דו ברענגסט ארויס, אבער די מציאות ווייסט מען דאך היינט אז מזלות האבן כוחות, און שייכות מיט צמחים, חיות, און בכלל מיט נאטור פון יעדן סארט. פארוואס מוז מען זאגן אז ס'איז פונקט אזוי יעדע זאך, אויב ס'איז אין פאקט א אפעקט וואס די פלאנעטן האבן
קען זיין דו האלטסט אז די אפעקטן זענען אויך פאנטאזיעס.
 
סאטמארער רבי זי"ע איז די זעלבע חודש ווי בעלזא רב שליט"א קען מען זען א פארגלייך?
 
סאטמארער רבי זי"ע איז די זעלבע חודש ווי בעלזא רב שליט"א קען מען זען א פארגלייך?
זיי זענען פירער
זיי ציען מענטשן
זייער ווארט איז פארהייליגט

דאס אלעס האט מיט כוחות וואס די נפש איז באשאנקן
אויב זיי זאלן נישט זיין רביים, וואלטן זיי געווען הויפטן פון ריזן קאמפאניס אדער ווער ווייסט פירער פון אנדערע שיטות אינעם געזעלשאפט
 
ביסט זיכער ס'וואלט נישט געשטימט? מ'קען נישט אינטערשאצן וואס קאנפירמאציע בייעס טוט אין אונזער מוחות. ספעציעל ווען מ'האט א געוויסע טראסט אין וואס מ'ליינט, ס'געשעהט אין די סובקאנטשעס דאס, אז מ'פילטערט ארויס אלע אינפארמאציע וואס שטימט נישט און מ'באמערקט נאר דאס וואס שטימט.

אין מיין עקספיריענס פלעגט עס אויך שטימען. כ'פלעג זיך האלטן א שטיקל מבין, פון צייט צו צייט האב איך אפילו געקענט צוטרעפן ווער ס'איז א שבט און ווער א תשרי צו סיון. ביז כ'האב עס אביסל מער נאכגעפארשט און געוואור געווארן וויאזוי קאגינעטיווע בייעסעס שפילן טריקס מיט אונזער פערסעפשן.
זייער ריכטיג, אסאך מאל ווען איך האב א שאלה און ווייס נישט וואס צו טון, עפען איך עני בוך, און טרעף עפעס א רמז, ווייל די קאנפירמאציע בייעס וועט שוין טון זיינס.
ס׳איז א מורא'דיגער סגולה. 👾
אויב כ'מעג נעמען א דוגמה פון איינעם.
אלעזר ליפא שמעלצער, איז געבוירן אינעם מזל דגים - די צווייטע אדר.

[אמת אז דא איז דא א חילוק צווישן די יודישע צייכן און די גויאישע, ווייל לויט די קבלה איז אין אדר שני דא די אפעקט פון אלע צוועלעף מזלות.]

בקיצור, דגים - פייסיס, איז 'גענוי' וואס ליפא איז.
ער פליעט ער פאנטאזירט, ער האט א ריזן מאס תשוקה, און ער איז נישט ווי געווענליך פול מיט ארט, יצירה, חידושים. אבער צו דעם קומט צו נאך מידות וואס קען זיין שטאמען פון אנדערע כוחות, ווי זיין עזות, זיין יוצא מן הכלל, זיין כאפן די גאנצע וועלט, זיין אומרואיגקייט.

בכללות איז מים די סארט עטיטוד. און עזות איז אש, און עפר איז ''דאון טא ערד'' און נאך אסאך דעטאלן דערין. אבער מ'זעט דאך שטארקע חלקים פון פייסיס ביי ליפא ממש אפען און קלארזיכטיג
איך האלט ער איז געבוירן אין מזל פון עקרב ער האט געביסן די עליט און אויך געווארן געביסן מיטן דאבעל עדש שווערד
 
Back
Top