ניו יארק סיטי מעיאר וואלן - קאמאו vs. מאמדאני

יעצט אז עדעמס איז ארויס פון די פארמעסט פאר וועם גייסטו וואוטן?

  • קאומאו

    Votes: 35 64.8%
  • מאמדאני

    Votes: 19 35.2%

  • Total voters
    54

פארהייראט

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אפר. 23, 2025
מעסעדזשעס
28
רעאקציע ראטע
225
פונקטן
23
נעכטן האט עדעמס (די איינציגסטער נערמאלער קאנדידאט) זיך ארויסגעצויגן פון די פארמעסט, זענען מיר געבליבען מיט צוויי שלעכטע אפציעס, אדער דער אנטעסעמיט און קאמוניסט מאמדאני, אדער דער שייגעץ קאומא וואס האט אפגעהרגט פול מיט זקינים ביי קאוויד ווען ער האט פארארדענט זיי אריינצישיקן אין נורסינג האומס.

למעשה פאר וועם גייסטו וואוטן און פארוואס?
 
ווי זאגט מען, די לעצטערע וואלן איז אייביג די טשויס צווישן ווער איז ערגער פונעם צווייטן.
 
קורטיס סליווא איז נישט אין די אפציעס. נישט אז ער האט א טשענס, אבער איך בין זיכער ס׳דא אפאר יחודים דא וואס גייען שטימען פאר אהים.
 
נעכטן האט עדעמס (די איינציגסטער נערמאלער קאנדידאט) זיך ארויסגעצויגן פון די פארמעסט, זענען מיר געבליבען מיט צוויי שלעכטע אפציעס, אדער דער אנטעסעמיט און קאמוניסט מאמדאני,
אפשר ביזטו מסביר פאר די ליינער קאמוניזם און פארוואס מאמדאני איז א קאמוניסט?
 
איך גיי נישט וואוטן

איך וויל נישט מאמדאני, אבער איך גיי נישט וואוטן פאר קאומא, זיין אראגאנץ מאכט מיר שרעקליך נערוועז

פאר עדעמס וואלט איך געגאנגען וואוטן

סליווע איז אן אנטיסעמיט

מאמדאני גייט געווינען, איך בין כמעט זיכער

איך האף אז טראמפ וועט אים שטעלן אין פלאץ אביסל
 
אוי גייט זיין טראגי קאמיש ווען מאמדאני גייט ווערן מעיהער, אין אלע שתדלנות פון די עסקנים גייט דארפן גיין דורך נתורי קרתא.
 
לעצט רעדאגירט:
קאומאו איז א שייגעץ וועגן קאוויד? האט ער געמיינט פערזענליך די זקני ישראל? אדער אלע זקנים? אויב האט ער געמיינט די אידן דווקא הער איך, אבער אויב נישט איז פארשטיי איך נישט די ספק.
אויב אלע חרדישע-רעכטע אידן נעמען זיך צוזאם צו וואוטן איז דא א אשאנס אז מאמדאני זאל נישט געווינען?
 
  • האהא
רעאקציעס: yossi
אפשר ביזטו מסביר פאר די ליינער קאמוניזם און פארוואס מאמדאני איז א קאמוניסט?
מאמדאני האט זיך אויסגעדרוקט אז ער גלייבט אין דער קאמוניסטישער אידעאלאגיע אוועקצונעמען פריוואטע אייגנטום. "דהיינו, אז מען זאל נאציאנאליזירן די "מיטלען פון פראדוקציע". רוף עס וויאזוי דו ווילסט, ביי מיר איז עס קאמוניזם. פינטל.
 
מאמדאני ערקלערט בשיטה אז מען דארף לימיטן די סומע געלט וואס א יחיד קען פארמאגן – ס'דא אזעלכע וואס גיבן דעם נומבער פון הונדערט מיליאן – און אלעס איבער דעם גייט צו די ממשלה.

ער איז אויך אין דער שיטה אז אויב איינער קויפט סטאקס אין א קאמפאני און די וועליו גייט ארויף, זאל מען דארפן צאלן מכס סוף יאהר, אפילו מען פארקויפט עס נישט.

ער טוט אויך אדוואקעיטן פאר א "רענט פריז" און א "רענט ראל בעק", אפגעזעהן צי די רענטל אינקאם וועט קאווערן די עקספענסעס, מיט'ן ציל אז די לענדלארדס וועלן מוזן אויפגעבן זייער בעלות אויף די ריעל עסטעיט, וואס די רעגירונג וועט עווענטועל איבערנעמען. לויט זיין געדאנק, וועלן רוב הייזער ווערן אונטער "נייטשע" סטיל סובסידיזירטע האוזינג.

אויך שלאגט ער פאר צו עפענען סופערמארקעטס אונטער די סיטי אונערשיפ, מיט די פרייזן סובסידירט פון די סיטי, כדי ארויסצוטרייבן די פריוואטע ענטיטיס פון די גראסערי און פוד אייטעמס ביזנעס.

איראניש, איז ער אליינס אויפגעוואקסן סובסידירט פון רייכע עלטערן. זיין פאטער איז א ביליאנער עטליכע מאל אריבער. דאס איז בכלל א באקאנטע שוואכקייט ביי גאר רייכע, צו פובליצירן און עדוואקעיטן פאר לינקע שיטות, ווייל סובקאנטשעסלי האבן זיי א פחד פון די ארימע מאסן, אז זיי וועלן זיך אמאל צוזאמנעמען און מאכן א רעוואלוציע, און די ערשטע קרבנות וועלן זיין די עליטע רייכע, דאס איז גורם אז זיי רעדן כאילו זיי זענען די פריינד פון די עניים און ווייזן "עמכם אנכי בצרה".

דאס איז דער מאמדאני.
 
יעצט געענדיגט קוקן כמעט די גאנצע צווייטע דעבאטע.

די מאדערעיטארס האבן סערווירט מאמדאני אויף א גאלדענעם טאץ!

זיי האבן געגרילט קוואומא.

און איגנארירט דעם סעליווא
----

קוואמא איז געווען אסאך צייט אין די "זיך פארענטפערן" פאזיציע.

מאמדאני מיט זיין דיפלאמאטישע שמייכל און געשליפן צינגל האט דאמינירט די סטעידזש, צוגעזאגט גאלדענע גליקן וכו' (קענסט אים פיינט האבן דריי טויזנט מאל, אבער א כאריזמאטישער פאליטיקאנט איז ער פארזיכער.)

סעליווע איז אריינגעקומען אביסל קראציג. פרובירט צו רעדן אבער ער איז געווארן ווי פארווישט דארעך מאמדאני אויף זיין לינקע זייט און קוואומא אויף זיין רעכטע זייט, וואס האבן געשאסן פיילן איינער אויף דעם צווייטן ווי כאילו ער עקזיסטירט נישט.
---

וויאזוי האסטו פערסיווט דעם דעבאטע?
 
מאמדאני האט זיך אויסגעדרוקט אז ער גלייבט אין דער קאמוניסטישער אידעאלאגיע אוועקצונעמען פריוואטע אייגנטום. "דהיינו, אז מען זאל נאציאנאליזירן די "מיטלען פון פראדוקציע". רוף עס וויאזוי דו ווילסט, ביי מיר איז עס קאמוניזם. פינטל.
אקעי יעצט האסטו געגעבן אן עקזעמפל זייער שיין זיך מסביר געווען.

יעצט קען מען גיין שטאפלווייז
און וואס איז שלעכט דערמיט?

וואס איז דיין אישאו אויב ס'איז נאצינאליזירט? און וואס וויל ער לויט דיר נאציאנאליזירן? זיי ספעציפיש. למשל רענט איז שוין נאצינאליזירט, ער וויל ער נאר פארברייטערן, און איך זעה נישט די אישאו. ר' אהרן איינער טוט דאך די זעלבע און זיין ציבור איז משוגע פאר עס.

צו רעדן אביסל ברייטער, האנעסטלי איך בין נאכנישט אזוי קלאר אין יעדע שלב און סעיף פון קאמוניזם מיין ציל מיט מיין פאלוי אפ איז פשוט צו אפטיילן אז נישט יעדער וואס איז א קאמוניסט איז א קאמוניסט, עס זענען דא זיבעציג חילוקים צווישן סאציאליסט, און קאמוניסט, אנארכיסטס, ליבערטעריען, ליבערטעריען קאמוניסט, קאפיטאליסט, אנארכא קאפיטאליסט, אנארכא סאציאליסט ועוד סא אז דו געבסט א לייג אן א טיטל אויף א מענטש דארף מען עס אביסל צונעמען.

פונקט אזוי רעדט מען אין היסטאריע פון אבאלישעניסטס, קאנפעדערעטס, און סעגרעגעישעניסטס וכו' און מ'זאגט נישט פלעין "ראסיסט" אדער " בלעק לאווער"

ס'האט חילוקים על גבי חילוקים.

אויך אזוי ביי קאפיטאליזם, עס זענען דא פשרות ווי רעגוליריטע קאפיטאליזם און פון די רעכטע זייט דערפון laissez fare קאפיטאליזם און אין אמעריקע נייגט אונזער עקאנאמיע שטארק אהין, און דו ווייסט וואס? אויב איז קאמוניזם אזוי שלעכט לאמיר זעהן צו די קאפיטאליסטן האלטן ביים אדרעסירן זייערע חסרונות אדער נאר מבער זיין דעם טריפה'נעם קאמוניסט ווייל די פריערדיקע רבי האט אזוי טראמאטייזט לאל... לאגיק וויל איך הערן וואס איז נישט גוט

ווייל קאפיטאליזם איז נישט קיין שום עולם התיקון און צו זאגן אמעריקע איז געמאכט געווארן אלס פרי מארקעט און די אנדערע זענען ערב רב און בריסקערס איז זייער ראנג, ס'איז ביידע.
 
אמאל פלעג איך אויך זיין זייער דעשראקן פון language
היינט איך מוז אלעס פארשטיין מיט טיפקייט, און אז נישט האט עס נישט ביי מיר קיין מינינג. מענטשן טראכטן נישט גראד און מיט שכל אין אונזער סאסייעטי. לדוגמא מיין גאנצע לעבן האט מען מיר געהאקט "גויאישע ניגונים פוי" "אויסגעלאסן איז זנות" "מ'שעפט נישט קיין יראת שמים" "קוק נישט ווי מ'טאר נישט" "נעעלאגן האבן פארסמ'ט אידישקייט און זיי האבן געברענגט די שואה"

איך ווייס נישט וואס די זאכן מיינען, קום אריין שמוציג, ברייט און קלאר גרוי און גראפיש. אקעי סא ער איז א קאמוניסט, וואס מיינט דאס, וועם רעגט דאס אויף וועם העלפט דא? וועלכע עצה איז בעסער, פארשטייסט. די זעלבע איז מיט מיט tax the rich און די זעלבע איז מיט Medicare for all ווען איך בין געווען אינגער האט יעדער דאקטער געמוזט אנטלויפן צוליב א גזירה מן השמים "אבאמאקעיר" מ'קען מיינען וואס דאס איז שוין געווען. כ'ווייס נישט, אויב דאס פאסירט גייען אלע אנטלויפן ווייל רח"ל ס'גייט זיין א רעדזשיסטרי פון אומזינסטיגע העלטקעיר, און ס'גייט זיין פובליק... יעדער גייט עס קענען עקסעסן... יענע זאך וואס היינט ווייס איך קאווערט כמעט גארנישט... אבער אזוי איבערגעשראקן בין איך געווען אז ס'גייט נישט זיין קיין דאקטורים, ער גייט אונטערלייגן העלטקעיר און אלעס לויפט קיין קאנאדא אויב חס וחלילה גייט דאס דורכגיין...

רוהיג, זאג מיר נאך אפאר מיאוסע ווערטער, סא וואס מיינט די נידערטרעכטיגע קאמוניזם? לאמיר עס שוין פאר א גוט יאר געהעריג פארשטיין... You know?
 
לעצט רעדאגירט:
יעצט געענדיגט קוקן כמעט די גאנצע צווייטע דעבאטע.

די מאדערעיטארס האבן סערווירט מאמדאני אויף א גאלדענעם טאץ!

זיי האבן געגרילט קוואומא.

און איגנארירט דעם סעליווא
----

קוואמא איז געווען אסאך צייט אין די "זיך פארענטפערן" פאזיציע.

מאמדאני מיט זיין דיפלאמאטישע שמייכל און געשליפן צינגל האט דאמינירט די סטעידזש, צוגעזאגט גאלדענע גליקן וכו' (קענסט אים פיינט האבן דריי טויזנט מאל, אבער א כאריזמאטישער פאליטיקאנט איז ער פארזיכער.)

סעליווע איז אריינגעקומען אביסל קראציג. פרובירט צו רעדן אבער ער איז געווארן ווי פארווישט דארעך מאמדאני אויף זיין לינקע זייט און קוואומא אויף זיין רעכטע זייט, וואס האבן געשאסן פיילן איינער אויף דעם צווייטן ווי כאילו ער עקזיסטירט נישט.
---

וויאזוי האסטו פערסיווט דעם דעבאטע?
נאכנישט געקוקט אבער אוודאי איז קאמאו דער וויקטים ווייל מאמדאני האט פשוט ליב פאליסטיין גארנישט וואס ער זאגט איז אמת משא"כ קאומא וואס האט דאך אזויפיל עקספירענס און סוקסעס... אבער וואס זאל מען טוהן די מאדערעיטערס קושן אים אין די פיס.

הקיצור
די עלעקשן איז שוין לאנג א פארשלאסענעם און אז ס'וועט זיך אמאל שפאלטן א איסט ריווער וועט קאומא זיגן, ער העלפט נאר מאמדאני געווינען, איך קוק עס אן דאס איז ווי לייגן מייקל בלומבערג מיט עיאוסי אויף איין סטעידזש זיכער וועט עיאוסי זיגן, און ס'קען נישט זיין מער פאולער אפאסיט ווי דעם.

קאומא א קארופט, א שקרן, א מולטי מיליאנער מאמדאני קוים ווערט וואס א חסידישע איד דארף צו קאווערן 2 קינדער, ער האט די רייט ווינג ביליאנערן און מולטי מיליאנערן וואס גייען געווענליך פאר דארק מאני שמוציגע אייגענע אינטערעסן וואס זיי רעדן דיר איין אין עדס אז דו דארפסט גלייבן אין דעם, און מאמדאני איז בעקד ביי די די עס עי (democratic socialists of America) וואס זיי מאכן זיין קאמפיין און מיט אדער אן אים גייען זיי פאראויס מיט זייער אגענדע פון א גאווערמענט ווערייזאן, צו קאמפיטן מיט די פריוואטע סעקטאר, מעדיקעיר פאר אל, אבארשן, קאלידזש פאר אל, ענדיגן mass incarceration פייטן mass deportations, צאלן מער פאר ארבעטערס, יוניען רעכטן האוזינג רעכטן, רענט קאנטראל, מער טעקס פאר די רייכע וכו' וכו'

ער איז נישט קיין מענטש וואס האט אויפגעמאכט די זאכן, אדער איינער האט אים באצאלט דאס צו שטופן ער איז א מעמבער אין די די עס עי אז ער גייט אוועק פארן פון זייער אגענדע וועלן זיי זיך דערווייטערן פון אים און ס'קען אים בייסן אויף א צווייטע ערוויילונג אויב זיי וועלן זיך נוקם זיין... איך זאג נישט וואס ס'גייט זיין, איך זאג ער האט שטעקן צו טוהן זיין דזשאב. דעבלאזיא האט נישט געמוזט ענטפערן פאר קיינעם, ער האט זיך דערקלערט פאליטישן און ווייטער געגאנגען, קיינער האט אים נישט געקענט, אויב ער פארפארט פון די די עס עי'ס פלאטפארמע וועלן זיי אים אונטערברענגען מיט א צווייטן, און די ביליאנערן האלטן אינמיטן כאפן אז קאומא'ס 22 מיליאן און אהאלב דאלער קאמפעין האט זיי נישט געברענגט מער רעקאגנישן.

די ADL ימח שמם - אויך מיר אנטיסעמיטיסט אקטיוויסטן, זענען געגאנגען און פארשפרייט עדס מיט מאמדאני ווי ער טראגט א לאנגע בארד אים צו מאכן פאר אן אראבער פון די מיטל איסט, און זיי האבן פרובירט צו פארלייקענען אז ער איז געווען ביי סיי וועלכע אידישע קאמיוניטי אין ניו יארק סיטי

פארוואס?

ווייל אזוי זעעהן אויס לוזערס, קיין אישאו'ס צו רעפרעזענטירן האבן זיי נישט, מענטשן האבן זיי נישט, אבער געלט? דאס האבן זיי
202013.webp

און אין די צייט וואס קאמאו ווייקט זיך אין זיין באדע אין אלבאני ווארט מאמדאני אויף באסעס, און אינטערוויאוט עגיפטישע האלאל פלייש טרעקלעך (איין טאג טריי עס ווען קיינער זעהט נישט, ס'איז נארהאפטיג און ביליג) מיט א רעינקאוטווי שווער ס'איז צו באקומען פערמיטס פאר זיי. אן קיין טאראראם... ער פרעגט ניו יארקער דורכגייער וואס איז זייער שווערסטע פראבלעם מיט די סיטי?

פאר דעם איז ער אין מיינע אויגן א winner ער רעפרעזענטירט די סיטי, ער איז די סיטי! פרעג קאומאו צו ער געדענקט וואס גייט פאר 3 גאסן אוועק פון זיין געבורט הויז אין קווינס און ווען ער איז די לעצטע מאל דארט געווען.. מאמדאני שטייט נישט אויף צופרי טראכטנדיג ווי קען מען זיין א בעסערע מאדל פאר גאזא, ער איז א פאקין ניו יארקער, ער איז פון דא, און ער טראכט ווי דא! פאר דעם איז שטערקער, אוודאי זיין כאריזמאטישקייט העלפט אוודאי צו, אבער דער בחור איז א היזיגער און ער פייט צוריק ווייל ער גיט באמת א שיט פאר די סיטי, און ווען די ביליאנער וועט אויפהערן טראכטן אזויפיל פון פרי פאליסטיין מיט גלאבעלייז די אינטיפאדא וועט ער כאפן אז דא איז דא א גאנצע ריזיגע וואוטינג בלאק וואס דארף זיי נישט האבן און זיי ווילן און טוען פאר א סאושליסט גאווערמענט, זיינע שטיצערס זענען פון די מערסט מאטיווירטע חברה ווען ס'איז געקומען צו door knocks און אלעס ווייסט פארוואס ווייל זיי זענען עקשולי אינטערסירט אין דעם, זיי האבן זיך נישט יעצט אויפגעוועקט אה אה ס'קומט א קאמפעין, נאאוו

די חברה קומען זיך צאם, וואך נאך וואך, שמועסן אויס דברים העומדים על הפרק, יעדער לייגט צו הגאות, יעדער ווערט אויסגעהערט, אפילו איך האב שוין קאמפלעינט וועגן עפעס און איך ווארט צו הערן אויב זיי קענען עפעס מסדר זיין וועגן דעם, אדער געוואר ווערן ווער ס'קען. ס'איז א געהעריגע קאאליציע אין א לאנד אן קיין קאאליציעס.

עמיר זעהן.
 
און אין די צייט וואס קאמאו ווייקט זיך אין זיין באדע אין אלבאני ווארט מאמדאני אויף באסעס, און אינטערוויאוט עגיפטישע האלאל פלייש טרעקלעך (איין טאג טריי עס ווען קיינער זעהט נישט, ס'איז נארהאפטיג און ביליג) מיט א רעינקאוטווי שווער ס'איז צו באקומען פערמיטס פאר זיי. אן קיין טאראראם... ער פרעגט ניו יארקער דורכגייער וואס איז זייער שווערסטע פראבלעם מיט די סיטי?

פאר דעם איז ער אין מיינע אויגן א winner ער רעפרעזענטירט די סיטי, ער איז די סיטי! פרעג קאומאו צו ער געדענקט וואס גייט פאר 3 גאסן אוועק פון זיין געבורט הויז אין קווינס און ווען ער איז די לעצטע מאל דארט געווען.. מאמדאני שטייט נישט אויף צופרי טראכטנדיג ווי קען מען זיין א בעסערע מאדל פאר גאזא, ער איז א פאקין ניו יארקער, ער איז פון דא, און ער טראכט ווי דא! פאר דעם איז שטערקער, אוודאי זיין כאריזמאטישקייט העלפט אוודאי צו, אבער דער בחור איז א היזיגער און ער פייט צוריק ווייל ער גיט באמת א שיט פאר די סיטי, און ווען די ביליאנער וועט אויפהערן טראכטן אזויפיל פון פרי פאליסטיין מיט גלאבעלייז די אינטיפאדא וועט ער כאפן אז דא איז דא א גאנצע ריזיגע וואוטינג בלאק וואס דארף זיי נישט האבן און זיי ווילן און טוען פאר א סאושליסט גאווערמענט, זיינע שטיצערס זענען פון די מערסט מאטיווירטע חברה ווען ס'איז געקומען צו door knocks און אלעס ווייסט פארוואס ווייל זיי זענען עקשולי אינטערסירט אין דעם, זיי האבן זיך נישט יעצט אויפגעוועקט אה אה ס'קומט א קאמפעין, נאאוו
פאר דעם איז מאמדאני א געווינער!! הייבטס אן פעיען אטענשאן אַ ריכטיגערַ אפאזישניסט

ווען האסטו די לעצטע מאל געזעהן עני פאליטישן טוהן אזא זאך, גיין און אויספרעגן זיינע שטאטישע מענטשן וואס זיי טראכטן, הער די שאלות וואס ער פרעגט!
 
ווייל ער גיט באמת א שיט פאר די סיטי,
פארוואס גלייבסטו אזוי? איך בין מיט דיר, אז ער רעפרעזענטירט און אדרעסירט די סיטי און אירע פראבלעמען. אבער פארוואס קלערסטו אז ער מיינט עס אמת'דיגע ווערסעס זיין א קלוגער פאליטיקאנט?

איך קוק אים גראדע אהן ווי א "פאליטיקאנט".
 
איך גיי נישט וואוטן

איך וויל נישט מאמדאני, אבער איך גיי נישט וואוטן פאר קאומא, זיין אראגאנץ מאכט מיר שרעקליך נערוועז

פאר עדעמס וואלט איך געגאנגען וואוטן

סליווע איז אן אנטיסעמיט

מאמדאני גייט געווינען, איך בין כמעט זיכער

איך האף אז טראמפ וועט אים שטעלן אין פלאץ אביסל
ליידער א טיפיקל אמעריקאנע וואוטער

איך וואוט נישט נאר אויב איך קען געווינען, נאכדעם וועסטו זאגן טראמפ האט א שטארקע מאנדאט... באלד 100 מיליאן מענטשן טראכטן ווי דיר. כ'ווייס נישט די עלטער איך ווער זעה איך איין אז וואוט'ן איז נישט 'נאר' דוקא אבאוט געווינען, נאר אבאוט די מעסעדזש און די דעטע וואס מ'שיקט.

אז דו וועסט ערווארטן נאר צו געווינען וועסטו נישט אנקומען צו וואס דו ווילסט, ווייל די טבע איז אז נישט אלעמאל געווינט מען, אבער איי געס אז מ'הערט נאר אפאר שטותים אין שוהל כאפט מען נישט די גאנצע פוינט און פארדעם פארנעמט וואוטינג נישט אזא וויכטיגע פלאץ. איינער הערט שוין יא אויס אביסל רעדיא איז עס א מענערישע ספארט... און איז נישט א זאך וואס יעדער יחיד טראכט באמת אדורך לויט זייערע באדערפענישן. ס'איז אזוי ווי ווען מ'האט געשפילט אין קעמפ שמים מיט ארץ, ס'איז נישט קיין דעמאקראטיע, די צעטל האט געזאגט אזוי, גייט מען מיט דעם דער אנדערער קהילה אזי גייט מען מיט דעם. ס'האט נישט קיין שום טיפקייט און פערזענליכקייט צו זיך. מיין אפיניען.

בקיצור איך פארשטיי אויך פארוואס וואוט'ן איז אזוי אינטערגעשאצט וויבאלד מ'לעבט עס נישט געהעריג מיט סא די באהאוונקייט ארום דעם איז זייער קליין, ס'איז אבער נאך אלס א ראנג אפראוטש וואס שטאמט פון איגנארנץ און די ענטייטלמענט וואס עטס האטס, אבער דער וואוט איז אסאך מער ווי א געווינס קעגן א פארלוסט. ס'איז מער וואס ווילסטו ענדערש האבן אין די וועלט אין ווי דו ציעסט אויף קינדער און צאלסט טעקס אא"וו.
 
אויב אלע חרדישע-רעכטע אידן נעמען זיך צוזאם צו וואוטן איז דא א אשאנס אז מאמדאני זאל נישט געווינען?

זיכער אז נישט. איך קען דיר דאס אויפקלערן first hand איך האב שוין קאלעקטעד דעטע אויף דעם אין ברוקלין אמאל, ווייסט ווי ווייניג פרימע זענען רעדזשיסטערט צו שטימען דעמאקראטיש אין לאקאלע עלעקשנס? ווייסט וויפיל ווייסן נישט די חילוק צווישן א דעמאקראטישע פארטיי און וואוטן פאר א דעמאקראט? זיי זענען רעדזשיסטערט רעפובליקען אין ניו יארק זיי האבן נישט ארויס ווי נישט אינקלודעד זיי זענען... אז די ביליאנערן פרעגן מיך זאלן זיי גיין דארט פייטן נישט מיט ערוויילן א קאומא, די לעפט קאנטראלירט דאך ניו יארק גייסטו זיך אנשליסן מיט א פארטי וואס איז בעסיקלי אינוועליד אין ניו יארק?? קענסט זיין דעמאקראט, צו קענען וואוטן "פאר" א רעפובליקען... כאפן זיי דעס נישט. איך האב געקלאפט אויף טירן פאר רעדזשיסטרעישנס אפאר טעג. Waste of time פון 20 מענטשן קען איך זאגן 17 האלטן ביי גארנישט.

קוק אן מ'האט שוין פרובירט דאס אויך ביי לי זעלדין ס'איז אבער ס' נישט געלונגען, און אפילו אז יא וואלט איך עס נאך אלס אוועקגעמאכט ווייל ס'וואלט געווען ווי אבאמא פאר די גאנצע ערשטע טערמין. אין אלבאני איז עס אסאך מער אזוי, ס'איז איין פארטיי, מ'האט אויסגעשלאסן די רעכטע ממילא יעדער וואלט געווען קעגן אים.

די אהרונים אין מיין מיינונג זענען די קלוגסטע קהילה ווען ס'קומט צו פאליטיק (אפשר אויך ווייל זיי זענען די מערסטע קארופט, קענען זיי זיך צו גוט אויס מ'קען זאגן) זיי פארשטייען די זאך אז מ'גייט נישט קעגן, ווי די ווינט בלאזט דארט קומען זיי אן און סאקן וויפיל געלט זיי קענען, איינמאל מ'האט שוין די קאנעקשענס אפשר גייען זיי און פרובירן שתדלנות זאכן, די גאנצע חרדי'שע וועלט טוט עס פארקערט קודם שרייען אונז זעמיר פרא טראמפ און רעכט און נאכדעם זוכן איינעם וואס קען געווינען... גראדע מייק לאולער איז א אויסנאם.
 
  • לייק
רעאקציעס: yossi
מאמדאני ערקלערט בשיטה אז מען דארף לימיטן די סומע געלט וואס א יחיד קען פארמאגן – ס'דא אזעלכע וואס גיבן דעם נומבער פון הונדערט מיליאן
איך האב דאס נישט געהערט ער זאל זאגן ער וויל לימיט'ן, אויב בין איך ראנג שיק א אינטערוויא. זיין טעקס פלאן איז זייער קלאר אויף זיין אינסטעגרעם. ער וויל זיי זאלן צאלן 5.9% און נישט 3.9 וואס איז די זעלבע וואס א בארטענדער וואס מאכט 45,000 צאלט. דאס איז זייער א נארמאלע פלאן. ביזטו קעגן אזא זאך? כ'וויל הערן פארוואס?
ער איז אויך אין דער שיטה אז אויב איינער קויפט סטאקס אין א קאמפאני און די וועליו גייט ארויף, זאל מען דארפן צאלן מכס סוף יאהר, אפילו מען פארקויפט עס נישט.
איך בין מסכים מיט דעם! דאס איז נישט זיין געדאנק, בערני האט דאס שוין לאנג פאפוליזירט, איך וואלט, אלס א סטאק אונער, סאך ענדערש געצאלט פאר דעם ווי פאר מיין פראפערטי צוליב 2 סיבות:
  1. וועלכע ווילסטו ענדערש, אויפגעבן עקוויטי פון דיין הויז וואס גייט ארויף אפשר 5 פראצענט א יאר, צו סטאקס וואס קען גיין פון 7 ביז 20 ביז 30 א יאר - אז מ'ווייסט וואס מ'טוט, געוואנדן אין וויפיל די טעקס רעיט איז.
  2. ווער מיינסטו גייט פון דעם צאלן די מערסטע? דו מיט אפאר שטיקלעך טעסלא? אדער דער וואל סטריט פירם מיט ביליאנען צו הונדערטער מיליאנען שעירס?
טעקס מיין סטאקס פליז, גערן! אויב דאס איז די ווייטאג פון סאושעליזם דארפט עטץ איבערגיין math

בערני האט גראדע אמאל פארגעשלאגן א צווייטע זייער געניאלע איידיע:

מ'זאל נעמען די סטאק מארקעט און טעקס'ן די טרעיד וואליום, די געדאנק וואס דו האסט ארויסגעברענגט וועט זיין זייער דיוויידעד און מ'וועט עס נישט אזוי שנעל קענען אויספירן. ער האט געזאגט מ'זאל זיך נעמען צו די וואליום, ד.מ. יעדע מאל א סטאק ווערט געקויפט און פארקויפט א טאג זאל דאס זיין טעקסד.

יעצט איך האב געפרעגט דזשעמיניי וויפיל דאס וואלט אויסגעקומען אויב מ'מאכט א 2 דאלער טעקס אויף יעדע טרעיד פלעיסד אין גאנץ אמעריקע, אין איין טאג: האסטו 140,000,000

number of trading days in a year for the United States, which is 252. \(140,000,000\times 252\text{\ trading\ days\ per\ year}=35,280,000,000\)So, 140 million multiplied by the average number of trading days in a year is $35.28

שלעכט?

ס'איז דאך דא אזויפיל טרעידס! מ'וועט עס נישט עכט פילן, פארשטייט זיך אויב מ'פלעיסט א טרעיד פון אפאר דאלער און די טעקס איז שוין אזוי טייער וועט זיך נישט לוינען, אבער די געדאנק איז solid solid עס דארף נאר גוט גוט אויסגעארבעט ווערן ביי סייז און ביי וואליום

ער טוט אויך אדוואקעיטן פאר א "רענט פריז" און א "רענט ראל בעק", אפגעזעהן צי די רענטל אינקאם וועט קאווערן די עקספענסעס, מיטן ציל אז די לענדלארדס וועלן מוזן אויפגעבן זייער בעלות אויף די ריעל עסטעיט, וואס די רעגירונג וועט עווענטועל איבערנעמען.
וואס מיינט א ראל בעק? ער וויל ס'זאל נישט ארויפגיין מער די פרייז און די רענט קאנטראלד אפארטמענטס זאלן ווערן מער בנמצא, אזוי ווי עס איז שוין יעצט דא די געדאנק אל אווער און אויך אין ניו יארק! די הייזער קען נישט ארויפגיין, ס'איז א מורא'דיגע ערנסטע קלאפ פאר אנטשעקד קאפיטאליזם, וואס פארשטייסטו נישט? זיי שיסן זיך ארויף יעדע זיבן חדשים... איימסארי דאס איז נישט גערעכט, און קענסט וויינען די לינקע נעמען זיך אן פאר טענענט'ס בלא בלא, ס'איז נאך אלס נישט גערעכט, ס'קאסט אסאך געלט און קענסט עס נישט טוהן צו מענטשן, גיי זייג אויס א צווייטע אינדוסטרי.

די זעלבע איז מיט קרעדיט קארדס, אין 5 יאר ארום גייט ער זיין 40%. ביזט משוגע צום טויט? ווייסט וואס מיינט 40% אינטרעסט?

וויפיל איז א וועידזש ארויפגעגאנגען ווילסט עס געבן אזא גוגל?

זייער גוט go fuck yourself קענסט נישט טשארדזשן די הויזן, האסט גענוג געסאקט, עד כאן. איך בין זייער מסכים, אבער מ'זאל אויך נעמען א קאנסאלטענט וואס האט עקספירענס אין די מארקעט זיי צו גיידן נישט צו גיין צו ווייט, אבער די געדאנק איז א גוטער. זעהסטיך אהרן איז אויך א סאושליסט... ליידער ליידער.
די לענדלארדס וועלן מוזן אויפגעבן זייער בעלות אויף די ריעל עסטעיט, וואס די רעגירונג וועט עווענטועל איבערנעמען.
ווי אין די וועלט האט ער דאס געזאגט? שטעל א מקור זיי מוחל שיין
רוב הייזער וועלן זיין אונטער ׳נייטשע׳.
איך האב פיינט נייטשע דאס איז א צופלויגענע דעפארטמענט מיט אזויפיל צופארנקייט און ווי שווער זיי מאכן די מענטשן צו באקומען סעקשן 8, אבער... דעט סעיד, בין איך זייער מקפיד אז אזא נייטשע זאל זיין. טראמפ האט דאך געפייערט די housing דעפארטמענט, ער איז בעסער? גרויסע ריעל עסטעיט פארשטייער וואס ער איז. די שאלה איז וואס ער זוכט צו טוהן, אויב רעפארמט ער נייטשע בין איך מיט אים, אז נישט נישט.
ער אליינס איז אויפגעווקאקסן סובסידירט פון רייכע עלטערן, זיין פאטער איז א ביליאנער עטליכע מאל
מיליאנער.
דו ווייסט וואס זיין טאטע טוט? נישט געוויסט אז פראפעסאר'ס זענען מיר ביליאנערן היינט. אפשר ווער איך אויך?

נאך א שקר פון די רעכטע. איך זעה דיר עפעס נישט האקן אזוי אויף ראנעלד רעיגן דער פריווילידזשד עקטאר וואס איז געקומען פון פעים און פון לינקע יוניען'ס און געווען א GE influencer און נאכדעם געפליפט צו די רעכטע אלס נקמה וואס מ'האט אים אזוי דימאוטעד אין האליוואד און ער איז ארויס א מולטי מיליאנער פון די דזשאב ווערט אסאך אסאך מער פון ווען ער איז אריין... דאס גייט דיר למשל אן? ער איז נישט פריווילידזש?

האקסט דאך אין קאפ אריין, יעדע ביאנסעי קיילי דזשענער, מיילי עד שירן, און טעילאר סוויפט איז שוין ווערד מער ווי זיינע עלטערן. מ'קען מיינען זיי זענען די וואס מ'האט פיינט?

ניין! מארק זאקערבערג אילאן און לערי עליסאן האט מען פיינט. די טאלקינג פוינטס וואס מ'איז גרייט צו באגראבן מענטשן איז דאך אסאך מאל אזוי two faced היפאקריסי!
דזשאו ראוגן האט מער געלט ווי זיינע עלטערן, אקעי.
יעדע פיפטע נאקעדיגע מיידל אויף אינסטעגרעם האט שוין באלד אזויפיל געלט ווי זיי.

מאמדאני קומט פון ביליאנערן, און "נאך עטליכע מאהל"... טשיל!
דאס איז בכלל א באקאנטע שוואכקייט ביי גאר רייכע, צו פובליצירן און עדוואקעיטן פאר לינקע שיטות, ווייל סובקאנטשעסלי האבן זיי פחד פון די ארימע מאסן, אז זיי וועלן זיך אמאל צוזאמנעמען און מאכן א רעוואלוציע, און די ערשטע קרבנות וועלן זיין די עליטע רייכע,
מה פתאום? ס'איז שוין אזוי געשעהן! אין די 1890'ס איז געווען The Gilded Age. דארפסט צוריקגיין צו די גאנצע היסטערי פארוואס מ'האט געמאכט אינקאם טעקס און נישט פלעט טעקס, מ'האט דאך אמאל געמאכט טעריפ'ס, וואס מיינסטו האק איך אויף טעריפ'ס, גיי ליין אביסל וואס האט זיך געטוהן אין 1790-1900

מענטשן האבן אלעס פארלוירן און זיי האבן געזאגט פאק יו פאר די רייכע, אונז האלטן נישט ביים זיין אונטערדריקט, פארשטייט זיך די גאווערמענט איז געווען אויף די זייט פון די ראקעפעלער וואס טוען דאך אזויפיל חסד און נאר גוטס מיט זייער געלט... יא יא, אבער זיי האבן זיך געלערנט די הארד וועי אז מ'וויל נישט מאכן דזשעליסי און אונטערדריקן איין קלאס צו פעיווערן און צו האבן פעט'ס אין א צווייטע. די "טעקס די ריטש" האט אסאך היסטאריע צו זיך, ס'איז נישט עפעס א 13 יעריגע לינקע געימער וואס האט דאס געמאכט אין זיין בעיסמענט.
דאס איז גורם אז זיי רעדן כאילו זיי זענען די פריינד פון די עניים און ווייזן "עמכם אנכי בצרה".
שקר.
 
Back
Top