ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2025

Screenshot 2025-07-25 013610.png
 
טראמפ רופט מאמדאני א "קאמיוּניסט"

 
און שוין! די באליבטער מעיאר האט פארלאזט די פארמעסט! ער איז געפאלן א קרבן!
עכ"פ די עסקנים האבן זיך שוין געגרייט אויף די מאמענט און וועלן ארויסקומען מיט א מאסיווע קאמפיין פאר קאומאו
אני הקטן האב געהאט א גרויס חלק צו רעגיסטרירן צענדליגע אידן!
 
מאמדאני באזיכט יעצט וויליאמסבורג.
עסקנים האבן אים געברענגט צום סוכה פון שלום לאנדא.
(איי געס מען דארף איינער וואס רעדט ענגליש... וד"ל)

זעהט אויס ווי די סאטמארע קהילה פון האפער וועט אים אינדראסירן. אין די סאטמארע קהילה פון ראדני וועט אינדראסירן קאומא.
 
מאמדאני באזיכט יעצט וויליאמסבורג.
עסקנים האבן אים געברענגט צום סוכה פון שלום לאנדא.
(איי געס מען דארף איינער וואס רעדט ענגליש... וד"ל)

זעהט אויס ווי די סאטמארע קהילה פון האפער וועט אים אינדראסירן. אין די סאטמארע קהילה פון ראדני וועט אינדראסירן קאומא.
איך קען נישט גלייבן אז איינער זאל אים אינדארסירן
 
איך קען נישט גלייבן אז איינער זאל אים אינדארסירן
פארוואס נישט? למעשה איז דא א טשאנס אז ער גייט געווינען. די עסקנים מיזן האבן כאטש איין קהילה וואס האט אים אינדארסירט.

איך פערצאפעל גיי פאר אים איבער קאומא.
לדעתי גייט ער נישט קענען אויספירן זיינע שטארק ליבעראלע פאלעסיס. אין בכלל זייענדיג א יונגע קאנדידאט גייט ער זיכן צו זיין גוט מיט אינז - און מיט פילע אנדערע גרופעס - כדי שפעטער צו קענען וואקסן מער.
 
איך נפלו גיבורים....
פארוואס אייביג ביי וואלן זענען די קאנדיטאטן איינער ערגער פון צווייטע? פארוואס מוז די אפציע זיין צווישן די אנטיסעמיט קאומא וואס האט באשולדיגט די ארטאדאקסישע אידן ביי קאוויד און דער אנטי איזראעלי מאמדאני?
 
איך נפלו גיבורים....
פארוואס אייביג ביי וואלן זענען די קאנדיטאטן איינער ערגער פון צווייטע? פארוואס מוז די אפציע זיין צווישן די אנטיסעמיט קאומא וואס האט באשולדיגט די ארטאדאקסישע אידן ביי קאוויד און דער אנטי איזראעלי מאמדאני?
אז ער איזשוין גיווארן , דארף מען האפען אז מעז יצא מתוק ,די עטליכע היימישע יידן, וואס האבען זיך גי׳חנפעט צו איהם ,וועלן אויסנוצען די נאהנטשאפט לטובה , און ווי די תלמוד זאגט אויף אחשוורוש מלך טפש,און איז עס מסביר אז ער איז גיוועהן א הפכפך( טייטש א פאליטישען ) און ער איז גיווארן נהפך לטובה, זיין זוהן דריוש בן אסתר האט שוין ערלויבט צו פערטיגען דעם בנין בית שני , וואס איז גישטאנען ביז הורדוס האט גיבויעט א בנין חדש ,שתתחדש
בימינו על ידי משיח בן דוד, וועט דער מאמדאני זיך
נוהג זיין לטובת ולכבוד בית ישראל .
 
מזל טוב ניו יארק סיטי פארן נייעם מעיאר יר"ה, השי"ת וואס לב מלכים ושרים בידו זאל אים פירן אין גלייכע וועגן, צו פארבעסערן אונזער סיטי און אלע מיני וועגן.
View: https://x.com/nypost/status/2006400093570609484/photo/1
ער האט דערמאנט ביי זיין רעדע היינט אז ער סופארט די וואס גייען אין קירכע, אדער שוהל און אזוי ווייטער.
זאל גאט אים גיבן כוח צו זיין א וואוילער מעיאר.
 
אינעם ערשטן טאג פון זיין טערמין האט זארהאן מאמדאני אויסגעמעקט פונעם אפיציעלן מעיארס עקס אקאונט, פאוסטס וואס מעיאר עדעמס האט געפאוסט בנוגע אנטיסעמיטיזים. איז די פארדאמונגען פונעם ישראל׳ישן אויסערן מיניסטעריום סתם הייפערבאולי, אדער האבן אידן באמת וואס זיך צי זארגן?🤔
View: https://x.com/israelmfa/status/2007009071782883602?s=61
די פארמעקטע פאוסטס.👇

IMG_0756.webp
 
לעצט רעדאגירט:
אינעם ערשטן טאג פון זיין טערמין האט זארהאן מאמדאני אויסגעמעקט פונעם אפיציעלן מעיארס עקס אקאונט…..
וויכטיג אנצימערקן אז די לעצטע חלק פונעם פאוסט איז נישט פארמעקט געווארן.
IMG_0757.webp
 
Back
Top