זיכער, אויב וועט ער ארבעטן האנט ביי האנט מיט סיטי קאונסיל יא. דאס איז די קאנגרעס/פארלימענט אין ניו יארק סיטי.
זיי זענען, - נישט אלע - אבער א שטארקע אנוועזענהייט פון ארום 39% זענען מעמבערס פון די DSA און Working Families party דאס זענען גאר woke פאליטיקאנטן וואס גיבן עקטשולי א דאס ווען זיי נעמען די דזשאב... ביידע פון די שטיצן געווענליך בערני און עיאוסי און אויב זיי שטעלן זיך אונטער מאמדאני וועלן זיי קענען גוט איבערדרייען ניו יארק, אבער דאס איז אלעס נאר אויב גייט ער נישט זיין קיין איגאואיסט און צו פארכאפט אין זיין פאוער, די גרעסטע לעקציע אין פאליטיקס איז אלעמאל נישט צו זיין דאנאלד טראמפ און גיין קאפ אין וואנט, למעשה אין די לינקע 88% לינקע סיטי קאונסיל זענען דא טשאק שומער טייפ'ס און עיאוסי טייפס.
דיפאנד די פאליס וועט לכאורה זיין א שטארקע קאנטענשעס אישאו, איך בין זייער אקעגן עדעמס אבער די איין זאך וועל איך אים געבן אז זינט אים זענען דא פאליציי אין באנען אין אלע צייטן פון טאג און אין אלע ליניעס... א זאך וואס איך שריי שוין אז מ'דארף פאר יארן, און אין אייראפע מיין איך איז דאס א נארמאלע זאך און און זינט די גאנצע דעניעל פעני ווס. נילי מעשה האבן זיי זיך אויפגעוועקט... קריים איז געווארן ערגער אין די לעצטע פאר יאר, איין יאר איז געווען דארט א פולע טעראר אטאקע - דאס קען איך נישט פארשטיין. און איך מיין אייראפעיר קוקן אן די לעפט אביסל סטופיד מיט דעם
איך בין נישט מסכים מיט דיפאנד די פאליס, אבער איך בין יא אפן פאר פאליס רעפארם און מ'זאל טוישן פאליסינג אין אסאך וועגן און אויפהערן מיט קוואוטעס וכו' וואס מאכט זיי דעספרעט צו כאפן יעדע קרבן... אבער דאס איז איין אישאו, איך בין נאך אלס פראוד מיט מיין וואוט און געוויסט אז איך וויל אים איבער אלע אנדערע
איך האב גערענקט
מאמדאני 1
ברעד 2
זעלענאר מיירי 3