ניו יארק סיטי מעיאר וואלן - קאמאו vs. מאמדאני

יעצט אז עדעמס איז ארויס פון די פארמעסט פאר וועם גייסטו וואוטן?

  • קאומאו

    Votes: 27 60.0%
  • מאמדאני

    Votes: 18 40.0%

  • Total voters
    45
איך קוק יעצט די דיבעיט, קאומא דערמאנט מיך פון די אינגל אין חדר די שטילע אינטראווערטעד גיק וואס יעדער האט נעבעך גערודפ'ט און פיינט געהאט אבער יעדע פאר מינוט ביי די קופקע האט ער אריינגעווארפן א גוטע ליין דיסגראציאא טוכעס...

און יעדער האט זיך געגעבן א דריי אויס פון זיין געוואגקייט אבער די שמועס איז געפארן ווייטער... און מ'האט אים אלס געלעיבלט אלס די קריפ...

דאס איז קאומא. פול אפ שיט אבער די מויל אויפן פלאץ,

מאמדאני האט געמעגט דינאונסן די אינטיפאדא דארט איז ער אריין אין די זעלבע פאליטישן מאוד, די די עס עי האלט געהעריג פון דיפאנדן די פאליס, לכאורה גייט מען אים נאך אסאך גרילן פאר דעם און איך גלייב אים נישט דארט.

איך בין מאך אלס פארקישט אין זיין דרייסטקייט און ער האט זיך גוט מסדר געווען די לעצטע פאר וואכן מיט די אידישע מעסעדזשינג. ער דארף זיך נאר רוקן צו יאפעד'ס זייט וואס איך קען אים זעהן טוהן, ער ווייזט אז האט ער נישט קיין פראבלעם צו פיוואט'ן
 
  • לייק
רעאקציעס: yossi
און איגנארירט דעם סעליווא
סעליווע איז אריינגעקומען אביסל קראציג. פרובירט צו רעדן אבער ער איז געווארן ווי פארווישט דארעך מאמדאני אויף זיין לינקע זייט און קוואומא אויף זיין רעכטע זייט, וואס האבן געשאסן פיילן איינער אויף דעם צווייטן ווי כאילו ער עקזיסטירט נישט.
---

וויאזוי האסטו פערסיווט דעם דעבאטע?
סליווע איז א דזשאוק,

ער איז די טראמפ פון ניו יארק, קיינער דארף אים נישט דא, ער וואלט ווען ווען געווען א מעכטיגע מעיאר אין סאליווען קאונטי אדער איסט איסליפ לאנג איילענד, אין די סיטי איז ער אויסגעשפילט, און למעשה די סיטי איז וואו מ'דארף די מערסטע רידערן ווייל דאס איז די עקאנאמישע רוקנביין פון 8 מיליאן מענטשן און אויך סך מער וואס רוקט זיך אין די פינאנציעלע דיסטריקט.

ער קען טענה'ן אז מ'האט אים ארויסגעשטופט און ס'איז פעיר אבער למעשה איז ער אנפאפולער סא וויפיל צייט פארדינט ער, ס'איז קלאר אז דיבאטעס מאכן נישט קיין דיפערענץ נאר ס'איז איבערצוגיין וואס יעדער ווייסט שוין, און למעשה ער האט נישט אזויפיל צוצוגעבן צו די פאליטיק צווישן די אנדערע 2 סא ס'איז נישט ווי מ'האט אים סיילענסד ווייל ער האט דאך בערג מיט איידיע'ס וואס ער האלט אין בויך דעס איז א לוזערישע ארגומענט

ווי געזאגט מאמדאני איז נישט אינגאנצן באלבאס, ער גייט האבן א פראבלעם צו קוקן אין פנים זיינע מענטשן וואס האבן אים ערוויילט ביים ערשטן טאונהאול.

איך האפ ער וועט דעליווערן עפעס
 
לעצט רעדאגירט:
מיין עיקר אישו מיט מאמדאני איז נישט אזוי ווייט זיינע פאליסיס ווי דער מענטש אליינס.
דער האט נישט קיין עקספיריענס. צו פירן אזא גרויסע שטאט דארף מען דאס האבן.
יעצט. עס קען זיין אז ערנוועט טון א גוטער דזשאב, אבער איך האט מורא אז דער שטאט וועט אריינפאלן אין טאטאלער כאאס.
 
מיין אישו מיט אים איז

1) וועגן די פאליציי. די סיטי איז געזעצלאז!

2) דאס נישט פארדאמען די אינטעפאדע סטעיטמענט וכו'.

אחוץ דעם גלייך איך די זאכן וואס ער שטייט פאר!

עקספיריענס בין איך נישט אזוי באזארגט. דער פירט א שטוינענדע קאמפיין, ער איז גארנישט קיין יוקל.
 
איך האלט אז ער קען נישט דעליווערן אויף די אלע צוגעזאגעכצער.
און פירן א קאמפיין איז פיל גרינגער ווי פירן א שטאט.
 
ער קען נישט אויספירן 90% זאכן אויב אזוי לוינט זיך מאמדאני ווייל קאומאו גייט רייטן אויף אונז פונקט ווי דעבלאזיאס בילדינג דפאט. וכדו'
 
מיין עיקר אישו מיט מאמדאני איז נישט אזוי ווייט זיינע פאליסיס ווי דער מענטש אליינס.
דער האט נישט קיין עקספיריענס. צו פירן אזא גרויסע שטאט דארף מען דאס האבן.
יעצט. עס קען זיין אז ערנוועט טון א גוטער דזשאב, אבער איך האט מורא אז דער שטאט וועט אריינפאלן אין טאטאלער כאאס.
מיין לעצטע דאגה מיט אים.

ער איז זייער א כאריזמאטישע מאן, און קען שנעל אויסגעפינען וויאזוי עס צו פירן.
ער האט שטארק ארויס סאסייעטי און קאמיונעטי,
און פונקט ווי טראמפ האט נישט געהאט קיין עקספיריענס, און פירט פיין, וועט ער אויכט.

אין מיינע אויגן איז ער א קליינע טראמפ,
זיינע פאליסיס ווייס איך נישט ווי גוט זיי זענען,
אבער ער פאר זיך וועט זיין א פיינע פירער, פארשטייט גוט אן עסק.
 
אה איך האב מורא'דיג הנאה פון די פוינט ווייל ס'איז אזוי נישט ריעליסטיק אפילו איך פארשטיי טאטעלי די ארגומענט לכשעצמה.

די עווידענס איז היבש קלאר אויף דעם אז די אווערוועלמינג מעדזשאריטי פון פרעזידענטס אן קיין פאליטישע אדער קארפרעט עקספירענס האבן נישט קיין סך מער אויפגעטוהן ווי דער אן קיין עקספירענס בכלל, צו זאל עס זיין הארדינג, גרעיט דיפרעישן, הווער בוש, בוש, מ'קען אפילו זאגן זיי האבן ענדערש ערגער געמאכט און אויב האבן זיי געהאט א רעילראוד עקספירענס זענען זיי געווען אסאך מער אומשטאנד צו טראכטן ווי א סעלפיש אינדיווידועליסט ווס. א קאלטעוויסט וואס קימערט זיך פארן כלל.

רעיגען פון די ערגסטע פרעזידענטס מיט 2 טערמינען אין קאליפארניע, איז אבער געבליבן אן אינעקספיריענסד טו-פעיסד עקטאר, און אויסער שניידן טעקס וואס ארבעט נישט האט ער נאר אנגעזעצט אמעריקע מיט די סקעם פון טריקל דאון טהיערי, און די גאנצע "ביזנעס עקספירענס" איז באשטאנען פון מאכן די געזעץ לעקס פאר זיך און פאר די רעליגיעזע און קארפארעט דאנארס, אויב האט ער געהאלפן איינעם

סא ס'איז א גוטע 1973 שיטה... איינער וואס זוכט נאר אביסל היסטאריע זעהט קלאר אז דאס איז שטותים.

ווייטער טרומאן און אבאמא האבן זיך שנעל צוגעלערנט אויפן דזשאב און נאך אזויפיל אויפגעטוהן אן קיין עקספיריענס און אן קיין סופער מאדזשאריטי! די חילוק איז פארוואס יענער איז אריין און ווי יענער האט זיך געהאלטן ביים לאזן לערנען.

אין טרומאן'ס קעיס איז ממש יעדע זאך וואס ער האט יא געטוהן קומט זיך אים א מעדאל וויבאלד ער האט איבערגענומען א פרעזידענט וואס איז געשטארבן, און אין די ערשטע 4 חדשים געדארפט ענדיגן א מלחמה, די דעי, לערנען וועגן א סוד סודות'דיגע געהיימניס פון א מאנהעטן פראדזשעקט פון וואס ער האט נישט געוואוסט אלס וויצע פרעזידענט און מאכן דיסיזשענס וועגן דעם, העלפן אידישע דיספלעיסמענט אין יוראפ, פייטן די רעכטע וואס האבן נישט געוואלט אידישע אימיגראציע, צוריקשטעלן פאסט-וואר באציאונגען מיט יוראפ, פייטן די רעכטע וואס האבן אווערריידט זיין וויטא פאר מער סאושל סעקיוריטי, בקיצור ס'איז געווען העקטיק.

איך זאג מ'דארף עקספיריענס און מ'דארף אויך וויסן ווען מ'האט נישט. אבער די עקספיריענס אליינס מיינט נישט גארנישט.

נישט אז איך גלייב אז א גראז שניידער אדער דזשעניטאר איז די זעלבע קוואליפייד, don't get me wrong

נישט אז איך גלייב אז דאנאלד טראמפ א דעמעגאגישן קולט פירער פון home alone 2 און פון the apprentice זאל בויען א קאריערע פון חוזק מאכן פון יעדעם און אלעס מיט עקספיריענס איז אן ענטפער,

מ'דארף א הארץ! און א קאלעקטעוויסט מיינד, נישט סעלפיש אינדיווידואליסט מיינד, און עקספירענס איז א פלוס.

טראמפ אליינס האט דאך אזוי געדארפט אמאל אויף הילערי אז זי האט טאקע מער עקספירענס ווי אים but it's baad baad experience...

סא לאמיר לאזן אביסל דעם סאושליסט אן עקספירענס, און אים עקשולי לאזן, נישט פארלויפן די וועג נאר צו פרופ'ן אז ער קען נישט... ניין, לאז אים טוהן זיין פלאן.
 
איך האלט אז ער קען נישט דעליווערן אויף די אלע צוגעזאגעכצער.
און פירן א קאמפיין איז פיל גרינגער ווי פירן א שטאט.
קאומא'ס 9000 נורסינג האום קרבנות און העלטקעיר קיבעקס thereafter איז טאקע עווידענס פון די שווערע נסיונת :ROFLMAO:
 
לעצט רעדאגירט:
מיין אישו מיט אים איז

1) וועגן די פאליציי. די סיטי איז געזעצלאז!
מסכים. די איין פוינט וואלט איך געגעבן סליווא , אין אנדערע לענדער פארן פאליציי מיט און ס'הערשט א טראסט, כ'בין געווען אין אמסטערדאם און שטאטישע ארבעטערס נעמען טיקעטס אויפן שאטל ווי אין א די עם ווי אפיס פון א גלאז, ס'איז דא סיטי רעפרעזענטעישן, עפעס.

דא זאגט מען if you see something suspicious tell someone right away ווי? אונטער די ערד? אז זיי זענען נישט דארט קען קיינער נישט זאגן גארנישט.

ביז די Daniel Penny ווס Neely פרשה האט מען ממש נישט געזעהן פאליציי, אבער פון דעם קען מען נאכנישט זיין קיין מעיער.

איך האלט אויך אז די לייקענען די דיפאנד די פאליס איז געווען סטופיד. קליק אויף דעם זיי האלטן דאס אפן און ער האט עס פארווישט.

אבער אין אלל האנעסטי איך האב נישט ארויס אלע זייטן פון די פאליס פאליטיקס קען איך נישט אריינרעדן אבער ער וואלט עס געמעגט אקנאלידזשן אויב איז ער די מענטש וואס וויל זיין די אנטי עסטאבלישמענט פאליטישן.
2) דאס נישט פארדאמען די אינטעפאדע סטעיטמענט וכו'.
וואס איז שלעכט מיט די ווארט? ס'מיינט Uprising וואס איז די טענה פון די זייעניסטס? איך פארשטיי באמת נישט וואס זיי באדערט. אנטסעמיטיזם גייט זיך אפשטעלן וועגן די איין ווארט? כ'כאפ נישט.
אחוץ דעם גלייך איך די זאכן וואס ער שטייט פאר!
נייס. העפי טו היר. קום צו DSA פיינע פלאץ. איך וועל דיר דארט מאכן פאר א גאנצע סאושעליסט...
עקספיריענס בין איך נישט אזוי באזארגט. דער פירט א שטוינענדע קאמפיין, ער איז גארנישט קיין יוקל.
300 percent
די מאטיוועישן וואס זיינע פענס האבן זאלן חסידים זיך לערנען פון אים
 
מיין לעצטע דאגה מיט אים.

ער איז זייער א כאריזמאטישע מאן, און קען שנעל אויסגעפינען וויאזוי עס צו פירן.
ער האט שטארק ארויס סאסייעטי און קאמיונעטי,
און פונקט ווי טראמפ האט נישט געהאט קיין עקספיריענס, און פירט פיין, וועט ער אויכט.

אין מיינע אויגן איז ער א קליינע טראמפ,
זיינע פאליסיס ווייס איך נישט ווי גוט זיי זענען,
אבער ער פאר זיך וועט זיין א פיינע פירער, פארשטייט גוט אן עסק.
אמת אמת.

קוק נאר זיין אינסטעגרעם, ער האט זיך זייער שנעל אדאפטירט צו קריטיק, מ'האט אים געגרילט אז ער נעמט זיך נישט גענוג אן פאר אידן, און ער איז דא מיט א סטעיטמענט, קאומא האט אים פארגעהאלטן אויף אלטע טוויטס האט ער געזאגט יא איך האב עס געזאגט אבער ס'איז געווען 2020 איך מעג טוישן מיין מיינד, און ער האט זיך בכלל נישט דערשראקן פון די נארישע טיפיקל פאליטישע טיווי רעטאריק. קאומא'ס סעקוסאלע און קאוויד עבירות ועוד קען מען נישט זאגן די זעלבע.

איך האלט פון זיינע פאליסיס, אבער נישט פון די סטעיט גאווערמענט אזוי שטארק אבער דאס וועט זיין אינטערסאנט צוצוקוקן וויאזוי ער גייט דאס אטאקירן

קעטי הוקל זאגט אז זי פלאנט נישט צו קאאפערירן, אויב וועט טאקע זיין שוועריקייטן גייט דאס טאקע פראוו'ן זיין פוינט, מ'האט דאך גוט פארשפעטיגט די בודזשעט וועגן זיי האבן זיך נישט געקענט אויסקומען צוליב די קאנדזעשסן פרייסינג. טעקס די פאקין ריטש.

דו האלסט פון דעם אז רייכע וועלן טאקע אנטלויפן? איך האלט ס'איז א בולשיט ליידיגע סטראשע, דער וואס איז נאך דא פון קאוויד לויפט נישט אין ערגעץ... און ביסיידס, זיין טעקס רעיט וואס ער שלאגט פאר איז 2 פראצענט ווייניגער פון ניו דזשערזי, איינער אנטלויפט פון deal אדער Bayonne?
 
איך גלייב אז קאומא האט מער פיינט אראבער און מוסלומענער ווי מאמדאני האט פיינט אידן (אויב בכלל!)

איך גלייך נישט קיין פאליטיקאנטן וואס האבן "ליב" גרופעס. איך וויל איינער וואס רעספעקט און פארטיידיגט יעדן גלייך.

מיין ליבשאפט טרעף איך אין בעסערע פלעצער.
 
G34qVJcXIAAmHOp.webp
 
געוואלדיג!!!
 
איך פערזענליך וויל א מאמדאני געווינס,
ס'קומט פיר שווערע יארן אבער ס'גייט אונטערברענגען ליבעראלן פאר אייביג
 
תמות נפשי עם פלישתים?
האסט אזוי פיינט די ליבעראלן אז די ביסט גרייט צו ליידן פאר דעם? סאו די פאליסיס מאכן שוין נישט אויס, עס איז א פלעינע עגא פייט און מען דארף געווינען ביי עני קאסט?
 
ער שרייבט 'נישט קיין חילוק זייער רעליגיע, עטנישע אפשטאם, און זייערע פאליטישע און וועלטליכע פאליטישע אנשויאינגען - זאלן שפירן זיכער אויף אונזער גאסן' וכו'.
ער דערמאנט נישט קיין ווארט וועגן דזשענדער וכו'. אוי דארף ער כאפן פון די לינקע פראגרעסיווע...

אויך שרייבט ער:
image_2025-10-22_215203631.webp

וואס מיינט דאס?
 
אה איך האב מורא'דיג הנאה פון די פוינט ווייל ס'איז אזוי נישט ריעליסטיק אפילו איך פארשטיי טאטעלי די ארגומענט לכשעצמה.

די עווידענס איז היבש קלאר אויף דעם אז די אווערוועלמינג מעדזשאריטי פון פרעזידענטס אן קיין פאליטישע אדער קארפרעט עקספירענס האבן נישט קיין סך מער אויפגעטוהן ווי דער אן קיין עקספירענס בכלל, צו זאל עס זיין הארדינג, גרעיט דיפרעישן, הווער בוש, בוש, מ'קען אפילו זאגן זיי האבן ענדערש ערגער געמאכט און אויב האבן זיי געהאט א רעילראוד עקספירענס זענען זיי געווען אסאך מער אומשטאנד צו טראכטן ווי א סעלפיש אינדיווידועליסט ווס. א קאלטעוויסט וואס קימערט זיך פארן כלל.

רעיגען פון די ערגסטע פרעזידענטס מיט 2 טערמינען אין קאליפארניע, איז אבער געבליבן אן אינעקספיריענסד טו-פעיסד עקטאר, און אויסער שניידן טעקס וואס ארבעט נישט האט ער נאר אנגעזעצט אמעריקע מיט די סקעם פון טריקל דאון טהיערי, און די גאנצע "ביזנעס עקספירענס" איז באשטאנען פון מאכן די געזעץ לעקס פאר זיך און פאר די רעליגיעזע און קארפארעט דאנארס, אויב האט ער געהאלפן איינעם

סא ס'איז א גוטע 1973 שיטה... איינער וואס זוכט נאר אביסל היסטאריע זעהט קלאר אז דאס איז שטותים.

ווייטער טרומאן און אבאמא האבן זיך שנעל צוגעלערנט אויפן דזשאב און נאך אזויפיל אויפגעטוהן אן קיין עקספיריענס און אן קיין סופער מאדזשאריטי! די חילוק איז פארוואס יענער איז אריין און ווי יענער האט זיך געהאלטן ביים לאזן לערנען.

אין טרומאן'ס קעיס איז ממש יעדע זאך וואס ער האט יא געטוהן קומט זיך אים א מעדאל וויבאלד ער האט איבערגענומען א פרעזידענט וואס איז געשטארבן, און אין די ערשטע 4 חדשים געדארפט ענדיגן א מלחמה, די דעי, לערנען וועגן א סוד סודות'דיגע געהיימניס פון א מאנהעטן פראדזשעקט פון וואס ער האט נישט געוואוסט אלס וויצע פרעזידענט און מאכן דיסיזשענס וועגן דעם, העלפן אידישע דיספלעיסמענט אין יוראפ, פייטן די רעכטע וואס האבן נישט געוואלט אידישע אימיגראציע, צוריקשטעלן פאסט-וואר באציאונגען מיט יוראפ, פייטן די רעכטע וואס האבן אווערריידט זיין וויטא פאר מער סאושל סעקיוריטי, בקיצור ס'איז געווען העקטיק.

איך זאג מ'דארף עקספיריענס און מ'דארף אויך וויסן ווען מ'האט נישט. אבער די עקספיריענס אליינס מיינט נישט גארנישט.

נישט אז איך גלייב אז א גראז שניידער אדער דזשעניטאר איז די זעלבע קוואליפייד, don't get me wrong

נישט אז איך גלייב אז דאנאלד טראמפ א דעמעגאגישן קולט פירער פון home alone 2 און פון the apprentice זאל בויען א קאריערע פון חוזק מאכן פון יעדעם און אלעס מיט עקספיריענס איז אן ענטפער,

מ'דארף א הארץ! און א קאלעקטעוויסט מיינד, נישט סעלפיש אינדיווידואליסט מיינד, און עקספירענס איז א פלוס.

טראמפ אליינס האט דאך אזוי געדארפט אמאל אויף הילערי אז זי האט טאקע מער עקספירענס ווי אים but it's baad baad experience...

סא לאמיר לאזן אביסל דעם סאושליסט אן עקספירענס, און אים עקשולי לאזן, נישט פארלויפן די וועג נאר צו פרופ'ן אז ער קען נישט... ניין, לאז אים טוהן זיין פלאן.
דו שרייבסט גוטע און נישט גוטע פרעזידענטן כאילו עס איז א אביעקטיוו פאקט, ווען באמת שרייבסטו פון א לינקע פוינט אוו וויו.
אבאמא איז געווען א דיווייסיוו מענטש. ער האט מיליטעריזירט די פעדעראלע רעגירונג קעגן זיינע שונאים און באלוינט קאמפיין דאונארס מיט לאון גאראנטיס.

טריקל דאון עקאנאמיקס ארבעט טאקע נישט, אבער רעיגן האט צוגעפירט צום צוזאמפאל פון די סאוויעטישער פארבאנד. חוץ אויב דו פארעכנסט דאס אלס חסרון....
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top