- זיך איינגעשריבן
- מאי 19, 2025
- מעסעדזשעס
- 118
- רעאקציע ראטע
- 505
- פונקטן
- 113
נאך א לאנג פארצווייגטע פראצעדור און א קייט פון פולע שטערונגען און נאכאנאנדיגע דורכגעפאלענע פיסלעך , האט מען ענדליך בסייעתא דשמיא באשטעטיגט ת"ת אלו"ף דוד זיני אַלץ די קומענדיגע ראש השב"כ פון מד"י, נאר אביסל אויסשמועסן ווער דער דור זיני איז אז די עולם זאל זיך באקענען און פארשטיין פון וועמען מען רעדט דא פון.
דוד זיני איז געבוירן געווארן אין ירושלים און אויפגעוואקסן אין אשדוד צו פרומע עלטערן, ער האט געלערנט אין א פרומע חדר און איז געגאנגען און ערליכע פרומע (מזרחי'סטישע) ישיבות, ער האט געדינט אין צבא א קיימא לן פון 33 יאר, פון 1992 ביז 2025 ווען ער האט זיך אפגעזאגט כדי צו קענען ווערן ראש השב"כ, ער איז א פרומע שומר תורה ומצות, און איינער וואס טראגט א קאפל א גאנצן טאג, ער האט 11 קינדער קנ"ה , ער האט אין 2023 געעפענט די פול פלעטש חרידישע חשמונאים בריגאדע אינערהאלב די צבא, די לינקע ציטערן ווי די פיש אין וואסער די טעג, אז זייערע אלע הוילע שטותים און ארבעט פון יארן אנקעגען ביבי מיט זיינע מענטשן זאל צאמפאלן, ווייל ער איז פון ביבי'ס חברה לייט, לאמיר האפן אז ער וועט נאר ברענגן נאכאנאנדיגע סוקסעסן און שטאלץ פאר מד"י, און זיכער נאך די דורכפאל די חודש אין קאטאר.
דאס איז נאך א דוגמה ווי ביבי נתניהו נאכ'ן זיצן צוואנציג יאר אויפן בענקל מיט גאר אסאך פוטער אויפן קאפ, האט נאכאמאל באוויזן איבערצוקומען זיינע פאליטישע קעגנער און ברענגען זאכן וואס די פאלק וויל צו ריאליטעט...
וכל הרשעה כולה כעשן תכלה....