נייעס פון מדינת ישראל און ארום

נאך א לאנג פארצווייגטע פראצעדור און א קייט פון פולע שטערונגען און נאכאנאנדיגע דורכגעפאלענע פיסלעך , האט מען ענדליך בסייעתא דשמיא באשטעטיגט ת"ת אלו"ף דוד זיני אַלץ די קומענדיגע ראש השב"כ פון מד"י, נאר אביסל אויסשמועסן ווער דער דור זיני איז אז די עולם זאל זיך באקענען און פארשטיין פון וועמען מען רעדט דא פון.
דוד זיני איז געבוירן געווארן אין ירושלים און אויפגעוואקסן אין אשדוד צו פרומע עלטערן, ער האט געלערנט אין א פרומע חדר און איז געגאנגען און ערליכע פרומע (מזרחי'סטישע) ישיבות, ער האט געדינט אין צבא א קיימא לן פון 33 יאר, פון 1992 ביז 2025 ווען ער האט זיך אפגעזאגט כדי צו קענען ווערן ראש השב"כ, ער איז א פרומע שומר תורה ומצות, און איינער וואס טראגט א קאפל א גאנצן טאג, ער האט 11 קינדער קנ"ה , ער האט אין 2023 געעפענט די פול פלעטש חרידישע חשמונאים בריגאדע אינערהאלב די צבא, די לינקע ציטערן ווי די פיש אין וואסער די טעג, אז זייערע אלע הוילע שטותים און ארבעט פון יארן אנקעגען ביבי מיט זיינע מענטשן זאל צאמפאלן, ווייל ער איז פון ביבי'ס חברה לייט, לאמיר האפן אז ער וועט נאר ברענגן נאכאנאנדיגע סוקסעסן און שטאלץ פאר מד"י, און זיכער נאך די דורכפאל די חודש אין קאטאר.
דאס איז נאך א דוגמה ווי ביבי נתניהו נאכ'ן זיצן צוואנציג יאר אויפן בענקל מיט גאר אסאך פוטער אויפן קאפ, האט נאכאמאל באוויזן איבערצוקומען זיינע פאליטישע קעגנער און ברענגען זאכן וואס די פאלק וויל צו ריאליטעט...
וכל הרשעה כולה כעשן תכלה....
 
דבורה'לע... נעם שיין די פאון, אין בעט איבער דיין טיטשער פארן לאכן פון איר אין פראנט פון די גאנצע קלאס.. אקעי זיסקייט?

ערנסט גערעדט, איך וויל מער נישט הערן פון קיינעם אז טראמפ איז ביבי'ס פאפיט, אויב עפעס פארקערט..

1759256207668.webp
 
די אלעמען בארימטע, באליבטע; קלוגע; טויגליכע שר רון דרמר האט געמאלדן אז ער זאגט זיך אפ פון זיין פאזיציע, רון דרמר איז לכאורה פון די בעסטע מענטשן וואס די ליכוד פארטיי האט נאר אמאל פארמאגט, אביסל אריינצוגיין ווער דער דרמר איז,

איז אזוי, ער איז געבוירן אין פלארידע און איז אויפגעוואקסן דארט, ( זיין טאטע איז געווען מעיאר אין מיאמי פאר א תקופה), און די שפעטערע יארן האט ער געמאכט אן עליה קיין ארץ-ישראל, און זיך שטאטליך אריין גערוקט אין פאליטיק, ער האט אויפגעגעבן זיין אמעריקאנער בירגערשאפט ווייל עס האט זיך פארלאנגט כדי צו באַקומען זיין פאזיציע אלץ אמבאסאדאר פון מד"י צו אמעריקע, ווען די ליכוד פארטיי האט געווינען אין יאר 2022 האט אים ביבי נתניהו געשטעלט צו זיין "שר לעיניני אסטרטגים", דהיינו ער האט נישט קיין אפיציעלע דזשאב נאר וואס מען שטעלט אים און װערט כסדר ארומגערוקט, זיי זאגן אז די סוקסעס פון די איראנער אטעקעס פון מד"י איז אים צו פארדאנקן נאך וואס ער האט געארבעט אויף די דעטאלן פאר איבער צוויי יאר, ער איז ממש די נענטסטע מענטש צו ביבי, די סיבה פארוואס אסאך קענען נישט זיין נאמען איז וויבאלד ער קומט כמעט קיינמאל נישט ארויס אין פאבליק, ער קען א מעכטיגע; פראפעסיאנאלע ענגליש, און א צוהאקטע עברית, ער איז געשטאנען אונטער די הצלחה פון די אברעהים אקארדס, זיי זאגן אז ווען נישט אים וואלט עס לכאורה נישט געשעהן, ער איז פון די געציילטע מענטשן וואס האבן געארבעט קעסטל כלים פאר די פי אר פון מד"י (דהיינו וואס ס'איז זיי יא געלונגן איז געקומען פון אים), מארק לעווין פלעגט אים ארויפברענגען פון צייט צו צייט, ער האט מעכטיגע באציאונגען מיט די אמעריקאנער רעגירונג נאך סאך בעסער ווי ביבי נתניהו, יודע הדבר זאגן אז ווען ליכוד איז געווען צוטיילט אויף א געוויסע פאליסיס האט ביבי אלעמאל גענומען און באשטעטיגט וואס רון דרמר האט געהאלטן, רון איז איינער וואס האט פארשטאנען די אמעריקאנער פאליטיק און איז אויך געווען א חלק פון די איזראעלי ממשלה, אזוי האט ער מער ווי איין מאל צאמגעברנגט די צוויי זייטן,ער איז געוואלדיג!
ס'איז ממש א טיפע שניט פאר די ליכוד פארטיי בפרט, און פאר די ארץ ישראל'דיגע פאליטיק בכלל אז ער גייט ארויס פון פאזיציע, ער וועט געדענקט ווערן פאר זיינע אויפטוהנגען פאר לאנגע יארן.
 
די לינקע לאגער אין מד"י נעמט יעצט אָן געדאנקען אויף וואס צו פראטעסטירן די קומענדיגע תקופה,
זיי זענען אין געוואלדיגע געיעג צו טרעפן א גאנגבארער געדאנק, נאך וואס די חטופים גייען אי"ה ארויסקומען בקרוב ממש.

נעבעך א ביטערע געלעכטער......
 
די לינקע לאגער אין מד"י נעמט יעצט אָן געדאנקען אויף וואס צו פראטעסטירן די קומענדיגע תקופה,
זיי זענען אין געוואלדיגע געיעג צו טרעפן א גאנגבארער געדאנק, נאך וואס די חטופים גייען אי"ה ארויסקומען בקרוב ממש.

נעבעך א ביטערע געלעכטער......
די נייע טרענדינג דזשאוק צווישן די ביביסטן, וואס ביבי האט זיי צום הונדערטסטן מאל געלאזט הענגען מיט זיינע הבטחות.

נעבעך א ביטערע געלעכטער.....
 
לעצט רעדאגירט:
די נייע טרענדינג דזשאוק צווישן די ביביסטן, וואס ביבי האט זיי צום הונדערטסטן מאל געלאזט הענגען מיט זיינע הבטחות.

נעבעך א ביטערע געלעכטער.....
די דזשאוק איז אזוי טיף אז די לינקע הייבן ערשט יעצט אָן צו כאפן אז צוריק ברענגן די חטופים איז נישט נאר א לינקע אגענדע, די גאנצע לאנד איז איינגעהילט אין אויסטערלישע פרייד, יעדער פארטיי איז צופרידן אז זיי קומען ב"ה צום סוף צוריק,
און די לינקע כאפן זיך יעצט (א טייל גייען עס כאפן הערשט באלד...) אז מ'האט נישט געמוזט גיין צו ככיר החטופים יעדן שבת, און בלאקירן שאסייען כדי זיי זאלן צוריקקומען.

נעבעך א ביטערע געלעכטער.....
 
די לינקע לאגער אין מד"י נעמט יעצט אָן געדאנקען אויף וואס צו פראטעסטירן די קומענדיגע תקופה,
זיי זענען אין געוואלדיגע געיעג צו טרעפן א גאנגבארער געדאנק, נאך וואס די חטופים גייען אי"ה ארויסקומען בקרוב ממש.

נעבעך א ביטערע געלעכטער......
זיי קענען זיך מיטכאפן מיט די פרומע צו פראטעסטירן אקעגן גיוס, ענדליך צו וואס די וואס די עקסטריעם לינקע האבן אין common מיט נטורי קרתא דא אין אמעריקע ווי זיי פראטעסטירן צוזאמען אקעגן די מדינה
 
נעקסט גייען זיי פראטעסטירן אז ס'זאל שוין פארקומען וואלן, און מ'זאל נישט ווארטן ביז די באשטימטע צייט וכו'
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
דאס איז נאך א דוגמה ווי ביבי נתניהו נאכ'ן זיצן צוואנציג יאר אויפן בענקל מיט גאר אסאך פוטער אויפן קאפ, האט נאכאמאל באוויזן איבערצוקומען זיינע פאליטישע קעגנער און ברענגען זאכן וואס די פאלק וויל צו ריאליטעט...
וכל הרשעה כולה כעשן תכלה....
וויז אל דיו ריספעקט
(with all due respect)
צו ביבי
עס זעהט מיר נישט אויס אז ער האט געהאלטן ביים געווינען דא עפעס... ער האט געהאט במשך די לעצטע צוויי יאר אסאך מעגליכקייטן אין געלעגנהייטן צו עפענען די שערי גיהנום אויף עזה מיטן רשות פונעם אמעריקאנע אנקל סעם ולא עלתה בידו כלומר לא רצה..
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
די לינקע לאגער אין מד"י נעמט יעצט אָן געדאנקען אויף וואס צו פראטעסטירן די קומענדיגע תקופה,
זיי זענען אין געוואלדיגע געיעג צו טרעפן א גאנגבארער געדאנק, נאך וואס די חטופים גייען אי"ה ארויסקומען בקרוב ממש.

נעבעך א ביטערע געלעכטער......
וואס איז געווען די מחאות די גאנצע זומער פאר אוקטובר סעווען?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
פאלט מיר יעצט איין,
הלכה בידוע שמאלני שונא לימין! מסתמא נאך שטערקע ווי עשו שונא ליעקב או דלמא דהיינו הך. וכמו שנאת עם הארץ לתלמיד חכם....
די שנאת הלינקע צו ביבי איז אין לשער אזש מיט זייער לינקע אנגענדע וועלן זיי חרוב מאכן זייער אייגענע לאנד אבי ביבי ושותפיו זאלן נישט מצליח זיין. די אמת איז אבער אז די לינקע האבן קיינמאל נישט עכט געוואלט א מדינה - איך ווייס נישט וואס יא- עיין ערך הר הבית בידינו וכו'.
 
וויז אל דיו ריספעקט
(with all due respect)
צו ביבי
עס זעהט מיר נישט אויס אז ער האט געהאלטן ביים געווינען דא עפעס... ער האט געהאט במשך די לעצטע צוויי יאר אסאך מעגליכקייטן אין געלעגנהייטן צו עפענען די שערי גיהנום אויף עזה מיטן רשות פונעם אמעריקאנע אנקל סעם ולא עלתה בידו כלומר לא רצה..
מסכים אז ער איז נישט קיין פולע געווינער,
אבער די טענה פון עפענען די שערי גיהנום איז נישט געווען צוויי יאר, במשך די ביידען יארן האט ער נישט געקענט, פשוט, ער האט דאך געזאגט "don't",
און בימי טראמפ איז לאו דווקא אז טראמפ האט אונטערן טיש טאקע אזוי געזאגט פאר ביבי, און אפ' נניח אז יא מהיכי תיתי אז די צבא איז געווען פעהיג עס צו טוהן,

ס'נעמט נישט אוועק אז ביי באשטעטיגטען תת אלוף דוד זיני אלץ ראש השב"כ ,וואס די לינקע האבן אים געוואלט צורייסן דערוועגן, און ער איז זיי איבער געקומען,
איז ער ארויס א פאליטישע געווינער, אבער נאך ווי. ודו"ק ותמצא.
 
אדרבה, ווייז מיר א מראה מקום, איך האב פראבירט אביסל צו זיכען. ולא עלתה בידי
איך ווייס נישט ווי די האסט געזוכט אבער איך האב דאס געטראפן אין אונטער א מינוט

ס'איז באקאנט אז די ערשטע ציונים זענען געווען גאר לינק, אפילו אזוי שפעט ווי די 1990 יארן איז מדינת ישראל נאך געווען א רעלאטיוו לינקע לאנד

די קענסט דיך איינרעדן אז די לינקע זענען סך הכל א פרינדז מאוומענט וואס האבן נישט וואס צו פארקויפן און מען קען זיי אוועקמאכן מיט אפאר ווערטער, אבער די מציאות ווייזט אנדערש

From Natural Rights to Labor Zionism (Chapter 3) - Israel's Declaration of Independence
 
Back
Top