פרשת הפצרי"ת - הדלפת הסרטון שדה תימן

@כספי ווי איך פארשטיי פון דיר ביסטו זייער זיכער אז עס איז זיכער פארגעקומען די מעשה אנוס נאר די ווידעאו איז נישט אינגאנצן אמת. און די ריזאן פארוואס זי האט עס ארויס געליקט איז פשוט געווען צו אויפווייזן די פאלק אין די אמדיגקייט פון איר באשולדיגונג.
איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין די פרשה נאר פשוט נייגעריג פון ווי די בוסט אזוי זיכער אז עס איז טאקע געווען?
 
פארוואס איז נישט דא בטעות איין שופט א מזרחי'סט?
נועם סולברג סגן נשיא ביהמ"ש העליון, דתי לאומי, גר בהתנחלות
דוד מינץ שופט ביהמ"ש העליון, בוגר ישיבות דל"ת, גר בהתנחלות

@כספי ווי איך פארשטיי פון דיר ביסטו זייער זיכער אז עס איז זיכער פארגעקומען די מעשה אנוס נאר די ווידעאו איז נישט אינגאנצן אמת. און די ריזאן פארוואס זי האט עס ארויס געליקט איז פשוט געווען צו אויפווייזן די פאלק אין די אמדיגקייט פון איר באשולדיגונג.
איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין די פרשה נאר פשוט נייגעריג פון ווי די בוסט אזוי זיכער אז עס איז טאקע געווען?
איך בין טאקע נישט זיכער אז ס'איז געווען, אזוי ווי איך בין נישט זיכער אז ס'איז נישט געווען. פארדעם איז דא א בית משפט וואס פסק'נט די זאכן.
 
ואגב, ס'פעלן נישט טעלעפאנען וואס זענען פארלוירן געגאנגען, וואס באזיצן ראיות אקעגן רעכטע באשולדיגטע. ווי למשל, די פארלוירענע טעלעפאן פון חני בלייוויס, מיט ראיות אקעגן שרה נתניהו. די טעלעפאן פון אוריך וואס ער האט פארלוירן גלייך נאך קאטארגעיט האט געפלאצט. דארט זעט מען עפעס נישט אז די משטרה איז אזוי להוט עס צו טרעפן, דארט האט קיינער נישט צוגעזאגט קיין 15K עס צו טרעפן.
אבער דער עיקר, ווען ביבי וואלט פארלוירן וואלט מען אויסגעטריקנט דעם ים... נישטא פון וואס צו לאכן.;)
אדער סנ"צ עמית פולק וואס האט פארלוירן זיין טעלעפאן, מיט ראיות אקעגן בן גביר.
 
אן ארטיקל אין דער איד וועגן די נושא:

1000029629.webp

1000029630.webp
1000029631.webp
 
אן ארטיקל אין דער איד וועגן די נושא:

View attachment 10086
View attachment 10084View attachment 10085
זייער א שיינע הקפדיגער ארטיקל איך האב נישט פונקטליך ארויס געהאט די גאנצע נושא פארדעם און דאס איז זייער קלאר באשריבן
בין איך נאר נייגעריג צו @כספי צו די קריגסט דיך מיט איינער פון די פאקטן אדער עני חלק ווי אזוי ער לייגט עס אראפ
 
ער ברענגט דארט צוויי פעלער וואו ער באשולדיגט די לינקע אין סקאנדאלן וואס זיי האבן פארשוויגן, איינס איז מיט די יועמשת זון מיט די גע'גנב'טע פאנצער און נאך עפעס.....
 
לאמיר הערן וואס @כספי האט צו פארענטפערן. איך בין נישט אזוי אויגעקאכט אין יעדע אינסייד פאליטיק סאו לאמיר הערן פון די לינקע😄
 
נישט זיכער אויב ס'דא א בעסערע שנירל וואו דעיס צו פאוסטן. ס'איז א ווייטאג:
1762696592467.webp

1762696608373.webp

1762696635496.webp
 
האסט געהאט א הוי אמינא אז מ'וואלט ארעסטירט צען סאלדאטן אן sufficient evidence? אוודאי איז דא ווידעאו
 
אויב ס'איז נישט ערלויבט מצד די פאליסיס פון קרעמל, שיק מיר עס כאטש אין אישי.
 
אויב מעגליך פאר מיך אויך
 
האסט געהאט א הוי אמינא אז מ'וואלט ארעסטירט צען סאלדאטן אן sufficient evidence? אוודאי איז דא ווידעאו
נו פון דעם ווידעא האט מען גערעדט וואס זי האט ארויס געליקט. אז עס איז צוזאם געשטיקלט און לויט די רעכטע בכלל נישט אמת עס איז געווען אויף אלע נייעס סטאנציעס
 
עס איז צום שטוינען די נארישקייטן וואס באזעסענע מענטשן קענען זאגן (און גלייבן?!) צו פארענטפערן א שווערע מדינת ישראל. אזש די בריסקער מיט זייער רמב''ם קענען זיך פארשטעקן פאר בושה.

עס איז באלד ווי דער וואס האט צוריקגעגעבן א צובראכענע לייכטער צום שכן טענה'נדיג אז קודם כל כ'האב קיינמאל נישט געבארגט דיין לייכטער, צווייטענס ס'בכלל נישט צובראכן, דריטנס ווען כ'האב עס געבארגט איז עס שוין געווען צובראכן.

איז קודם איז דער פרצי''ת אן עוכר ישראל פאר'ן פארשעמען די מדינה ברבים דורכן לופטערן אירע שמוץ וועש אין פובליק, דערנאך איז דער שמוץ וועש בכלל א צוזאמשטעל פון פארשידענע אנדערע וועש (כאילו ס'מאכט א נפקא מינה...), און צום סוף איז די וועש בכלל ריין!

חברה, וועלט'ס אויס ענקער ווינקל פון אטאקע! אויב איז דער ווידעא פאלש, פארוואס איז דאס בכלל א בושה פאר די מדינה? עטס ווייסט וויפיל פאלשע ווידעאס קעגן די מדינה דרייען זיך ארום אויף די אינטערנעט? עס איז יארע 2025! יעדער חכם מיט א סמארטפאון קען אזאנס פראדוצירן און פארשפרייטן אין פינעף מינוט (לכל היותר)!

אלא מאי, די ווידעא איז נישט פאלש. און דאס ערקלערט אויך פארוואס די אלע גרויסע מידיא נעצן ווייזען דאס (משא''כ די פילצאליגע אנדערע אנטי מדינת ישראל פראפעגאנדע), און וועגן דעם איז דאס אזא פ.ר. פראבלעם פאר די מדינה. בכלל, מ'האט שוין אינטערוויועט אפיצירן פארמישט אין די פרשה און זיי פארענטפערן זיך מיט אלע נישט געשטויגענע תירוצים פארוואס זיי האבן זיך אזוי אויפגעפירט. און לאמיר נישט רעדן פון די פאקט אז מהאנדעלט דא פון א טעראריסט וואס לעבט און דאקטוירים האבן איהם באהאנדלט פאר זיינע וואונדן.

בקיצור, ווי אזוי מ'קוקט נאר נישט אן די פרשה איז איין זאך זיכער, הפרשה אמת, וסרטונו אמת.

יעצט דארף מען פארשטיין, וואס טרייבט די אלע מכחישי הפרשה, ווייל במושכל ראשון האט עס נישט קיין זינען. די זעלבע מענטשען וואס טענה'ן אז להד''ם (וואס לשיטתם איז די גאנצע פרשה נישט געשטויגן און נישט געפלויגן און ממילא בכלל נישט ווערט צו דורכטון) זענען די זעלבע וואס טענה'ן אז עס איז א שרעקליכע קאטאסטראפע פאר מדינת ישראל, און די זעלבע וואס טענה'ן אז די פרצי''ת איז א פאררעטער פאר'ן ליקן אזא פארשעמנדע ווידעא זענען די וואס טענה'ן להד''ם???

לדעתי, איז די תירוץ גאנץ פשוט. מ'רעדט דא פון מענטשן וואס ליידער גלייבן זיי אז מ'מעג (מ'זאל?!) זיך באגיין מיט פאלעסטינער און אזעלכע געמיינע וועגן! דא עקא, דער חברה לעבן דאך אין דער איין און צוואנציגסטער יארהונדערט, און זיי פארשטייען אז דאס איז נישט ממש די דרגא פון מענטשליכקייט וואס דאס רוב (ציוויליזירטע) וועלט באזעצט. און ווי נישט ווי, שעמען זיי זיך אביסל פון זייער ציוויליזירטע קאלעגען. דער פראדוקט פון דעם פארלעגנהייט, זענען אט די מענטשן.

והשתא דאתית להכא, ווערן אזוי סאך ערשיינונגן פארענטפערט.

דער אחד בפה ואחד בלב ניקעס (אחד בהעברעיש ואחד בענגליש...), זענען דער זעלבע וואס באגריסן אויסהונגערען די עזה באפעלקערונג, תוך כדי דיבור פון א לענגערע ערקלערונג פארוואס צה''ל איז די מערסטע נאבעלע מיליטער וואס דער וועלט האט נאר געזען. זיי זענען די וואס טענה'ן אז מדינת ישראל וויל שלום בשעת'ן אויפשטעלן זייער געביידעס אין די זידלונגען. און זיי זענען דער ערשטע צו פארדאמען די ארויסרינונג פון א ווידעא וואס איז אויך בכלל פאלש.

כללו של דבר, מיין מדינה איז הייליג. כ'וועל זאגן/טון וואס ס'פעלט זיך אויס איר צו פארטיידיגן. כ'וועל אויך זאגן/טון וואס אימער עס איז אין אירע אינטערעסן, אריינגערעכנט אומאראלישע אקטן.

ודו''ק.
 
סאו בעיסיקלי זאגסטו אז היות די ווידיאו איז אמת איז זי 100% בארעכטיגט פארן עס ארויס געבן?
 
אלא מאי, די ווידעא איז נישט פאלש. און דאס ערקלערט אויך פארוואס די אלע גרויסע מידיא נעצן ווייזען דאס (משא''כ די פילצאליגע אנדערע אנטי מדינת ישראל פראפעגאנדע)
דאס איז שוין זיכער היינט אז די ווידיאו איז געשטיקלט און נישט ממש אזוי ווי עס איז פרעזענטירט געווארן. און די סיבה פארוואס אלע גרויסע מידיע נעצן ווייזן דאס איז קיין קשיא נישט די סיבה פארוואס זיי האבן דאס געוויזן איז ווייל עס איז ארויס געלייגט געווארן אין ארץ ישראל אויף טשענעל 12 און אויב האבן זיי עס געלייגט דעמאלטס קענען זיי עס זיכער לייגן.
 
אלא מאי, די ווידעא איז נישט פאלש. און דאס ערקלערט אויך פארוואס די אלע גרויסע מידיא נעצן ווייזען דאס (משא''כ די פילצאליגע אנדערע אנטי מדינת ישראל פראפעגאנדע), און וועגן דעם איז דאס אזא פ.ר. פראבלעם פאר די מדינה. בכלל, מ'האט שוין אינטערוויועט אפיצירן פארמישט אין די פרשה און זיי פארענטפערן זיך מיט אלע נישט געשטויגענע תירוצים פארוואס זיי האבן זיך אזוי אויפגעפירט. און לאמיר נישט רעדן פון די פאקט אז מהאנדעלט דא פון א טעראריסט וואס לעבט און דאקטוירים האבן איהם באהאנדלט פאר זיינע וואונדן.
אויב אזוי פארוואס זענען זיי נאך נישט אנגעקלאגט אין (די לינקע) קארט? די מאכסט זייער א שיינע פלפל אבער די קומסט נישט מיט קיין פאקטן
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top