עס איז צום שטוינען די נארישקייטן וואס באזעסענע מענטשן קענען זאגן (און גלייבן?!) צו פארענטפערן א שווערע מדינת ישראל, אזש די בריסקער מיט זייער רמב"ם קענען זיך פארשטעקן פאר בושה.
עס איז באלד ווי דער וואס האט צוריקגעגעבן א צובראכענע לייכטער צום שכן טענה'נדיג אז קודם כל כ'האב קיינמאל נישט געבארגט דיין לייכטער, צווייטענס ס'בכלל נישט צובראכן, דריטנס ווען כ'האב עס געבארגט איז עס שוין געווען צובראכן.
איז קודם איז דער פרצי"ת אן עוכר ישראל פאר'ן פארשעמען די מדינה ברבים דורכן לופטערן אירע שמוץ וועש אין פובליק, דערנאך איז דער שמוץ וועש בכלל א צוזאמשטעל פון פארשידענע אנדערע וועש (כאילו ס'מאכט א נפקא מינה...), און צום סוף איז די וועש בכלל ריין!
חברה, וועלטס אויס ענקער ווינקל פון אטאקע! אויב איז דער ווידעא פאלש, פארוואס איז דאס בכלל א בושה פאר די מדינה? עטס ווייסט וויפיל פאלשע ווידעאס קעגן די מדינה דרייען זיך ארום אויף די אינטערנעט? עס איז יארע 2025! יעדער חכם מיט א סמארטפאון קען אזאנס פראדוצירן און פארשפרייטן אין פינף מינוט (לכל היותר)!
אלא מאי, די ווידעא איז נישט פאלש. און דאס ערקלערט אויך פארוואס די אלע גרויסע מידיא נעצן ווייזען דאס (משא"כ די פילצאליגע אנדערע אנטי מדינת ישראל פראפעגאנדע), און וועגן דעם איז דאס אזא פ.ר. פראבלעם פאר די מדינה. בכלל, מ'האט שוין אינטערוויואט אפיצירן פארמישט אין די פרשה און זיי פארענטפערן זיך מיט אלע נישט געשטויגענע תירוצים פארוואס זיי האבן זיך אזוי אויפגעפירט. און לאמיר נישט רעדן פון די פאקט אז מ'האנדלט דא פון א טעראריסט וואס לעבט און דאקטוירים האבן איהם באהאנדלט פאר זיינע וואונדן.
בקיצור, ווי אזוי מ'קוקט נאר נישט אן די פרשה איז איין זאך זיכער, הפרשה אמת, וסרטונו אמת.
יעצט דארף מען פארשטיין וואס טרייבט די אלע מכחישי הפרשה, ווייל במושכל ראשון האט עס נישט קיין זינען. די זעלבע מענטשן וואס טענה'ן אז להד"ם (וואס לשיטתם איז די גאנצע פרשה נישט געשטויגן און נישט געפלויגן און ממילא בכלל נישט ווערד צו דורכטון) זענען די זעלבע וואס טענה'ן אז עס איז א שרעקליכע קאטאסטראפע פאר מדינת ישראל, און די זעלבע וואס טענה'ן אז די פרצי"ת איז א פאררעטער פאר'ן ליעקן אזא פארשעמענדע ווידעא זענען די וואס טענה'ן להד"ם???
לדעתי, איז די תירוץ גאנץ פשוט. מ'רעדט דא פון מענטשן וואס ליידער גלייבן זיי אז מ'מעג (מ'זאל?!) זיך באגיין מיט פאלעסטינער אין אזעלכע געמיינע וועגן! דא עקא, די חברה לעבן דאך אין דעם איין און צוואנציגסטער יארהונדערט, און זיי פארשטייען אז דאס איז נישט ממש די דרגא פון מענטשליכקייט וואס רוב (ציוויליזירטע) וועלט באזעצט. און ווי נישט ווי, שעמען זיי זיך אביסל פון זייער ציוויליזירטע קאלעגן. דער פראדוקט פון דעם פארלעגנהייט, זענען אט די מענטשן.
והשתא דאתית להכא, ווערן אזוי סאך ערשיינונגען פארענטפערט.
דער אחד בפה ואחד בלב'ניקעס (אחד בהעברעיש ואחד בענגליש...), זענען די זעלבע וואס באגריסן אויסהונגערן די עזה באפעלקערונג, תוך כדי דיבור פון א לענגערע ערקלערונג פארוואס צה"ל איז די מערסטע נאבעלע מיליטער וואס די וועלט האט נאר געזען. זיי זענען די וואס טענה'ן אז מדינת ישראל וויל שלום בשעת'ן אויפשטעלן זייער געביידעס אין די זידלונגען, און זיי זענען די ערשטע צו פארדאמען די ארויסרינונג פון א ווידעא וואס איז אויך בכלל פאלש.
כללו של דבר, מיין מדינה איז הייליג. כ'וועל זאגן/טון וואס ס'פעלט זיך אויס איר צו פארטיידיגן. כ'וועל אויך זאגן/טון וואס אימער עס איז אין אירע אינטערעסן, אריינגערעכנט אומאראלישע אקטן.
ודו"ק.