נייעס פון מדינת ישראל און ארום

וואס זעהסטו דא?

זיי האלטן אז די בג"ץ האט נישט די געזעצליכע כח צו טוהן דאס וואס זי טוט במילא זענען זיי צופרידן ווען די בג"ץ דערלייגט.

אבער וואו האסטו געזעהן אז זיי ווילן בכלל נישט קיין בג"ץ, אויב די בג"ץ פירט זיך אויף בלויז ווי די אמעריקאנער סופרים קאורט?
 
ס'איז שוין א אלטע זאך אז זיי ווילן נישט
 
זיי האלטן אז די בג"ץ האט נישט די געזעצליכע כח צו טוהן דאס וואס זי טוט במילא זענען זיי צופרידן ווען די בג"ץ דערלייגט.

אבער וואו האסטו געזעהן אז זיי ווילן בכלל נישט קיין בג"ץ, אויב די בג"ץ פירט זיך אויף בלויז ווי די אמעריקאנער סופרים קאורט?
וואס הייסט בלויז ווי די אמעריקאנער סופרים קאורט, אפשר זאל די בג"ץ פאדערן אז די כנסת זאל זיך פירן בלויז ווי די אמעריקאנער סיסטעם, מיט א קאנסטוטוציע - פרעזידענט - 2 קאנגרעס הייזער?

און יעצט לגבי די ספעציפישע אנקלאגע, די געזעץ 'חוק חינוך ממלכתי' (פון תשי"ג) איז קובע אז נאר מוסדות וואס לערנען ליב"ה באקומען 100% תקצוב. דא האט די ממשלה געוואלט איבערגעבן 100% תקצוב פאר חרדי'שע מוסדות וואס לערנען נישט קיין ליבה (דורך פארשידענע דריידלעך).
דאס איז חוץ המעשה וואס די החלטת הועדה איז געווען לויט די עותרים צו די בג"ץ 'במהירות, חוסר שקיפות, בלי דיון אמיתי, בלי נימוקים מספיקים, ונגד דעת היועמש"ית'. יעצט, ס'קען זיין ס'אמת, ס'קען זיין אז נישט. אויף דעם טאקע איז בג"ץ געשטעלט - אפילו לויט ענק.

וואס שרייבט אבער אונזער יו"ר הועדה מילביצקי:
למרות עתירה מרושעת של לפיד ופסיקה חסרת סמכות של בג״ץ

סאו וואס זעסטו דא?!
 
וואס?! אונזערע לויטער-ריינע קאאליציע? וואס וויל סך הכל א סופרים קאורט ווי אמעריקע? נע, קען נישט זיין!

הצעת חוק חדשה: ביטול עבירת מרמה והפרת אמונים

אגב, דאס איז - וואו וואונדערליך - איינע פון ביבי'ס קלאגעס. אבער די תיקים פאלן צאם...
 
וואו זעהסטו אז די רעכטע חברי כנסת האלטן נישט אזוי?
פון יריב לוין הערסטו עפעס אנדערש?
יריב לוין?! וואס עפעס?!
יריב לוין: "אם לא יסכימו להכניס שופטים אחרים - בית המשפט ייעלם" | בלעדי בוואלה - וואלה חדשות

1768239949439.webp
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
וואס הייסט בלויז ווי די אמעריקאנער סופרים קאורט, אפשר זאל די בג"ץ פאדערן אז די כנסת זאל זיך פירן בלויז ווי די אמעריקאנער סיסטעם, מיט א קאנסטוטוציע - פרעזידענט - 2 קאנגרעס הייזער?
אמעריקאנער סופרים קאורט איז בלויז א משל.

אונז זענען אלע מודה אז בג"ץ דארף קענען אינפאסירן די געזעץ, אויך ווען די כנסת טוט עפעס.
אונז זענען אלע מודה אז בג"ץ און די יועמש"ית האט צופיל כח, און מ'דארף א געזונטע רעפארם.
סאו סך הכל דינגען אונז זיך איבער די שטארקייט פון די רעפארם. נו, שלום על ישראל!

די רעכטע חברי כנסת אבער האלטן נישט אזוי. ועל זה אנו דנים.
אויף דיי לעצטע ליין איז מיין שאלה פון וואו דו זעהסט עס.

בס"ה ברענגסטו מיר אז אינעם איצטיגן סיסטעם פרייען זיך די רעכטע אז דער בג"ץ פאלט... דאס זאגט בכלל נישט אז זיי ווילן נישט קיין סופרים קאורט אויב איז עס א נארמאלע באלאנסירטע קאורט.
 
וואס?! אונזערע לויטער-ריינע קאאליציע? וואס וויל סך הכל א סופרים קאורט ווי אמעריקע? נע, קען נישט זיין!

הצעת חוק חדשה: ביטול עבירת מרמה והפרת אמונים

אגב, דאס איז - וואו וואונדערליך - איינע פון ביבי'ס קלאגעס. אבער די תיקים פאלן צאם...

נישט פארשטאנען וואו ס'קומט אריין די סופרים קאורט סוגיא דא.
 
אמעריקאנער סופרים קאורט איז בלויז א משל.
די אמעריקאנער סופרים קאורט איז בלויז א משל? דהיינו?
אויף דיי לעצטע ליין איז מיין שאלה פון וואו דו זעהסט עס.

בס"ה ברענגסטו מיר אז אינעם איצטיגן סיסטעם פרייען זיך די רעכטע אז דער בג"ץ פאלט... דאס זאגט בכלל נישט אז זיי ווילן נישט קיין סופרים קאורט אויב איז עס א נארמאלע באלאנסירטע קאורט.
ווער רעדט וועגן פאלן?
ווען די סופרים קאורט רעדט אריין אין זאכן וואס דו ביזסט אויך מסכים אז ס'איז א חלק פון די בג"ץ'ס דזשאב, האלט ער אז ס'איז א 'פסיקה חסרת סמכות של בג"ץ'.

נישט פארשטאנען וואו ס'קומט אריין די סופרים קאורט סוגיא דא.
ס'קומט טאקע נישט אריין.
אבער פלאי פלאים, מ'רעדט דא פון די זעלבע מענטשן, די זעלבע וואס ווילן 'פלעין' א סופרים קאורט ווי אמעריקע (אן קיין ערוועלטע פליגל ווי אמעריקע, ווי געשמועסט), ווילן אויך בטל מאכן נארמאלע עבירות ווי 'מרמה והפרת אמונים', פונקט אין די זעלבע צייט וואס דער הויפט פון די מענטשן, איז אין קאורט אויף די עבירות (וואס מ'טאר נישט פארגעסן, די תיקים פאלן צאם).
 
מיין בליק איז (און ס'זעהט מיר אויס אז אזוי איז די אגענומענע מיינונג ביי דער אלגעמיינער נישט-חרדישער רעכטער) אז א דער איצטיגער בג"ץ האט 2 יסודותדיגע פראבלעמען.

1. די שופטים קומען אן אהין באזירט אויף א אליגארכיע-סטייל סיסטעם און די "ווילן פון פאלק" ווערט איגנארירט.

2. די חברה האבן אליינס גענומען כוח צו פאסקענען אויף זאכן וואס באלאנגט נישט צו זיי.

איך בין נישט גענוג באקאנט מיט די איצטיגע געלטער סומאטוכע צו וויסן אויב די בג"ץ האט טאקע געהאט סמכות זיך אריינצומישן.

בכלליות בין איך אבער צופרידן ווען די בג"ץ ווערט איגנארירט וויבאלד איך האלט אז די איצטיגע מערכת המשפט איז נישט לעגיטים (שארף?...)

איך קוק זיי אן גענוי ווי די התאחדות הרבנים, און עדה החרדית.
 
כ'האב שוין געשריבן אפאר מאל, כמעט קיינער קריגט זיך נישט אז די בג"ץ האט פראבלעמען, און א נארמאלע געזונטע רעפארם איז זייער וויכטיג (פון דא אבער, ביזן זאגן אז די מערכת המשפט איז נישט לעגיטים, איז א לאנגע וועג צו גיין). און איך גיי יעצט נישט אריינגיין אין דיינע טענות.

אבער וואס איך ברענג ארויס דא, איז אז די יעצטיגע רעגירונג זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט, זיי זוכן עס אונטערצוברענגען.

א רעגירונג וואס וויל אראפנעמען די עבירה פון 'מרמה והפרת אמונים', זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט.
א רעגירונג וואס איר 'רפורמה המשפטית' האט נישט געהאט קיין איין סעיף וואס איז עטוואס מגביל די כנסת, זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט.
א רעגירונג וואס אירע ערשטע חוקי יסוד (!) איז געווען אז דרעי זאל מעגן זיין א שר, און אז ביבי זאל מען נישט קענען אפזאגן בשו"א אלס נבצרות (אפילו נישט אין עקסטרעמע פעלער), זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט.
א רעגירונג וואס וויל אז 61 חכי"ם זאלן קענען איבערקומען א פסק פון בג"ץ, זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט.
א רעגירונג וואס וויל פטר'ן איין מגזר פון גיין אין מיליטער אויפ'ן חשבון פון אלע אנדערע, זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט.
א רעגירונג וואס אירע חברים חלומ'ען פון התיישבות יהודית בעזה, זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט.
א רעגירונג וואס נעמט זיך אויטאמאטיש פאר כח מאה, זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט.
א רעגירונג וואס אירע חברים וואלטן געקענט באשטיין צו שולט זיין אויף 5 מיליאן אראבער'ס אן קיין בעיסיק זכותים, זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט.
און צום לעצט, א רעגירונג וואס איז מכריז אויף א פול-סקעיל רעפארם אין די מערכת המשפט, און זעהט אז ריזיגע חלקים אין די לאנד זענען נישט מסכים, און גייען נאך אלס ווייטער, זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט.

זיי ווילן אונטערברענגען די מערכת המשפט.

זיי ווילן אונטערברענגען די מערכת המשפט, כדי מרמה והפרת אמונים זאלן ווערן א לעגיטימע נארמע.
זיי ווילן אונטערברענגען די מערכת המשפט, כדי די כנסת זאל זיין די איינציגסטע רשות אין די מדינה.
זיי ווילן אונטערברענגען די מערכת המשפט, כדי קאראפטירטע מענטשן זאלן קענען זיין שרים און ראשי ממשלה.
זיי ווילן אונטערברענגען די מערכת המשפט, כדי צו קענען טון וואס זיי ווילן.
זיי ווילן אונטערברענגען די מערכת המשפט, כדי צו קענען אומ-יושר'דיג בעוולה'ן אראבער'ס.​
 
לעצט רעדאגירט:
לינקע קונספירציות און פראפעגאנדע!!!
סתם פארדרייט א קאפ!

א רעגירונג וואס וויל פטר'ן איין מגזר פון גיין אין מיליטער אויפ'ן חשבון פון אלע אנדערע, זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט.
די לפיד-בנט ממשלה האט געוואלט פטר'ן סאך מער חרדים!!!

א רעגירונג וואס אירע חברים חלומ'ען פון התיישבות יהודית בעזה, זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט.
וואס האט איינס מיטן צווייטן???🤔

און צום לעצט, א רעגירונג וואס איז מכריז אויף א פול-סקעיל רעפארם אין די מערכת המשפט, און זעהט אז ריזיגע חלקים אין די לאנד זענען נישט מסכים, און גייען נאך אלס ווייטער, זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט.
'ריזיגע חלקים' זענען נישט מסכים....
סתם אנגעפיטערטע קפלניסטים וואס ווילן אראפזען די ממשלה ולא איכפת להם ממערכת המשפט כי הוא זה, והיינו טעמא ד 'חטופים' ו'חקירה ממלכתית'

אבי געשאסן א לאטקע!
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top