נייע שטאטוטן מעלדונגען

Status
נישט אפן פאר ווייטערדיגע ענטפערס.

מַחֲנַיִם

אדמיניסטראטאר
סטעף מעמבער
זיך איינגעשריבן
מאי 7, 2024
מעסעדזשעס
141
רעאקציע ראטע
531
עס פריידט זיך צו זען ווי אונזער קרעמל בליט ב"ה, קיין שלעכט אויג זאל נישט שאטן. עס שנירלען זיך שנירלעך, עס שמועסט זיך שמועס'לעך, און מיר האפן בקרוב צו קענען עפענען פאר'ן ברייטן ציבור.

וויבאלד ביים גיין פובליק פעלט זיך תיכף אויס א צאל מינימאלע שטאטוטן כדי צו האלטן אונזער קרעמל אויף אן ערוואקסענעם ניווא און דערווייל האבן מיר נאכנישט גענוג אקטיווע וועטעראנען צו פארשלאגן און אקצעפטירן שטאטוטן, אלזא נעמען מיר אויף זיך דערווייל צו רעקארדירן געציילטע סעיפים פשוט כדי צו זיין גרייט פאר'ן אנקום פונעם ציבור.

פארשטייט זיך, אז אזויווי אלע שטאטוטן, וועלן זיי קענען ווערן שפעטער אנידערגעשטימט איינמאל אונזער "קרעמל שטים בודקע" עפנט זיך אויף.

אין דעם "קרעמל קאנסטיטוציע און שטאטוטן" סוב-פארום עפענען מיר אויף א ספעציעל שנירל "קרעמל שטאטוטן", וואו אלע נייע שטאטוטן וועלן ווערן רעקארדירט. מיר האפן אז עס וועלן זיך נישט אויספעלן צופיל סעיפים.

ווען אימער די שטאטוטן וועלן ווערן רעדאגירט מיט טוישונגען אדער נייע סעיפים, וועט עס דא געמאלדן ווערן.
 
Status
נישט אפן פאר ווייטערדיגע ענטפערס.
Back
Top