איך הער אסאך מאל גאר אפענע מופתים פון די לעצטיגע צדיקים פון מענטשן וואס האבן דאס אליינס מיטגעלעבט, איך קען שטעלן הונדערטער אבער אין כאן המקום להאריך..
איך פארשטיי אז די ערשטע זאך וועט מען ענטפערן אז דעי מענטשן וואס דערציילן טרייבן איבער, איך רעד אבער פון מעשיות פון כלי ראשון וויאזוי צדיקים האבן געזאגט אפענע זאכן פאראויס און ממש אזוי האט פאסירט, און עס האט פאסירט זאכן וואס מען קען נישט מסביר זיין בדרך הטבע,
למשל פונעם ריבניצער אדער פון ר׳ ישעי׳לע און נאך אסאך וויאזוי אן א שיעור מענטשן דערציילן ווי זיי האבן געזאגט זאכן אפען און מ׳האט טאקע געזען אזוי ממש חוץ לדרך הטבע,
איך רעד פון מענטשן וואס זעהן אויס זייער אמתדיג און אפילו זיי טרייבן איבער בלייבט נאך אלס די מעשה גאר אינטערעסאנט
ווער רעדט נאך פון די טויזנטער מעשיות פון פריעדיגע צדיקים פון 100-200 יאר צוריק.
האבן טויזנטער מענטשן אויפגעמאכט מעשיות?? איך רעד נישט פון מופתים וואס זענען געלונגען איך רעד פון מעשיות וואס האבן ממש נישט קיין הסבר בדרך הטבע
נעכטן האב איך געזען פון באבא סאלי וויאזוי מענטשן דערציילן אפענע זאכן וכו׳
דאס גיבט לכאורה א שטארקע אמונה אז אונזער אידישקייט כהיום איז דאס וואס דער באשעפער וויל, הגם מ׳זעהט אין חז"ל און ווער רעדט נאך פון תנ"ך גאר אן אנדערע אידישקייט...
לכאורה אבער איז שווער פארוואס זעהט מען נישט אין די ראשונים אזעלכע מעשיות, פארקערט דער רמב"ם און נאך מאכן אוועק די אלע זאכן
אזוי אויך פארוואס גיבט עס נישט פאר מענטשן א חיזוק אין אמונה אז עס איז דא עפעס העכערס
בקיצור איך בין זייער צומישט אויף דעם נושא.
דא וועל איך לייגן א דוגמא וויאזוי איינער דערציילט א מעשה פון באבא סאלי וואס האט בשום אופן נישט א תירץ בדרך הטבע
אדרבה אויב איינער קען שטעלן נאך אנדערע מופתים פון אנדערע כלי ראשון וואלט געווען אינטערעסאנט אויסצושמועסן.
View: https://youtu.be/sDCDCPvDWGE?si=LL-qgz_G1MEes5Jt
דער סוד , ליגט אין די טבעיות פון א מענטש , א מענטש- יעדער פון די בני אדם וחוה- פיהלט אין זיך , אין זיין מוח, אז עפעס א תפקיד האט ער דא , עפעס א כח האט איהם אהער אראפגילייגט אויף די וועלט , מיט א ציהל און א גוד ריזען
ער פיהלט אז זיין הויה , איז מער נוצבאר ווי פון למשל א פערד
איז נאטירליך , פאר די אמאהליגע גידרענג צו איידאלעטרי , אדער צו דינען די כוכבי השמים
עס האט זיך מיט דער צייט גישאפן און דעוועלאפט פארשידענע אמונות , ווייל דאס איז מזון פאר די נשמה באפו
ווען די אמונה אין א מאנאטיאיסטישן גאט , איז גיווארן פארשפרייט , דורך די יידן צו די פעלקער , האט די אמונה גובר גיוועהן און איז היינט צוטאג די מערסטע גלאבאלע גלויבונג
אין די אמונה אין גאט , האט זיך דעוועלאפט חילוקים , ווי אזוי צוגלייבן די דבר יום ביומו
איז דא א מערקווירדיג פענעמאנען , אז די קריסטליכע גלויבן , איז שטארק פארנומען מיט וואונדער און מופתים , פון יש״ו ביז א יעדער סעינט , וואס עס גייט אהן בזמנינו ,זיי זענען גובה עדות אויף מופתים , און אויב עס איז דא צויי ״ קאנפירמד״ לעגענדע וואונדער , ווערט ער דערקלערט א סעינט , ביי די אנדערע וועלט גלויבן - איסלאם- איז נישט איינגעפירט צו דערציילן סיפורים פון מופתים , זיי לאזן עס איבער פארן עבר - פאר מוחמד וכדומה-
אבער נישט אז עס איז חוזר ונשנית בזמן הזה
ווייל די אמונה צוזאם מיט מחשבה און בינה , קומט מער פון איסלאם , זיי האבן געטהון אין פילוסופיה און עס אריינגיברענגט אלץ חלק פון די אמונה,
און אונזערע ראשונים האבן יונק גיוועהן פון די חכמי איסלאם , אין די אמונה האט זיך אוועקגישטעלט אהן קאנסטענט מופתים ,און וואונדער מעשיות
איז יעצט אזוי - אונזערע ראשונים , די חכמי אשכנז זענען גיווארן אינפלוענסד פון די סביבה , אז אמונה קומט מיט מופתים און וואונדער -איבער נאטירליך - מען קען אהנצייכענען פון די גדולי חכמי אשכנז , רבינו יהודה החסיד , און זיין ספר חסידים , איז ער מעתיק מאורעות חוץ לדרך הטבע
ונחנו מה , מען קען גארנישט זאגן , אין משיבין את הארי , אבער אזוי איז גיוועהן די מציאות אין די סביבה - אין די ארצות , און עס איז איז גיוועהן עולה על הדעת צוגלייבן , עס זענען דא וואונדער חוץ לדרך הטבע , אין ספר קב הישר , זעהט אויס ער האט נאך געגלייבט אין שדים ורוחות וכו׳ - די גוים האבן אויך געגלייבט אין יענע מדינות כאמור לעיל
…..
ביי די יידן וואס האבן גיוואינט אין די ארצות איסלאם וואס דארט האט נישט שולט גיוועהן די אמונה אין שטן כח , מיט רוחות , דיבוקים , שדין ולילין ,און עס איז נישט גיוועהן אין סטייל צו פארפאסן מעשיות , פון סופער-נעיטשור , האט עס נישט אריינגעדרינגען ביי די יידן
די שורה תחתונה , עס איז נישט דא א מציאות חוץ לדרך הטבע ( ביי ים סוף שטייט .״וישב הים לאיתנו זאגן חז״ל לתנאו , תנאי התנה במעשה בראשית)
נאר דארט ווי די אמונה איז באזירט אויף לב , אויף עמאושן ,דערציילט מען מעשיות אויף אן אופן אז עס איז חוץ לטבע , דער אמת איז - גאט העלפט בדרך הטבע - יעדער ייד - יעדער מענטש- קען זעהן ישועות , אין דעם וועלטל , ביי זיך , אהן שום מופתים , און מען זאגט מודים אנחנו לך … על נסיך שבכל יום , נישט קיין מופתים , גאט איז מנהיג מיט די טבע .
פונדעסטוועגן אז די זעהסט א ייד ער גלייבט אין מופתים , געזונטערהייט , דער עיקר איז אמונה
ער וויל גלייבן אז דער צדיק מעתיק הרים ומחולל נפלאות , שוין , זאל זיין אזוי
עס איז אבער מסתבר אז אין אונזער מציאות כהיום
איז נישט ראטזאם צו פארקויפן מופתים פאר תינוקות של בית רבן שלא פשעו , ווייל מען דארף חושש זיין אז כשיגדיל וועט ער רילייזען אז עס איז הוילע פאנטאזיע , און עס קען האבן א דעטרימענטל עפעקט אויף זיינע אמונה אנשויאונגען , עס דארף זיין , אמת ואמונה …