- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 13, 2024
- מעסעדזשעס
- 75
- רעאקציע ראטע
- 242
- פונקטן
- 38
די קשיות זענען בעסער ווי די תירוצים דערווייל
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
די קשיות זענען בעסער ווי די תירוצים דערווייל
"פריעדיגע צדיקים" רעכנט אריין ר' זיידל קרעטשניפער? כ'זעה געשריבן אן א שיעור מופתים פון איהם ממש אן קיין הסברים. איז נאך דא איינער וואס לעבט וואס מאכט נאך מופתים חוץ לדרך הטבע? כ'וואלט אראפגעפארן מיט אן רעקארדינג דעווייס און אזוי געסעטלט דעם דעבאטע איינמאל פאר אלעמאל.1) איך האב געליינט און געהערט די לעצטע פאר חדשים אסאך מעשיות פון ערשטע עדות וואס זענען געווען ביי פריעדיגע צדיקים און זיי האבן געזאגט אפענע זאכן ביים ליינען א קוויטל וואס עס איז נישט דא קיין הסבר אז ער זאל דאס וויסן סתם אזוי.
דער סוד , ליגט אין די טבעיות פון א מענטש , א מענטש- יעדער פון די בני אדם וחוה- פיהלט אין זיך , אין זיין מוח, אז עפעס א תפקיד האט ער דא , עפעס א כח האט איהם אהער אראפגילייגט אויף די וועלט , מיט א ציהל און א גוד ריזעןאיך הער אסאך מאל גאר אפענע מופתים פון די לעצטיגע צדיקים פון מענטשן וואס האבן דאס אליינס מיטגעלעבט, איך קען שטעלן הונדערטער אבער אין כאן המקום להאריך..
איך פארשטיי אז די ערשטע זאך וועט מען ענטפערן אז דעי מענטשן וואס דערציילן טרייבן איבער, איך רעד אבער פון מעשיות פון כלי ראשון וויאזוי צדיקים האבן געזאגט אפענע זאכן פאראויס און ממש אזוי האט פאסירט, און עס האט פאסירט זאכן וואס מען קען נישט מסביר זיין בדרך הטבע,
למשל פונעם ריבניצער אדער פון ר׳ ישעי׳לע און נאך אסאך וויאזוי אן א שיעור מענטשן דערציילן ווי זיי האבן געזאגט זאכן אפען און מ׳האט טאקע געזען אזוי ממש חוץ לדרך הטבע,
איך רעד פון מענטשן וואס זעהן אויס זייער אמתדיג און אפילו זיי טרייבן איבער בלייבט נאך אלס די מעשה גאר אינטערעסאנט
ווער רעדט נאך פון די טויזנטער מעשיות פון פריעדיגע צדיקים פון 100-200 יאר צוריק.
האבן טויזנטער מענטשן אויפגעמאכט מעשיות?? איך רעד נישט פון מופתים וואס זענען געלונגען איך רעד פון מעשיות וואס האבן ממש נישט קיין הסבר בדרך הטבע
נעכטן האב איך געזען פון באבא סאלי וויאזוי מענטשן דערציילן אפענע זאכן וכו׳
דאס גיבט לכאורה א שטארקע אמונה אז אונזער אידישקייט כהיום איז דאס וואס דער באשעפער וויל, הגם מ׳זעהט אין חז"ל און ווער רעדט נאך פון תנ"ך גאר אן אנדערע אידישקייט...
לכאורה אבער איז שווער פארוואס זעהט מען נישט אין די ראשונים אזעלכע מעשיות, פארקערט דער רמב"ם און נאך מאכן אוועק די אלע זאכן
אזוי אויך פארוואס גיבט עס נישט פאר מענטשן א חיזוק אין אמונה אז עס איז דא עפעס העכערס
בקיצור איך בין זייער צומישט אויף דעם נושא.
דא וועל איך לייגן א דוגמא וויאזוי איינער דערציילט א מעשה פון באבא סאלי וואס האט בשום אופן נישט א תירץ בדרך הטבע
אדרבה אויב איינער קען שטעלן נאך אנדערע מופתים פון אנדערע כלי ראשון וואלט געווען אינטערעסאנט אויסצושמועסן.
View: https://youtu.be/sDCDCPvDWGE?si=LL-qgz_G1MEes5Jt
כמו כן די שנאה צו נטורי קרתאאין די שנירל האט מען דעבאנקט אסאך איינגערעדטע שטותים, וויל איך פרעגן אויף שנאת ישראל, ס'איז קלאר ביי יעדן אז די שנאת ישראל אין די וועלט איז שלא מעלמא הדין, ס'האט נישט קיין פשט און נישט קיין תירוצים, מיט אלע תירוצים וואס מ'וועט נאר זאגן, קומט עס נישט צו צו די לעוולס פון שנאת ישראל וואס טוט זיך אויף די וועלט.
איז דאס נישט א ראיה אויף קדושת ישראל? אויף די איינציגקייט און העכערקייט פון די פאלק ישראל? אויף די בחירה פון ג-ט אין כלל ישראל?
פארוואס? אפשר זאל דאס גאר זיין א ראי' אויף פארקערט?איז דאס נישט א ראיה אויף קדושת ישראל? אויף די איינציגקייט און העכערקייט פון די פאלק ישראל? אויף די בחירה פון ג-ט אין כלל ישראל?
איך האב געהערט פון אן עד ראי' (א בחור'ל גראדע אבער כשר למדות למהדרין, ער האט נישט קיין סמארטפאן) אז ביים "היינטיגן" מרחמסטריווקא רבי פון וויליאמסבורג האט אמאל געגאסן אין זיין סוכה אבער ארום עם איז געבליבן טריקן לגמרי!"פריעדיגע צדיקים" רעכנט אריין ר' זיידל קרעטשניפער? כ'זעה געשריבן אן א שיעור מופתים פון איהם ממש אן קיין הסברים. איז נאך דא איינער וואס לעבט וואס מאכט נאך מופתים חוץ לדרך הטבע? כ'וואלט אראפגעפארן מיט אן רעקארדינג דעווייס און אזוי געסעטלט דעם דעבאטע איינמאל פאר אלעמאל.
איז ר' זיידל טאקע געווען די לעצטע? א שאד אונז האבן נישט געהאט דעם שמועס דריי וואכן צוריק.![]()
אז וואס? אז אונז זענען די נידריגסטע מענטשן פון די בריאה? גייסט אריין אין די ראסע טעאריע?!
איך האלט נישט אזוי. אבער אויב ווייסט דאס אויף די מהות פון א מענטש פארוואס ווייזט דאס אז די מענטש איז בעסער פון יעדעם?אז וואס? אז אונז זענען די נידריגסטע מענטשן פון די בריאה? גייסט אריין אין די ראסע טעאריע?!
דער יעב״ץ זאגט א לשון, אז די עצם מציאות אז עס איז געבליבן א פאלק ישראל אין גלות, איבער טויזנט יאהר, אהן א לאנד אדער א נחלה בארץ, און עם ישראל חי, איז א נס, גרעסער ווי קריעת ים סוף
קענסט אנקוקן אידן ווי א שטארק קליגע געריבענע דעשנעטיק פאמיליע וואס האט חתונה געהאט נאר מיט אימידיעט פעמילי. סא וואס די האסט היינט איז א שטארקע ראסע נישט א שטארקע רעליגיע. ראיה לדבר איז אז רוב נובעל פרייז געווינער וואס זענען אידען אין אזוי אויך כמעט אלע וואס מאכען אינטערנאציענאלע נויז (אין זיי על פי רוב זענען די וואס דע אנטעסמיטען זענען אויפגערעיקט אויף) זענען שוין צוויי דריי דורות נישט רעליגיעז.אין די שנירל האט מען דעבאנקט אסאך איינגערעדטע שטותים, וויל איך פרעגן אויף שנאת ישראל, ס'איז קלאר ביי יעדן אז די שנאת ישראל אין די וועלט איז שלא מעלמא הדין, ס'האט נישט קיין פשט און נישט קיין תירוצים, מיט אלע תירוצים וואס מ'וועט נאר זאגן, קומט עס נישט צו צו די לעוולס פון שנאת ישראל וואס טוט זיך אויף די וועלט.
איז דאס נישט א ראיה אויף קדושת ישראל? אויף די איינציגקייט און העכערקייט פון די פאלק ישראל? אויף די בחירה פון ג-ט אין כלל ישראל?
מען קויפט צענדליגער טויזענטער דירות אין ארומע געגינטער און נאכדעם וויינט מעןאין די שנירל האט מען דעבאנקט אסאך איינגערעדטע שטותים, וויל איך פרעגן אויף שנאת ישראל, ס'איז קלאר ביי יעדן אז די שנאת ישראל אין די וועלט איז שלא מעלמא הדין, ס'האט נישט קיין פשט און נישט קיין תירוצים, מיט אלע תירוצים וואס מ'וועט נאר זאגן, קומט עס נישט צו צו די לעוולס פון שנאת ישראל וואס טוט זיך אויף די וועלט.
איז דאס נישט א ראיה אויף קדושת ישראל? אויף די איינציגקייט און העכערקייט פון די פאלק ישראל? אויף די בחירה פון ג-ט אין כלל ישראל?
וואס וועסטו זאגן אויף די ארמענישע פאלק?דער יעב״ץ זאגט א לשון, אז די עצם מציאות אז עס איז געבליבן א פאלק ישראל אין גלות, איבער טויזנט יאהר, אהן א לאנד אדער א נחלה בארץ, און עם ישראל חי, איז א נס, גרעסער ווי קריעת ים סוף
די ענדורענס פון תורה און טראדישן, פון די יידישע מאסן, ווייזט אויף א געטליכן כח, וואס עס איז נישט דא ביי אנדערע, קען זיין אז דאס, טאקע די פאקט פון קיום און עם קשה עורף, אהנציהאלטן, רופט ארויס דזשעלאסי און קנאה ביי די אומות און דאס איז די שורש פון די שנאה, ביז וכל הרשעה כולה כעשן תכלה
איך זעה נישט קיין טראפ לאגיק אין דעם. פארוואס זאל נישט בלייבן קיין עם ישראל אויב די יודן האלטן זיך פעסט מיט די יודישע געבאטן וואו אימער זיי זענען?די עצם מציאות אז עס איז געבליבן א פאלק ישראל אין גלות, איבער טויזנט יאהר, אהן א לאנד אדער א נחלה בארץ, און עם ישראל חי, איז א נס, גרעסער ווי קריעת ים סוף
או יאמר אז עס ווייזט אויף עפעס די קאמפלעציטעט פון די מח.די ענדורענס פון תורה און טראדישן, פון די יידישע מאסן, ווייזט אויף א געטליכן כח
פון וויקי:מען קען מחלק זיין צווישן די נושאים , ווייל די מוסלעמענער האבן דאך גיהאט מלוכות, ארצות,און
מדינות,ווי מען האט פראמאוטעט,און אמאהל אויף בכפיה דתית, צו פארשפרייטן די גלויבן משא״כ ביי די יידישע פאלק, וואס דער היפך איז גיוועהן די מציאות , די היסטוריה און אנטוויקלונג פון די ארמענער פאלק , צו עס איז דומה דארף מען שטודירן, די עהנליכקייט און חילוקים וואס עס איז דא, איי דאנט העוו די פעקטס יעט.
אויבן אויף, זעהט אויס אז די ארמענער, האבן שוין זייער לאנד 2800 יאהר, און די יוצאי ארמעניע אין ארומיגע לענדער, האבן אהנגיהאלטן א קשר מיט זייער פארבליבענע אין ארמעניע, איט איז עי דיפערענט סטארי למי שיש לו מח בקדקדו.מען קען מחלק זיין צווישן די נושאים , ווייל די מוסלעמענער האבן דאך גיהאט מלוכות, ארצות,און
מדינות,ווי מען האט פראמאוטעט,און אמאהל אויף בכפיה דתית, צו פארשפרייטן די גלויבן משא״כ ביי די יידישע פאלק, וואס דער היפך איז גיוועהן די מציאות , די היסטוריה און אנטוויקלונג פון די ארמענער פאלק , צו עס איז דומה דארף מען שטודירן, די עהנליכקייט און חילוקים וואס עס איז דא, איי דאנט העוו די פעקטס יעט.