אפענע מופתים פון די לעצטיגע צדיקים

אויבן אויף, זעהט אויס אז די ארמענער,האבן שוין
זייער לאנד 2800 יאהר , און די יוצאי ארמעניע און
ארומיגע לענדער, האבן אהנגיהאלטן א קשר מיט זייער פארבליבענע אין ארמעניע,איט איז עי דיפערענט סטארי למי שיש לו מח בקדקדו .
ארמעניע האט א אייגן לאנד????
פונקט ווי די אידן האבן
עס איז דא א שטיקל ערד וואס הייסט ארמעניע / ארץ ישראל
און א גרויסע טייל פונעם פאלק זענען אין גלות
 
ארמעניע האט א אייגן לאנד????
פונקט ווי די אידן האבן
עס איז דא א שטיקל ערד וואס הייסט ארמעניע / ארץ ישראל
און א גרויסע טייל פונעם פאלק זענען אין גלות
ביי יידן איז אינטערעסאנט אז דער ייד וואס איז גיוועהן א שה פזורה ביןצשבעים עמים, האט זיך איבעראל דער ייד קולט גיוועהן, די שטריכן פון די פאלק ווי ער האט גיוואינט, אזוי אז דער אונגרישער און פוילישער, ליטווישער ייד איז גיוועהן א דיפערענט קולטור צווישן זיי, און טאטאל אנדערש ווי דער פון טערקיי אדער עגיפטן און תימן, און דאך זענען סאמהאו אלע רילעיטעד, אזוי שטארק אז מען האט זיי אלע אייניג פיינט און אויב א ייד אין אוקריינע וועט טהון אן עולה וועט די וועלט פארשטיין אז מען קען האלטן דעם ייד אין קראונהייטס פאראנטווארטליך
אזוינס איז נישט שכיח ביי אנדערע פעלקער , אדער אפשר יא , מען דארף חוקר זיין , סתם א מימרא אין וויקי איז נאך נישט מאסגעבנד און דעצידירענט.
 
אין די שנירל האט מען דעבאנקט אסאך איינגערעדטע שטותים, וויל איך פרעגן אויף שנאת ישראל, ס'איז קלאר ביי יעדן אז די שנאת ישראל אין די וועלט איז שלא מעלמא הדין, ס'האט נישט קיין פשט און נישט קיין תירוצים, מיט אלע תירוצים וואס מ'וועט נאר זאגן, קומט עס נישט צו צו די לעוולס פון שנאת ישראל וואס טוט זיך אויף די וועלט.
איז דאס נישט א ראיה אויף קדושת ישראל? אויף די איינציגקייט און העכערקייט פון די פאלק ישראל? אויף די בחירה פון ג-ט אין כלל ישראל?
די אידן זענען א פארמאכטע גרופע מיט דיסטינקט און אויפפאלענדע כאראקטעריסטיקס. זיי האלטן זיך צוזאמען און אפטמאל איזאלירט פון אלע אנדערע, מיט שטאלץ און א שמוץ פון סופרעמיסי. עס איז גרינג צו ארויף שמירן סטיראטייפס אויף אזא גרופע און זיי צו די-יומיינעזן און נוצן אלץ שעיר לעזאזל פאר פערזענליכע אדער נאצינאלע ווייטאגן.
לייג צו אז זענען זיי זייער סוקסעספיל רעלאטיוו צו זייער קליינע פאפולאציע און זענען אריינגעמישט אין אסאך טראבל דורכאויס די היסטאריע וואס ציעט אסאך אויפמערקזאמקייט קנאה און שנאה.

שפעטער איז דא די רעליגיעזע חלק, די קריגעריי מיט די קריסטן נאך פון די צייטן ווען זיי האבן זיך אפגעטיילט פון אידישקייט און געווען א קאנקורענץ. די קריסטליכע אנטיסעמיטיזם איז לכאורה פון די שטערקסטע סיבות פאר אידן העצע.

איך גלייב מען דארף נישט צוקומען צו א העכערע הסבר פאר שנאת ישראל, מען קען עס ערקלערן מיט סאציאל פסיכאלאגישע טעאריעס וואס זענען ריכטיג צו נאך אסאך פעלער, נאר ביי אידן איז עס אויף א שטערקערע פארנעם פשוט ווייל אידן זענען א יוניק קעיס.
 
לעצט רעדאגירט:
נאך א נקודה: אסאך פון וואס מען רעדט יעצט איבער "שנאת ישראל" רעכנט מען אריין אנטי מד"י העצע און קריטיק וואס איז לאוו דווקא שנאת ישראל. מען קען עס מסביר זיין מיט נאטורליכע הסברים, בפרט מצד די לינקע, ווי די פראגרעסיווע וועלטבליק וכדומה. און פארגעס נישט, עס פעלט נישט קיין סיבות צו האבן אויפריכטיגע קריטיק אויף די מדינה.

וואס יא, צוליב די שטארקע אידענטיטעט צווישן ישראלי= איד קען די אנטי ציונות סענטימענט ווערן דע פאקטא שנאת ישראל ווייל די אידן איז אידענטיפיצירט אטאמאטיש אלץ ישראלי. קומט אויס מד"י איז אויך א פאקטאר אין די מצב פון שנאת ישראל און נישט פארקערט. (כאטש עס איז לכאורה אויך דא אנטי איזראעל וואס קומט פון אנטיסעמיטיזם צום ביישפיל בי די עקסטרעם רעכטע קאטאליקער ווי קענדיס אווענס ענד קא)

איך לינק דא צו אן אינטערסאנטע פאסט פון אורי כץ איבער די נקודה:

אנטישמיות ערפדית
 
אידן האבן אייביג געמאכט נויז, ווען אין די זעלבע צייט זענען זיי אייביג געווען די מינעראטעט. דאס איז די בעסטע אינגרידיענט פאר איינעם וועם צו בלעימען ווען עפעס גייט שלעכט. (אפגערעדט פון די שנאה וואס די קריסטן האבן געהאט צו די אידן וויבאלד זיי האבן צוגעפירט צו די טויט פון יאשקע)
איך רעד נישט פון די אמאליגע מיטלאלטער שנאה, איך רעד פון די היינטיגע מאדערנע שנאה (כאטשיג איינמאל כ'וועל פארשטיין די היינטיגע, וועל איך מיט דעם אויף פריש אפלערנען די אמאליגע).

@מארלי זאגט דברים של טעם (בפרט די וויכטיגע לינק).

אבער דאס וואס דו דערמאנסט איבער די פראגרעסיווע אנטי איזראעל, איז טאקע ביי מיר געווען די מכה בפטיש, ווען ס'דרייען זיך דארט ארום אזויפיל שקרים וכזבים, זאכן וואס יעדער חדר אינגל ווייסט, ווי למשל די לינקע זענען זייער ברוגז אויף ישראל אז זיי האבן געהאלטן פארשפארט די עזתים פאר 20 יאר אין עזה, ס'איז טאקע א שטיקל טענה, אבער דאס אז עגיפטן האט פונקט אזוי א גרעניץ מיט עזה, און זייער גרעניץ איז געווען אסאך שטערקער הערמעטיש פארמאכט פאר די עזתים, פון דעם רעדט קיינער נישט. קענסט מיר דאס מסביר זיין בלי אנטיסעמיטיזם? אזוי איז דא נאך ביישפילן פון בלינדע שנאת ישראל מצד די רעכטע מצד די לינקע ומצד די צענטערעסטישע...
 
אוודאי קענסטו זעהן, ווער עס האט שווארצע גלעזער און א צוקוועטשטע שטערן האט נישט קיין סמארטפאון
איך מיין אז צוקוועטשטע שטערן איז לאוו דוקא. ס'קען זיין אז דאס איז ווייל ער נוצט שו"ע אלטע דרוק נעמליך צורת הדף אדער מכון ירושלים לעומת הדרת קודש.
אפי' א בעל חי קען עס וואו די מעשה פונעם קלוגן האנס
בקיצור איינער וואס האט געהאט א פערד און געהאלטן אז אויך בעלי חיים קענען קענען חשבון און אנדערע חכמות פלעגט פרעגן חשבונות און די פערד פלעגט ענטפערן מיט קלאפן די צאל וואו די תירוץ און האט אייביג געוואוסט צב"ש מהאט אים געפרעגט וויפיל איז 9+5 האט ער געקלאפט 14 מאל
און 13 פארשער וואס האבן עס געפארשט האבן געהאלטן אז דער פערד קען טאקע, למעשה האט איין פארשער געכאפט אז די פערד קלאפט ביז ער זעהט אויפן פנים פון דעם וואס פרעגט אז ער האט געקלאפט וויפיל ער דארף און דער פרעגער האט ניטאמאל געכאפט אז זיין שפת הגוף גיט ארויס די ענטפער פארן פערד
פאר מער Clever Hans - Wikipedia
ס'געװען באשריבן אין דער שטערן דוכט זיך.
שמעתי אז די הינט אין עירפארט שמעקן אויך אזוי
היינט זענען דא הינט וואס קענען דיאגנאזן געוויסע קענסערס, פריה, דורכן שמעקן דעם פאציענט.
 
נאך א נקודה: אסאך פון וואס מען רעדט יעצט איבער "שנאת ישראל" רעכנט מען אריין אנטי מד"י העצע און קריטיק וואס איז לאוו דווקא שנאת ישראל. מען קען עס מסביר זיין מיט נאטורליכע הסברים, בפרט מצד די לינקע, ווי די פראגרעסיווע וועלטבליק וכדומה. און פארגעס נישט, עס פעלט נישט קיין סיבות צו האבן אויפריכטיגע קריטיק אויף די מדינה.

וואס יא, צוליב די שטארקע אידענטיטעט צווישן ישראלי= איד קען די אנטי ציונות סענטימענט ווערן דע פאקטא שנאת ישראל ווייל די אידן איז אידענטיפיצירט אטאמאטיש אלץ ישראלי. קומט אויס מד"י איז אויך א פאקטאר אין די מצב פון שנאת ישראל און נישט פארקערט. (כאטש עס איז לכאורה אויך דא אנטי איזראעל וואס קומט פון אנטיסעמיטיזם צום ביישפיל בי די עקסטרעם רעכטע קאטאליקער ווי קענדיס אווענס ענד קא)

איך לינק דא צו אן אינטערסאנטע פאסט פון אורי כץ איבער די נקודה:

אנטישמיות ערפדית
מען זעהט נישט אויף אזא אופן ,לדוגמא אז עס גייט
א רוסישע אפשטאם, אויף די גאס,וועט זיך נישט טרעפן אפט אז מען זאל נאכשרייען פאר די עוולות און רציחות פון פוטין,או אפילו א דייטש,וועט נישט פערזענליך ווערן אהגיגרופן, צוליב די מערדערייען
פון היטלער,אבער ביי יידן איז פארשטענדליך אפילו ביי אונז, אז מען ווערט פאראנטוואטליך פאר א מלחמה,וואס ווערט געפירט זיך צו פראטעקטן פון אניהילעישן מיט די פולע בארעכטיכונג, און אינדעם
ליגט די באהאלטענע אנטי סעמיטיזם .
 
מאך א קורצע גוגל סירטש וועסטו זעהן אז עס איז אויך דא פעלער פון העצע קעגן רוסן איבער די וועלט צוליב די מלחמה אין אוקריינע.קען זיין ישראלים ליידן מער ווייל עס גרינגער זיי צו אידענציפיטירן אדער ווייל ביי רוסלאנד טיילן מענטשן אפ צווישן די רוסישע דיקטאטאר און די רוסישע בירגערס.

דייטשן איז אפגערעדט אז זיי האבן שווער געליטן אין די יארן נאך די קריג פון העצע און ווייעלענס און גירושים וכו'
 
איך רעד נישט פון די אמאליגע מיטלאלטער שנאה, איך רעד פון די היינטיגע מאדערנע שנאה (כאטשיג איינמאל כ'וועל פארשטיין די היינטיגע, וועל איך מיט דעם אויף פריש אפלערנען די אמאליגע).

@מארלי זאגט דברים של טעם (בפרט די וויכטיגע לינק).

אבער דאס וואס דו דערמאנסט איבער די פראגרעסיווע אנטי איזראעל, איז טאקע ביי מיר געווען די מכה בפטיש, ווען ס'דרייען זיך דארט ארום אזויפיל שקרים וכזבים, זאכן וואס יעדער חדר אינגל ווייסט, ווי למשל די לינקע זענען זייער ברוגז אויף ישראל אז זיי האבן געהאלטן פארשפארט די עזתים פאר 20 יאר אין עזה, ס'איז טאקע א שטיקל טענה, אבער דאס אז עגיפטן האט פונקט אזוי א גרעניץ מיט עזה, און זייער גרעניץ איז געווען אסאך שטערקער הערמעטיש פארמאכט פאר די עזתים, פון דעם רעדט קיינער נישט. קענסט מיר דאס מסביר זיין בלי אנטיסעמיטיזם? אזוי איז דא נאך ביישפילן פון בלינדע שנאת ישראל מצד די רעכטע מצד די לינקע ומצד די צענטערעסטישע...
די שקרים און היפאקריטיעס קומט א גרויס חלק צוליב עמעראצעס און אויבערפלעכליכקייט פון די פראגרעסיווישע וועלט בליק ענדערש ווי סתם שנאת ישראל. מ'קען נישט די היסטארישע ניואנסעס, ס'אלעס שווארץ אדער ווייס, אפרעסאר/אפרעסד. איך ווייס נישט וויפיל ס'גייט זיי באמת אן די פאלעסטינער אדער עס איז סתם א געלעגנהייט צו פראווען צדקות און זיך ארויפכאפן אויף דעם צו פירן אקטיוויזם און פארעכטן די וועלט און זיך פילן גוט.

כך נראה לי איז די מער פשוטע הסבר

(ספעציפיש די נקודה וואס דו ברענגסט ארויס איז פארשטענדליך אז מען זעט די ישראלים מער פאראנטווארטליך ווי די מצרים פאר די גורל פון די פאלעסטינער)
 
נאך א נקודה צו נעמען אין באטראכט.
פון שנאה ביז קרעמעטאריום איז א שטיקל גאנג. פון האס ביז גירוש, אויך. און דאס זעלבע מיט דער שטרעקע וואס איז פארהאן צווישן קנאה און אן אקטאבער 7.

עס קען זיין אז דערויף זענען אויך דא נאטורליכע הסברים, אבער עס איז אביסל שווערער דאס מסביר צו זיין ווי סתם ווייסטעך, די אידן, א מאדנע פאלק, איזאלירט, קלוג, רייך, אלזא לאמיר פארברענען זייערע פיצלעך אין גאז קקאמערן.
 
איז דיין טענה אז די מעשים וואס מען האט געטון צו אידן איז אזוי גרויזאם אז מען מוז עס באצייכענען צו עפעס א ספעציעלע סיבה? די אלע זאכן זענען נישט יוניק צו אידן, זשענאסייד, רעיפ, מארד, רעיס טעאריעס קענסטו טרעפן איבעראל. Gypsies זענען אריבער די זעלבע צייט א שואה ווי אונז זענען אריבער, טעראר אטאקעס האסטו איבעראל איבער די וועלט.
 
נישט ממש.
וואס איך זאג איז, אז ווען מען נעמט אין באטראכט וויפיל מאל דורכאויס היסטאריע אידן זענען אויסגעשטאנען אנטיסעמיטיזם, און מען פראבירט עס מסביר צו זיין מיט פארשידענע אויסריידן, דארף מען באלד פרעגן, צי דער אויסרייד וואס מען געבט, איז גענוגנד פאר גאז קאמערן, גירושים, פאגראמען, וואנזיניגע בלבולים, און אזוי ווייטער. נישט אז די עצם בארבאריזם איז אן אויסנאם.

קלאר?
 
איז דיין טענה אז די מעשים וואס מען האט געטון צו אידן איז אזוי גרויזאם אז מען מוז עס באצייכענען צו עפעס א ספעציעלע סיבה? די אלע זאכן זענען נישט יוניק צו אידן, זשענאסייד, רעיפ, מארד, רעיס טעאריעס קענסטו טרעפן איבעראל. Gypsies זענען אריבער די זעלבע צייט א שואה ווי אונז זענען אריבער, טעראר אטאקעס האסטו איבעראל איבער די וועלט.
כדאי מעתיק צוזיין די לשון פון חת״ם סופר, אין דרשות ג. ״אנחנו בני ישראל עניים ואביונים, גולים וסורים - כמו הטורקים המתגוררים במדינות קיר״ה (אוסטרייך תחת קיסר ירום הודו) או הנוצרים המתגוררים בתוגרמה (ארמענער), מכל מקום יש להם בשום מקום בעולם מלכות וממשלה…. אבל אנחנו בעוונותינו הרבים, מעת חרבה עירנו וגלינו בין העמים,bאין מלך מנהל ומנהיג, ולא שום מקום בעולם אשר יאמר כי הוא זה ממשלת ישראל ...עד כאן לשונו פון דעם רבן של ישראל, ער האט ארויס גיהאט די שפלות פון עם ישראל אז עס איז נישט דא א ממשלת ישראל בעולם, מיט דעם איז גרעסער די צרת ישראל פון די טורקים אין אונגארן, און פון די ארמענער אין מלכות טערקיי (אוטומאן אימפעריע)
איז בזמנינו, אז מען האט זוכה גיוועהן בעזר השם, צו א ממשלת ישראל - הגם עס דארף נאך פיעל תיקונים - דארף מען מכיר טובה זיין פאר הקב״ה, און מתפלל זיין אויף די הצלחה, פון די ממשלת ישראל וואס מען האט אונז גיגעבן פאר כלל ישראל , און אט די הצלחה רופט ארויס קנאה ושנאה, פון אויבי ישראל, ווי דער פסוק זאגט הנה אויביך יהמיון, זאלן די שונאי ישראל פלאצן ואנחנו בשם ה׳ אלוהינו נזכיר,עד כי יבא שילה ולו יקהת עמים.
 
Back
Top