אפענע מופתים פון די לעצטיגע צדיקים

מארטין נידעלמאן לעבט נאך, אפשר קען אים איינער אנרופן הערן וואס ער געדענקט פון די מעשה?
יעצט הייבסטו אן רעדן ווערטער, די ווילסט אנהייבן נאך גייען די מעשה, זייער גוט, די האסט אבער געשריבן אויף יענעם שקרן אן נאך גייען די מעשה, סתם ווייל דיין מח וויל עס נישט גלייבן, אין אזא פאל זאגט מען איך וויל עס נישט גלייבן, שקרן קענסטו זאגן נאכן נאך גייען די מעשה און ס׳שטימט נישט.
 
פארוואס דארף איך טרעפן ראיות אז ער איז א שקרן? זאל ער ברענגען ראיות אז דאס איז אמת. אויב איז דאס אמת וואלט עס געווען מפורסם בשעתו אין צייטונגען וכדו' און מ'וואלט נישט געדארפט ווארטן 40 יאר צו הערן דערפון דורך אן עד אחד
דער ייד האט א חזקת כשרות אז ער דערציילט אז ער האט גיהאט א ישועה, דורך ערליכע ייד פארוואס זאל מען נישט גלייבען, ער זאגט נישט זאכען חוץ לדרך הטבע, נאר אז ער האט קאסאולטעט דעם ריבניץ רבי, און ער האט גיפאלאוט זיין עצה, און ער איז ארויס זכאי בדינו דער ריבניץ רבי איז געוועהן
א עבד ה׳ נאמן לו ולתורתו
 
מארטין נידעלמאן לעבט נאך, אפשר קען אים איינער אנרופן הערן וואס ער געדענקט פון די מעשה?
ווער איז מארטין נידעלמאן דער וואס האט גיהייראט א גויה , וואס ווייס ער פון די מעשה ?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
דער ייד האט א חזקת כשרות אז ער דערציילט אז ער האט גיהאט א ישועה, דורך ערליכע ייד פארוואס זאל מען נישט גלייבען, ער זאגט נישט זאכען חוץ לדרך הטבע, נאר אז ער האט קאסאולטעט דעם ריבניץ רבי, און ער האט גיפאלאוט זיין עצה, און ער איז ארויס זכאי בדינו דער ריבניץ רבי איז געוועהן
א עבד ה׳ נאמן לו ולתורתו

אמאל געהערט פון א קלוגע איד גאר אנדערע ווערטער... די ריבניצער באקומט עפעס ספעציעלע טריטמענט?

אגב נאך א פלאץ ווי מ׳זעט העכערקייט (עס קומט עכט נישט דא אריין יעצט) איז ביי פנים׳ער פון ערליכע אידן
מען קען זען אויף א פנים פון א כולל אינגערמאן אדער אפילו אן ערנסטע בעל הבית אז ער איז דבוק אין רוחניות, ווער רעדט נאך פון צדיקים וואס זייער פנים זאגט כולו הייליקייט
איז דא א הסבר גשמי? א לויער וואס זיצט און שטודירט חכמה פונקט ווי דער כולל אינגערמאן האט נישט אזא פנים!
Tolstoy
Screenshot 2026-02-05 173750.webp

(פארשטייט זיך נישט א לויער)

הוספה:

khomeini
Screenshot 2026-02-06 095026.webp
 
לעצט רעדאגירט:
די מעשה איז שוין געווען דעמאלטס בשעתו באקאנט.
 
אמאל געהערט פון א קלוגע איד גאר אנדערע ווערטער... די ריבניצער באקומט עפעס ספעציעלע טריטמענט?

מה ענין שמיטה אצל הר סיני ,
גראדע קען איך דעם ייד דעם בעל מספר פון די משפט, וואס ער האט גיהאט ביי די שריפה פון זיין
אפארטמענט הויז, און ער איז באשולדיגט געווארען מיט ארסען- ער זאגט אז ער האט גארנישט גיהאט מיט די הדלקה, אם קבלה הוא נקבל - , אבער די פאקטען פארזיך זענען אמת ,
א פייער איז געוועהן , מען האט איהם ארעסטירט ,
עס איז געוועהן א משפט , ער איז ארויס זכאי , דער הויפט עדות האט גיזאגט אז ער איז נאר א עד שמיעה , און דאס איז אויך א פאקט אז ער איז געוועהן קודם ביי דעם ריבניץ רבי, וואס האט איהם געוואונטשען הצלחה , עד כאן איז מציאות, ממילא איז, והמאמין יחיש -צדיק גוזר והקב״ה מקיים
 
מה ענין שמיטה אצל הר סיני ,
פארוואס ווען איינער דערציילט אז איינער האט אים באגאנבעט, זאגסטו אז מ'קען נישט גלייבן די מעשה, מ'דארף האבן באווייז אבער פליצלינג דא ביסטו אקעי צו גלייבן בלינדערהייט?

איך האב בעצם נישט קיין פראבלעם צו גלייבן די מעשה דא מיט די ריבניצער, אבער ס'וואלט געווען סאך געשמאקער די מעשה אויב ס'איז בייגעלייגט מיט באווייזן.
 
וועלן מיר בעסער מסביר זיין - די הלכה זאגט אז ווען איינער איז תובע פון א חבר געלט איז דא דער כלל המוציא מחבירו עליו הראיה, אויסער אז עס איז גיועהן, ווי די תלמוד לייגט עס אראפ, כגון שהיתה מחתרת חתורה בתוך ביתו ובני אדם שלנו בתוך ביתו יצאו וחבילות של כלים על כתפיהם והכל אומרים נגנבו כליו של פלוני, דענסטמאהל איז קלאהר אז עס איז א גניבה , אז איינער איז א לוה ואינו משלם איז ער נקרא רשע,אבער נישט בגדר גנב, עס איז מעשים בכל יום מען זעצט אהן און מען קערט נישט איבער די שטאדט , וואס עס איז געוועהן פונקטליך ביי דעם איש ציון,ווייסט מען נישט איז דא דער -שמוע בין אחיכם - פאר מען סטעמפלסט יענעם אפ אלץ גנב .
צוריק צו די מעשה פון ריבניץ ,די מעשה גידענק איך און דעם משפט,און עס איז געוועהן די מדובר פון די שטאדט בשעתו , אויסער דעם וואס איך קען דעם בעל העובדא.
 
ווי קומט אריין מוציא מחבירו? סעפעס א מושב בית דין דא?

א איד איז באגאנבעט געווארן, ס'נישט געווען קיין "לוה ואינו משלם" ס'געווען א פאל פלעדזש גניבה, איז ער געקומען ארויסגעבן זיין וויי געשריי אויף אייוועלט.

ביסטו געקומען דאלמטאטס מיט דיין מה נשתנה פינגער מסביר זיין אז מ'קען נישט אננעמען אז ס'איז געווען א גניבה ביז מ'הערט די אנדערע צד. אבער דא דארף מען בלינדערהייט גלייבן א האר אויפשטעלענדע מעשה פארוואס נאר? וויל דו געדענקסט די מעשה און דו קענסט די בעל העובדא...?

איך האף פאר דיר נייעס מענטשן געדענקען אויך די מעשה מיט איש ציון און ס'אויך דא מענטשן וואס קענען אים, בום, אמת!
 
wow! לאמיר דאס צונעמען. די קאורט קעיס איז געווען April 12 1977. וואס קומט אויס דינסטאג כ"ד ניסן תשל"ז. איך וועל אים פארגעבן וואס ער זאגט אז עס איז געווען 1976. און אויך וואס ער זאגט אז ער איז געווען ביים רבי'ן זונטאג נאך פסח א טאג פארן משפט, מסתם מיינט ער מאנטאג אסרו חג פסח. אבער ווי עס שטעלט זיך אויס פון דעם צייטונג איז דער איד טאקע א פאלנער שקרן. די בילדינג האט בכלל נישט אפגעברענט אז מ'האט געקענט מאכן קידוש לבנה, עס איז געווען עטליכע קליינע פייערן וואס האט געמאכט די בילדונג דעפארטמענט עס צו דערקלערן אלס אומזיכער. און די טענענטס האבן עס געפייט אין קאורט. מ'רעדט דא פון א סיוויל קעיס און נישט פון א קרימינעל. ער איז בכלל נישט געווארן אנגעקלאגט פאר ארסען און די גאנצע מעשה איז אויסגעזויגן פון פינגער.
 
ויש ליישב, אז דאס איז גיוועהן א שפעטערע קאורט קעיס ווי געוויסע טענענטס האבן גיוואלט פארבלייבן און נישט גיוואלט עוקר זיין
ער באציהט זיך אויף א פריערדיגע קעיס,נאך די שריפה, ווי מען האט איהם חושד געוועהן אז ער איז געוועהן פארמישט אין גורם זיין די שריפה,און ער איז ארויס זכאי .
כל זה דרך אפשר - האט ער נאך נישט פארלוירן די נאמנות ,באוט איי וואוד נאאט בעעט אאן איט .
 
די פייערס זענען געווען יענע יאר, סאו עס האט נישט געקענט זיין נאך א קעיס נאך פסח פאר די קעיס.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ס'איז צייט צו פארמירן א "מכון" צו נאכפארשן די אלע מופתים מעשיות מיט עכטע ריסוירטש. א שיינע פאר מעשיות זענען שוין דיבאנקט, אדער כאטש מוטל בספק געווארן, דא אויף קרעמל און ק"ש.

ס'וואלט געווען א שטארקע זכות אויב איינער קען זיך אריינלייגן דערין. מ'דארף א זייטל וואו דער עדמין לייגט ארויף א מעשה און דער עולם קומט אריין מיט אינפארמאציע. און עי איי איז וועט שוין מאכן די ס"ה

איך קען מיך נישט פארשטעלן די צער וואס די צדיקים גייען דורך אויפ'ן עולם האמת ווען מען פארציילט ליגנט אויף זייער נאמען
 
מוז נישט זיין אז עס איז גורם צער, אויב איז דא יידן וואס קויפען עס,און עס גיט זיי חיזוק, איז עס א זכות שפתותיו דובבות בקבר, ספעציעל אויב עס האט א קורטוב של אמת, איז עס דאך אזוי ווי רוב מעשיות .
 
כ'פארשטיי נישט. חתמו של הקב"ה איז דאך אמת, נישט "חיזוק" אדער קורטוב של אמת
 
רבי יוסף תאומים שרייבט טאקע אזא לשון אין די הקדמה פון זיין חיבור פרי מגדים, אז ממש אמת איז א יקר המציאות,און אויב עס איז דא אין זיין גרויסע ווערק דריי זאכען חידושים וואס זענען אמת, האט זיך גילויענט די גאנצע טירחא, מחבר צוזיין זיין דעם ספר.
רבי יחזקאל הלברשטאם רבי פון שיניווא, האט גיזאגט אז ער האט אזוי פיינט שקר אז אפילו עס זאל זיין א בארג פון אמת און א משהו שקר איז ער ממאס די גאנצע בארג, זעהט אויס עס איז דא צוויי מהלכים און דעם מדבר שקר תרחק .בבחינת די לשון- אם יש דם מחבואה אחת מצלת על כל הכוהנות - אין תלמוד כתובות .
 
Back
Top