- זיך איינגעשריבן
- יוני 22, 2025
- מעסעדזשעס
- 1,768
- רעאקציע ראטע
- 3,980
- פונקטן
- 433
מופתים,הואיל ואתא לידן נימא ביה מילתא
לעצטענס האב איך אהנגיטראפען א ייד אין אנטווערפען , ער לאדענט מיך איין פאר אן איבערבייס אין זיין קאווע שטיבעל, וואוינט ער אין א דירה רחבת ידים 9 שלאפצימער מיט 4 טוילעטס און אפ טו דעיט קיטשען וכו׳,גיב איהם א פרעג אינמיטען שמועס אזוי כלאחר יד, עטץ מוז זיין וועל אואף בלי עין הרע, אזא דירה ווי א מענשען - זאגט ער מיר לאו דוקא אז דו פרעגסט וועל איך דערציילען - איך האב חתונה גיהאט אין גיוואינט אין א געווענליכע דירה, די משפחה איז געווארען נתרבה מיט צעהן קינדערלאך,עס איז פשוט געווארען ענג,בין איך גיגאנגען צו די רבי און מפרש געוועהן דאגתי,אז עס איז נישט אין דער ארדענונג די דחקות פון די דירה , זאגט מיר דער רבי עפעס געלט האסטו? זאג איך $100,000 האב איך,אבער אין הקומץ משביע,זאגט ער מיר הער- דו האנדעלסט אויף די בערזע , גיי און דריי דיך דארט, אפשר וועט דיר איינער אהנטראגען א דירה,זאלסטו זעהן צומאכען א דיעל אבער זאלסט האנדלען אויף די פרייז , אמונת צדיקים,האב איך סאו, די ערשטער שאנץ וואס איך האב גיהאט, האב איך מיך גענומען צו דרייען אזוי אין די בערזע הלוך ושוב,איז פונקט שטייט דארט א ייד נישט קיין היימיש, און ער זאגט פאר איינעם און נאכאיינעם אז ער וויל פארקויפען זיין דירה, און ער טרעפט נישט קיין אוזן קשבת גיי איך צו צו איהם איך אינטערעסיר
מיך וואס ער אפפערט, זאגט ער מיר ער וויל זיך אוועק ציהען פון די שטאדט און ער אפפערט די דירה
פאר דריי מיליאן דולר, זאג איך איהם דאס איז למעלה מהשגתי, איך קען אפפערן איין מיליאן,גיט ער מאך א במחי יד געט לאוסט, זאג איך איהם דא האט איהר מיין ביזנעס קארט,אויב איהר וועט טשענדזשען די מיינד קאול מי , עס איז א דורך א זעקס וואכען קריג איך א קאול פון דעם ייד - הער מיך אויס מיינע גישעפטען טויגען נישט,און איך מוז בקרוב פיילען בענקראפסי, און טאמער די הויז ווערט נישט פארקויפט גייט עס צו די בעלי חובות, על כן בין איך גרייט אהנצונעמען דיין אפפער פון א מיליאן פאר מיין הויז - אומר ועושה מען האט אנגאזשירט
די לויערס אין געשריבען קאנטראקט אויף א מיליאן
איך האב גיגיבען א דעפאזיט $100,000 וואס איך האב גיהאט, און מיט טיים אף עסענס, מען דארף קלאוזען אין פיער וואכן , איך קום נאכאמאהל צו די רבי און ברענג איהם אפ טו דעיט - עשיתי ככל אשר ציויתני- אבער רבי, מען דארף יעצט $990,000 דולר ואין בידי פרוטה לפורטה- זאגט מיר דער רבי , נו וואס ווילסטו איך זאל די טון איך האב נישט פאר דיר אזא סכום , איך זאג פאר די רבי,איך האב גיסיינט קאנטראקט אויף אמונת צדיק, די רבי מוז מיר זעהן צו העלפן זאגט מיר דער רבי - הער מיר , גיי קויף א לאטערי אפשר וועט ער זיין א געווינער , און פארשטייט זיך אזוי האב איך געטון איך האב גיקויפט א לאטערי אין געוואונען א מיליאן דולר , מיט דעם האב איך גיקלאוזט,און דאס די הויז אין וואס מיר זיצען יעצט אין איהר קאווע שטיבעל
איהר ווילט וויסען ווער איז מיין רבי
הקדוש והטהור פון מרכז וויזניץ
למען יאריך ימים על ממלכתו