אפענע מופתים פון די לעצטיגע צדיקים

מופתים,הואיל ואתא לידן נימא ביה מילתא
לעצטענס האב איך אהנגיטראפען א ייד אין אנטווערפען , ער לאדענט מיך איין פאר אן איבערבייס אין זיין קאווע שטיבעל, וואוינט ער אין א דירה רחבת ידים 9 שלאפצימער מיט 4 טוילעטס און אפ טו דעיט קיטשען וכו׳,גיב איהם א פרעג אינמיטען שמועס אזוי כלאחר יד, עטץ מוז זיין וועל אואף בלי עין הרע, אזא דירה ווי א מענשען - זאגט ער מיר לאו דוקא אז דו פרעגסט וועל איך דערציילען - איך האב חתונה גיהאט אין גיוואינט אין א געווענליכע דירה, די משפחה איז געווארען נתרבה מיט צעהן קינדערלאך,עס איז פשוט געווארען ענג,בין איך גיגאנגען צו די רבי און מפרש געוועהן דאגתי,אז עס איז נישט אין דער ארדענונג די דחקות פון די דירה , זאגט מיר דער רבי עפעס געלט האסטו? זאג איך $100,000 האב איך,אבער אין הקומץ משביע,זאגט ער מיר הער- דו האנדעלסט אויף די בערזע , גיי און דריי דיך דארט, אפשר וועט דיר איינער אהנטראגען א דירה,זאלסטו זעהן צומאכען א דיעל אבער זאלסט האנדלען אויף די פרייז , אמונת צדיקים,האב איך סאו, די ערשטער שאנץ וואס איך האב גיהאט, האב איך מיך גענומען צו דרייען אזוי אין די בערזע הלוך ושוב,איז פונקט שטייט דארט א ייד נישט קיין היימיש, און ער זאגט פאר איינעם און נאכאיינעם אז ער וויל פארקויפען זיין דירה, און ער טרעפט נישט קיין אוזן קשבת גיי איך צו צו איהם איך אינטערעסיר
מיך וואס ער אפפערט, זאגט ער מיר ער וויל זיך אוועק ציהען פון די שטאדט און ער אפפערט די דירה
פאר דריי מיליאן דולר, זאג איך איהם דאס איז למעלה מהשגתי, איך קען אפפערן איין מיליאן,גיט ער מאך א במחי יד געט לאוסט, זאג איך איהם דא האט איהר מיין ביזנעס קארט,אויב איהר וועט טשענדזשען די מיינד קאול מי , עס איז א דורך א זעקס וואכען קריג איך א קאול פון דעם ייד - הער מיך אויס מיינע גישעפטען טויגען נישט,און איך מוז בקרוב פיילען בענקראפסי, און טאמער די הויז ווערט נישט פארקויפט גייט עס צו די בעלי חובות, על כן בין איך גרייט אהנצונעמען דיין אפפער פון א מיליאן פאר מיין הויז - אומר ועושה מען האט אנגאזשירט
די לויערס אין געשריבען קאנטראקט אויף א מיליאן
איך האב גיגיבען א דעפאזיט $100,000 וואס איך האב גיהאט, און מיט טיים אף עסענס, מען דארף קלאוזען אין פיער וואכן , איך קום נאכאמאהל צו די רבי און ברענג איהם אפ טו דעיט - עשיתי ככל אשר ציויתני- אבער רבי, מען דארף יעצט $990,000 דולר ואין בידי פרוטה לפורטה- זאגט מיר דער רבי , נו וואס ווילסטו איך זאל די טון איך האב נישט פאר דיר אזא סכום , איך זאג פאר די רבי,איך האב גיסיינט קאנטראקט אויף אמונת צדיק, די רבי מוז מיר זעהן צו העלפן זאגט מיר דער רבי - הער מיר , גיי קויף א לאטערי אפשר וועט ער זיין א געווינער , און פארשטייט זיך אזוי האב איך געטון איך האב גיקויפט א לאטערי אין געוואונען א מיליאן דולר , מיט דעם האב איך גיקלאוזט,און דאס די הויז אין וואס מיר זיצען יעצט אין איהר קאווע שטיבעל
איהר ווילט וויסען ווער איז מיין רבי
הקדוש והטהור פון מרכז וויזניץ
למען יאריך ימים על ממלכתו
 
כ׳ווייס נישט אויב דו מאכסט א ווערטל אדער נישט. ח.י.ו. האט א הערליכע הויז און ער האט עס דאכזיך געקויפט פון איינער וואס איז געגאנגען באנקראט, איך וואלט עם נישט געגלייבט אויפן וועטער און פון ווי ער האט זיין געלט ברויך ער זיכער באקן א מעשה….
 
איך דערצייל אזוי ווי דער ייד האט מיר געזאגט
איי דאונט וואוטש פאר איט .
 
Yiddish 24 | פורים אפטיילונג
האב איך אויסגעהערט דעם קניפל אויפן קולמע, און איך מיין אז איך פארשטיי שוין אלע מופתים פון פון די פריעדיגע...
 
לעצט רעדאגירט:
דערציילט די וואך א מעשה פאר די קינדער פון ר' אלימלך פון ליזענסק, ווי מ'האט אים אריינגעברענגט די זופ אין ער האט איבערגעדרייט דעם טעלער, איז דארט געווען מיין איך ר' הערשעלע מ'רימונוב און ער געבט א שריי, גיוואלד מ'קען דאך ארעסטירן דעם רבי'ן.

די חסידים האבן זיך זייער געווינדערט וואס פאר דא גייט.

האט ר' אלימלך מסביר געווען אז אין וויען האט די מלוכה אפגעשריבן א גזירה אויף א פאפיר, און ווען ר' אלימלך האט אויסגעגאסן די זופ האט זיך אויסגעגאסן די באטל טינט אויף דעם פאפיר ובטלה הגזירה, זי"ע.

מיין כתה א' אינגל האט געפרעגט אן אינטערעסאנטע שאלה, כ'האב נישט געוויסט וואס צו ענטפערן.

ער האט שוין שלום געמאכט מיט די מצב אז א צדיק קען אויסגיסן עפעס ביי זיך, און ס'גיסט זיך אויס עפעס ערגעץ אנדערש.

אבער ער וויל פארשטיין, האט נישט די מלוכה דארט געהאט נאך פאפירן? זייט ווען ווערט א געזעץ בטל פשוט ווייל עפעס האט זיך אויסגעגאסן?
 
איך האב אויך געהאט די מעשה אהיימגעברענגט דורך די קינדער
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh

עס ווערט דערציילט אויף רבי פנחס הורביץ בעל הפלאה
ווי אזוי ער איז געווארען רב אין פרנקפורט, וואס האט געזוכט א רב נאך די פטירה פון רבי אברהם אבוש צוזיין
א ממלא מקום רבם , און בימיו איז ער געוועהן פארוויקעלט מיט די גט פון קליווא ווי כמעט אלע גדולים פון יענע צייט זענען ארויס קעגען איהם וואס ער האט גיפסל׳ט דעם גט מיט די טענה אז דער מגרש איז נישט געוועהן שפוי בדעתו , און אלע האבען געשריבען תשובות מכשיר צוזיין דעם גט - מען האט צוזאם גענומען די תשובות און געדרוקט אין ספר אור ישראל דורך רבי ישראל ליפשיץ א (זיידע פון בעל תפארת ישראל ) ער איז געוועהן דער מסדר פונדעם גט , איז יעצט אז די יידן פון
פרנקפורט האבען געזוכט א רב האבען די טובים אפגעמאכט אז איינער ווואס האט געשריבען קעגען זייער רב רבי אבוש ,איז נישט פאסיג פאר די רבנות , זענען זיי אהנגעקומען צודעם בעל הפלאה , וואס ער האט נישט געשריבען א תשובה קעגען רבי אבוש , און מען האט איהם מכתיר געוועהן מיט די רבנות פון פרנקפורט,איז ער געפאהרען פון פוילען אויף מדינת אשכנז אהנצונעמען די רבנות , איז אונטערוועגענס האט ער געמאכט א סטאפ אין מעזריטש ביי דעם מגיד בעל ליקוטי אמרים און ער האט מקבל עיניני חסידות פון איהם , אויך האט ער דענסטמאהל זיך באקענט מיט דעם רב בעל התניא און ער האט איהם מעודד געוועהן צו שרייבען די שלחן ערוך הרב , ווען דער הפלאה איז אהנגעקומען קיין פרנקפורט און ער איז שוין געוועהן על כסא ממלכתו האט ער אמאהל אין א שמועס מיט די טובי העיר,געפרעגט ברוב ענוותנותו וואס עפעס פון אלע גדולים האט עטץ בוחר געוועהן אין מיר אנכי הקטן - האבען זיי איהם געזאגט די הסכם וואס זיי האבען געהאט אז מען נעמט דוקא איינעם וואס האט נישט געשריבען א תשובה קעגען זייער רב , האט ער זיי דערציילט אז ער גראדע האט יא אהנגשריבען א לענגערע תשובה מיט שארפע לשונות קעגען רבי אבוש,נאר אזוי ווי עס איז געוועהן דער סדר , האט ער געוואלט נעמען די כלי פון זאמד אויס צוגיסען אויף די תשובה אפצוטריקענען די טינט,האט ער בטעות גענומען די כלי מיט טינט און אוסגעגאסען אזוי אז עס איז קאליע געווארען ,האט ער עס אהנגענומען פאר א סימן און ער האט גונז געוועהן די תשובה און נישט איבערגעשריבען,און דארך דעם האט ער זוכה געוועהן אין די רבנות .
עס איז געוועהן דער נהוג אין די מלוכות,אז מען האט געשריבען א געזעץ וואס האט געהאט קאנטראווערסיעס
אז אויב דער דאקומענט איז קאליע געווארען פאר די חתימה,האט מען דעם געזעץ נישט אדוכגעפירט דאס קען זיין דער הסבר פון די מעשה ,
ווער עס וויל גלייבען מעג גלייבען , ראשונים כמלאכים .
 
איך האב געזעהן דעי וואך אין אן אינטערוויא מיט ר׳ מאיר שניצלער, אז ער פלעגט וועקן הרה"ק מסאטמאר ז"ל דורך באדעקען די מזוזה פונעם צימער, ער ברענגט דארט אז אזוי האבן נאך הויז בחורים דערציילט
 
לעצט רעדאגירט:
מענין לענין ברענגען גאר אסאך ערשטע עדות אז די ריבניצער זי"ע פלעגט זאגן פאר מענטשען וואס זענען נישט געווען אין מקוה אז מען זאל גיין אין וואסער
 
@ריבי ס'איז א שיינע מעשה אפילו פאר איינער וואס פערזענליך זעהט עס נישט אלץ סימן פון הימל
 
מענין לענין ברענגען גאר אסאך ערשטע עדות אז די ריבניצער זי"ע פלעגט זאגן פאר מענטשען וואס זענען נישט געווען אין מקוה אז מען זאל גיין אין וואסער
ער פלעגט אויך זאגן פאר מענטשן וואס זענען יא געווען.
 
ס'האט נישט קיין פשט צו לייקענען אפענע זאכן. מען ווערט נישט קלוג. ס'איז א דבר ידועה ומפורסם, און איך האב דאס געהערט ערשטהאנטיג פון אנשים נאמנים. צווישן זיי אזעלכע וואס זענען גאנץ שוואכע גלייבערס בכלליות, אז ער האט געהאט אפענע אויגן בפרט אין די ענין. מען האט אים נישט געקענט פארנערן. ער האט גוט געוויסט ווער עס איז געווען אין מקוה און ווער נישט.
 
עס ווערט דערציילט אויף רבי פנחס הורביץ בעל הפלאה
ווי אזוי ער איז געווארען רב אין פרנקפורט, וואס האט געזוכט א רב נאך די פטירה פון רבי אברהם אבוש צוזיין
א ממלא מקום רבם , און בימיו איז ער געוועהן פארוויקעלט מיט די גט פון קליווא ווי כמעט אלע גדולים פון יענע צייט זענען ארויס קעגען איהם וואס ער האט גיפסל׳ט דעם גט מיט די טענה אז דער מגרש איז נישט געוועהן שפוי בדעתו , און אלע האבען געשריבען תשובות מכשיר צוזיין דעם גט - מען האט צוזאם גענומען די תשובות און געדרוקט אין ספר אור ישראל דורך רבי ישראל ליפשיץ א (זיידע פון בעל תפארת ישראל ) ער איז געוועהן דער מסדר פונדעם גט , איז יעצט אז די יידן פון
פרנקפורט האבען געזוכט א רב האבען די טובים אפגעמאכט אז איינער ווואס האט געשריבען קעגען זייער רב רבי אבוש ,איז נישט פאסיג פאר די רבנות , זענען זיי אהנגעקומען צודעם בעל הפלאה , וואס ער האט נישט געשריבען א תשובה קעגען רבי אבוש , און מען האט איהם מכתיר געוועהן מיט די רבנות פון פרנקפורט,איז ער געפאהרען פון פוילען אויף מדינת אשכנז אהנצונעמען די רבנות , איז אונטערוועגענס האט ער געמאכט א סטאפ אין מעזריטש ביי דעם מגיד בעל ליקוטי אמרים און ער האט מקבל עיניני חסידות פון איהם , אויך האט ער דענסטמאהל זיך באקענט מיט דעם רב בעל התניא און ער האט איהם מעודד געוועהן צו שרייבען די שלחן ערוך הרב , ווען דער הפלאה איז אהנגעקומען קיין פרנקפורט און ער איז שוין געוועהן על כסא ממלכתו האט ער אמאהל אין א שמועס מיט די טובי העיר,געפרעגט ברוב ענוותנותו וואס עפעס פון אלע גדולים האט עטץ בוחר געוועהן אין מיר אנכי הקטן - האבען זיי איהם געזאגט די הסכם וואס זיי האבען געהאט אז מען נעמט דוקא איינעם וואס האט נישט געשריבען א תשובה קעגען זייער רב , האט ער זיי דערציילט אז ער גראדע האט יא אהנגשריבען א לענגערע תשובה מיט שארפע לשונות קעגען רבי אבוש,נאר אזוי ווי עס איז געוועהן דער סדר , האט ער געוואלט נעמען די כלי פון זאמד אויס צוגיסען אויף די תשובה אפצוטריקענען די טינט,האט ער בטעות גענומען די כלי מיט טינט און אוסגעגאסען אזוי אז עס איז קאליע געווארען ,האט ער עס אהנגענומען פאר א סימן און ער האט גונז געוועהן די תשובה און נישט איבערגעשריבען,און דארך דעם האט ער זוכה געוועהן אין די רבנות .
עס איז געוועהן דער נהוג אין די מלוכות,אז מען האט געשריבען א געזעץ וואס האט געהאט קאנטראווערסיעס
אז אויב דער דאקומענט איז קאליע געווארען פאר די חתימה,האט מען דעם געזעץ נישט אדוכגעפירט
דאס קען זיין דער הסבר פון די מעשה ,
ווער עס וויל גלייבען מעג גלייבען , ראשונים כמלאכים .
פארוואס האב איך געדארפט ליינען די גענצע מעשה אנצוקמען צו די צוויי שורות? האסט א מקור צו די מנהג פון די מלוכות?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ס'האט נישט קיין פשט צו לייקענען אפענע זאכן. מען ווערט נישט קלוג. ס'איז א דבר ידועה ומפורסם, און איך האב דאס געהערט ערשטהאנטיג פון אנשים נאמנים. צווישן זיי אזעלכע וואס זענען גאנץ שוואכע גלייבערס בכלליות, אז ער האט געהאט אפענע אויגן בפרט אין די ענין. מען האט אים נישט געקענט פארנערן. ער האט גוט געוויסט ווער עס איז געווען אין מקוה און ווער נישט.
קיינער איז נישט מחיוב מיך צו גלייבן. איך פערזענדליך האב געהערט פון איינעם (וואס ביי מיר איז ער באגלייבט) וואס איז געווען יענע טאג אין מקוה און ער האט אים געזאגט ער זאל גיין אין וואסער. איך זאג וואס איז נוגע פאר מיך. גראדע גלייב איך פולקאם אין מופתים, פשוט אויף דעם האב איך געהערט אנדערשט.
 
איך האב געזעהן דעי וואך אין אן אינטערוויא מיט ר׳ מאיר שניצלער, אז ער פלעגט וועקן הרה"ק מסאטמאר ז"ל דורך באדעקען די מזוזה פונעם צימער, ער ברענגט דארט אז אזוי האבן נאך הויז בחורים דערציילט
עס קען זיין פשוט,ער איז נישט געשלאפען טיעף אזוי ווי עס איז שכיח ביי אן עלטערע מענטש , און ער האט זיך אויפגעוואכט פונזיין באוועגונג ביי די פתח המזוזה .
דער רבי פון סאטמאר איז געוועהן משכמו ולמעלה גבוה
פון בני דורו און די קליינע עפיזאדען פון ר׳ מאיר שניצלער
וואס ער דערציילט ברענגט נישט ארויס געהעריג זיין גדלות מיט חכמה און יראה .
 
קיינער איז נישט מחיוב מיך צו גלייבן. איך פערזענדליך האב געהערט פון איינעם (וואס ביי מיר איז ער באגלייבט) וואס איז געווען יענע טאג אין מקוה און ער האט אים געזאגט ער זאל גיין אין וואסער.
דאס האב איך געמיינט מיט מקור, פאר מיר איז עס גענוג.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
מענין לענין ברענגען גאר אסאך ערשטע עדות אז די ריבניצער זי"ע פלעגט זאגן פאר מענטשען וואס זענען נישט געווען אין מקוה אז מען זאל גיין אין וואסער
גם אנכי האב איך געהערט אויף דעם צדיק פון ריבניץ וואודערליכע זאכען פון מערערע מענטשען ,
יש דברים בגו .
 
Back
Top