פערל רייד

וויכטיג פאר עלטערן צו וויסן, אז ווען מען קריטיקירט א קינד, וועט דאס נישט גורם זיין אז דאס קינד זאל דיר אויפהערן ליב צו האבן, אבער עס וועט גורם זיין דאס קינד זאל זיך אויפהערן ליב צו האבן 💔
 

בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_1678.jpeg
    IMG_1678.jpeg
    338.3 KB · געזען: 52
וויכטיג פאר עלטערן צו וויסן, אז ווען מען קריטיקירט א קינד, וועט דאס נישט גורם זיין אז דאס קינד זאל דיר אויפהערן ליב צו האבן, אבער עס וועט גורם זיין דאס קינד זאל זיך אויפהערן ליב צו האבן 💔
אויף זעלבן מהלך,
מען זאל נישט מאכן קיין קאמפעטישן צווישן קינדער אדער אפילו קלעסמעטס צו קאזינס (איך רעד נישט פון קאנטעסטס, איך רעד פון, קוק ווי גוט יענקי קען, און ווי שיין שלומי דאווענט, לאמיר זען צו די קענסט אויך) עס קען ארבעטען אויף די קורצע טערמין, אבער אביסל שפעטער געשעט אז דעי קינד וועט מחליט זיין אראפ מיט דעי קאמפעטישען און נישט נאר איך גיי נישט קאמפיטן, איך גיי טון דוקא פארקערט אז יעדער זאל זען אז איך בין נישט אין דעי רעיס און מען זאל מיך אויפהערן משוגע מאכן.
 
אויף זעלבן מהלך,
מען זאל נישט מאכן קיין קאמפעטישן צווישן קינדער אדער אפילו קלעסמעטס צו קאזינס (איך רעד נישט פון קאנטעסטס, איך רעד פון, קוק ווי גוט יענקי קען, און ווי שיין שלומי דאווענט, לאמיר זען צו די קענסט אויך) עס קען ארבעטען אויף די קורצע טערמין, אבער אביסל שפעטער געשעט אז דעי קינד וועט מחליט זיין אראפ מיט דעי קאמפעטישען און נישט נאר איך גיי נישט קאמפיטן, איך גיי טון דוקא פארקערט אז יעדער זאל זען אז איך בין נישט אין דעי רעיס און מען זאל מיך אויפהערן משוגע מאכן.
אדער וועט ער א גאנץ לעבן בלייבן אינעם אילאזיע "כ'בין נישט גענוג גוט צו זיין באליבט"
 
נארמאלקייט איז ווי אן אויסגעפלאסטערטע וועג, ס׳באקוועם צו גיין דערויף, אבער בלומען וועלן קיינמאל דארט נישט וואקסן



(אין אנדערע ווערטער: צו האבן עפעס extra ordinary לוינט צו האבן די דרייסטקייט צו טון עפעס אויסערגעווענטליך אפילו אויב ס׳וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן עס אנקוקן ״משוגע״. די מינוט וואס א מענטש האט קוראזש צו טון וואס זיין הארץ פילט איז ריכטיג, טראצדעם וואס מ׳וועט אים אפשר אנרופן ״נישט נארמאל״ - דעמאלס פלאנצט ער בלומען אין זיין דרך און פארוואנדלט א לאנגווייליגע ליידיגע road זאל ווערן א הערליכע וועג)
 

בייגעלייגטע פיילס

  • F7969718-0A30-46A9-A8B5-288E7E809202.jpeg
    F7969718-0A30-46A9-A8B5-288E7E809202.jpeg
    226 KB · געזען: 25
ס'גרינג צו פילן כאילו ס'מאכט נישט אויס אויב דו לעבסט אדער נישט, אבער ס'איז א ליגנט
כאטש ס'דא איבער 8 ביליאן מענטשן ביזטו אבער א יחיד במינו= מיט דיין אייגנארטיגע נאטור, עקספיריענס (קיינער האט נישט פונקט די זעלבע איבערלעבענישן ווי דיר - אפילו נישט דיינע געשוויסטער!) און דיינע כוחות און כשרונות האבן א ספעציעלע flavor וואס קיינער אין די וועלט קען נישט נאכמאכן (צוויי מענטשן קענען דערציילן די זעלבע מעשה און פון איינעם האב איך נישט געדולד אויסצוהערן - כאטש אנדערע האבן אים ליב, און א צווייטער וואס פשוט קאנעקט מיט מיר - פארוואס? ווייל קיינער איז נישט געמאכט צו געפעלן פאר יעדן! ווי די וועלט זאגט: אויב פרובירסטו צו געפעלן יעדן וועסטו נישט געפעלן פאר קיינעם if you try to please everyone you please no one
יעדער פון אונז קליקט מיט געוויסע מענטשן יא און מיט געוויסע נישט.

די פראבלעם איז ווען מ'דרייט זיך צווישן מענטשן וואס פארשטייען נישט דיר מחשיב צו זיין - זיי זענען בלינד צו דיין ספעציעלקייט. די סביבה פון א מענטש האט א געוואלדיגע השפעה אויף דיין געמיט

ס'וויכטיג דו זאלסט געדענקען אז ס'נישט מעגליך צו מאכן א קאפי פון דיר,
דו ביזט א וואונדערליכקייט וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען און וועט קיינמאל מער נישט זיין.
דו האסט עפעס צו אפפערן אין די וועלט וואס קיינער קען נישט טון פונקט ווי דו,
און יעדער וואס קען דיר איז נהנה פון דיר אסך מער ווי דו קענסט זיך משער זיין (ווייל רוב מענטשן וועלן ליידער נישט ארויסווייזן זייער דאנקבארקייט אדער אפילו זיין AWARE וויפיל זיי זענען נהנה פון דיר און ווי שטארק ס'וועט זיי וויי טון אויב דו ביזט נישט דא)

פארשער האבן פעסטגעשטעלט אז די טשענסעס אז דו זאלסט געבוירן ווערן בכלל איז איינס אין פיר טריליאן!!! ממילא לוינט נישט אנצוקוקן קיינמאל מיט ביטול דיין לעבן חלילה -נאר פארשטיין ווי טייער ס'איז -
און צו טרעפן וואס קענסט טון מיט אזא PRECIOUS LIFE -וואס קען ברענגען הנאה פאר דיר
(ווי אויך פאר אנדערע, ווייל דעמאלס קענסטו דיך מיטפרייען מיט אנדערע)

אלעמאל גוט צו אינוועסטירן דיין אהבה דארט ווי ס'ווערט RECIPROCATED - דיין ליבשאפט איז א מתנה און זאל געשעצט ווערן-
געב עס נישט אוועק דארט ווי מ'האט דיר נישט ליב אויף צוריק.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • Screen Shot 2025-05-29 at 3.47.56 PM.png
    Screen Shot 2025-05-29 at 3.47.56 PM.png
    720.5 KB · געזען: 21
ס'איז נאריש זיך איינצורעדן אז ווען איינער איז דיפרעסד וועלן "גוטע עצות" וויאזוי צו טראכטן פאזיטיוו יענעם העלפן (מילא ווען דו קענסט יענעם העלפן מיט געלט אדער אן אויער און א הארץ אויסצוהערן אינגאנצן אן איבערהאקן און פרובירן יענעם פיקסן, איז עפעס אנדערש)

צו מיינען אז מ'קען זיך סתם "אפשאקלען" פון דעפרעשן, כאילו מ'דארף נאר האבן גענוג א שטארקע וויל
איז פונקט די זעלבע ווי איינער זאגט פאר א טויבן: דו דארפסט דיך פשוט צוהערן בעסער...
 

בייגעלייגטע פיילס

  • Screen Shot 2025-05-29 at 4.35.52 PM.png
    Screen Shot 2025-05-29 at 4.35.52 PM.png
    137.6 KB · געזען: 20
סוף כל סוף מאכט נישט אזויפיל אויס וויפיל יאר דו לעבסט אויף דער וועלט, נאר וויפיל פון דעי יארן האט עפעס לעבן אין זיך
איכות איז וויכטיגער ווי כמות
ס'גוט צו מאכן זיכער הנאה צו האבן יעצט וויפיל ס'נאר מעגליך
whatever brings you joy, do more of that
 

בייגעלייגטע פיילס

  • wa.jpg
    wa.jpg
    286.4 KB · געזען: 19
“I think, therefore I don’t.”
אינספירירט דורך א צאמשטעל פון דעקארט'ס קאגיטא, און שלמה המלך'ס יוסיף דעת יוסיף מכאוב, וועלכע אנטמוטיגט פון לעבן אין מחשבה.
 
Reminder!!

A bottle of water costs:
$1 at the supermarket,
$2 at the gym,
$6 at the restaurant
$10 on a plane

Same water. The only thing that changed its value - 'the place',
So next time you feel like you're not worth enough,
maybe you're in the
!!!"wrong place"
 
לעצט רעדאגירט:
דאס וואס דיר גלוסט באמת - וועט בייגן דיין רצון
דיין רצון וועט צום סוף בייגן דיינע מעשים
דיינע מעשים וועלן באשטימען וואס דיין גורל וועט זיין
 

בייגעלייגטע פיילס

  • AD6D55E7-1BC4-4B97-91B3-208BCA34D61A.jpeg
    AD6D55E7-1BC4-4B97-91B3-208BCA34D61A.jpeg
    43.8 KB · געזען: 18
איך האב עס צוטירט ווייל למעשה איז עס ריכטיג און שארף.
אבער איך וויל קלאר מאכן אז אלץ א כהניסט בין איך נישט מסכים אז עס איז ריכטיג אזוי צו טוהן סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.
מען דארף 90% פראצענט אראבער ארויס טרייבן, און אויך אייננעמען עבר הירדן, צפון לבנון און מדבר סיני.
אבער דאס באלאנגט שוין אין א צווייטע אשכול
דיין עקזיסטענץ, און די עקזיסטענץ פון דיינע כהנא קאלעגן טוען לכאורה אפווארפן גאלדע מאירקע'ס דיבורים.

''אונז'' נעמט אויך אריין די כהנ'יסטן (אז נישט נתת דבריך לשיעורים)
 
איך פלעג אמאל מיינען אז גוטע עלטערן מיינט ווען די קינדער פירן זיך גוט אויף.
אבער לאו דוקא. ס׳דא קינדער וואס האבן גאר שלעכטהארציגע עלטערן ליידער און זיי זענען זייער גוטע קינדער.
די אמת׳דיגע באווייז אויף גוטע עלטערן איז וויאזוי די עלטערן אליין פירן זיך אויף.

IMG_2038.jpeg
 
״דו,״ האט ער געזאגט, ״ביזט גאר אן אמת׳דיגער מענטש, אין גאר א פאלשע וועלט. און איך גלייב אז צוליב דעם ליידסטו אזויפיל פּיין״
-ניטשע
 

בייגעלייגטע פיילס

  • B120BA65-B642-4EDC-B369-1F19E8437C07.jpeg
    B120BA65-B642-4EDC-B369-1F19E8437C07.jpeg
    85.3 KB · געזען: 17
Love it
That’s exactly how the mental health industry is busy pathologizing brilliant adaptive strategies
and calling it deficiencies
because it doesn’t meet some silly criteria
of a f***ed up world

אנשטאט צו פארשטיין די אראנדש פאר די מעלות וואס ס׳האט איז מען כסדר פארנומען עס קריטיקירן וואספארא פעלערהאפטיגע עפל ער איז…

דערמאנט די באקאנטע ווערטל:
It’s no measure of sanity
to be well adjusted
to an insane world
 
אויב די 67׳ גרעניץ אין ארץ ישראל איז אזוי הייליג, דאן פארוואס איז געווען א מלחמה אין 67׳ ?
(גולדא מאיר)
 
Thats
Reminder!!

A bottle of water costs:
$1 at the supermarket,
$2 at the gym,
$6 at the restaurant
$10 on a plane

Same water. The only thing that changed its value - 'the place',
So next time you feel like you're not worth enough,
maybe you're in the
!!!"wrong place"
Thats Why they call it Highway Robbery,
Anything you buy on the Highway, They rob you....
 
Back
Top