פּאַרטישענד און 3רד פּאַרטי קוקיס - אַן עקזעמפּל פון אײװעלט

קץ דוחק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
679
רעאקציע ראטע
1,810
פונקטן
223
ס'דא נאך זאכן אויסער די אייפי וואס דו זעסט
העקערס [אויך היימישע] קענען טרעיסן חשבונות מיט קוקיס וואס קומט פון די זעלבע קומפיוטער וואס יענער סיינט אין, סיי וועלכע וועג.
אויסער פון אנדערע לענדער, וואס ווערט געבלאקט בדווקא צוליב רעגירונג זיכערהייט
ס'קומט נישט אזױ ארײן אבער כ'האב נישט געטראפן א בעסערע פלאץ װאו דאס צו פאוסטן און איך בין פױל און מיד צו עפענען א שנירל באזונדער אױפדעם.

אזױ װי כ'האב אמאל געלערנט איבער די זאכן, פיהר איך מיר אז פון צײט צו צײט טשעק איך די קוקיס װאס מײן בראוזער סטאָרט און איך מעק אױס דיע װאס זעען מיר נישט אױס װיכטיג.

האב איך יעצט באמערקט אז װען איך באזוך אײװעלט, פּאַקן זײ ארױף אױף מײן בראוזער 6 קיכעלעך אזױ פריש ארױס פון אױװן אהן פרעגן. טשעק איך די קוקיס און איך זעה א מאדנע טערמין װאס איך האב ביז הײנט, אױף מײן פריעדיגע קאמפיוטער, נישט באמערקט: פּאַרטישענד.
1752617455262.png



מאך איך א סױרטש; שטעלט זיך ארױס, אױב האב איך גוט פארשטאנען, אז אײװעלט, אזױ װי פיהלע אנדערע װעבסײטס, פּלאָנקט ארױף אױף דײן בראוזער 3רד פּאַרטי קוקיס, װי למשל די בלינקעדיגע, אױג פארבלענדענדע אַדװערטײזערס, זאלן דיך נאכגײן אױך אױף אנדערע [הײמישע] װעבסײטס אװאו אדװערטײזמענטס פון די זעלבע דעװעלאופער, פון אײװעלט, אדער די זעלבע עד קאמפאני ערשײנען , כדי זײ זאלן ביסלעכװײז בױען א פראופײל אױף דיך װאס דו האסט ליב צו בראוזן.

יעצט, דער 'פארטישענד' איז א נײע טעקניק פון קוקי דעװעלאופערס צוזאגן פאר די 3רד פארטי קוקיס, העי, האלט אײך און די ראמען, איר זענט נאר ערלױבט צו ספּײען אױף די יוּזער (דו) װען ער באזוכט אײװעלט אבער נישט װען ער באזוכט די װעבסײטס פון 'לױפער'ס טרוקענע פּעמפּערס' אדער אײנהאָרן'ס ספרים געשעפט. דאס שפּאַרט װי כאילו צו די קוקי אין א דזשאַר אדער קאנטעינער אז ס'איז נאר עװעילעבל צו דער 3רד פארטי (דער אדװערטײזער) װען די יוזער איז אױף ivelt.com אדער עני פּעטה אונטער דעם - די פילצאליגע פעידזשעס אונטער ivelt.com, און נישט אױף א פרעמדע װעבסײט (דאמעין\URL).
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 1752617447574.png
    1752617447574.png
    17.1 KB · געזען: 39
לעצט רעדאגירט:
וויאזוי קליערד מען קוקיס?
 
אין קראָם, גײ צו סעטטינגס:
1752660805642.png




גײ צו פרײװעסי און סעקיוּריטי -> סײט סעטינגס
1752661032163.png


3רד פארטי קוקיס:
1752661094355.png


קודם מאך זיכער צו בלאָקן 3רד פארטי קוקיס. נאכדעם דרוק אונטן אױף 'סי אלל סײט דאטא ענד פּערמישענס', װעסטו זעהן די אינדיװידועלע קוקיס פאר אלע סײטס װאס דו האסט באזוכט:
(גיב אובאכט נישט זיך סתם נעמען מעקן אין די װעלט ארײן װײל דו װעסט מוזן פריש ארײנסײנען איבעראל און פרעפרענצן װאס דו האסט געסעט אױף יענע װעבסײטס, צו אפילו פאָנקשענאַליטי אױף יענע װעבסײטס װעלן זיך ריסעטן אדער צעבראכן װערן. סאױ גיב אכט למשל מיט גוגל, מײקרעסאפט, יוּטיוּב, פאסװארד מענעדזשערס אדער דײנע פעיװאריט סײטס. דא האסטו א װעבסײט װאו דו קענסט ארײנלײגן א נאמען - די װעריעבּל - פון סײ װעלכע קוקי און זײ װעלן דיך זאגן ראָפֿלי װאס די קוקי טוהט. לפי זה קענסטו מחליט זײן אױב עס צו פארמעקן אדער נישט. זעה די נעקסטע בילד).
1752661426579.png



צו זעהן אלע קוקיס פון א פארטיקיוּלאר װעבסײט, אדער די ספעציפישע נאמען פון א קוקי: גײ, אױף קראם, צו 'דעװעלאופּער טוּלס' טעבּ:

1752662831147.png

און דערנאך צו אַפּליקעישאנס -> קוקיס -> דער פארטיקולאר װעבסײט יוּ אַר עֶל. זעה די Name קאלום (אדער פעלד). נעם דעם נאמען און לײג עס ארײן אין די סױרטש אױף די קוקי סױרטש װעבסײט װעלן זײ דיר צומאל זאגן װאס די קוקי טוהט.

זעה װי די קוקיס למשל פון אײװעלט איז סעט צו עקספײערן אין א יאר ארום. אקעי, דאס איז נארמאל. אבער נישט צו סעקיורן און נישט צו סעטן HttpOnly איז דאכט זיך נישט בעסט פרעקטיס.

נאכדעם האסטו דער פארטישענד קוקי פון װאס מען האט נעכטן גערעדט. זעה די SameSite אטריביוּט. דאס מײנט דאכט זיך מיר אז לױפער'ס פעמפערס סײט קען דיך טאקע נישט טרעקן אױב דו קװעטשט אױף זײערס א לינק עמבעדעד אין אײװעלט, אבער אײװעלט'ס עדס און לינקס עמבעדעד אין לױפער'ס פעמפערס װעבסײט קענען דיך יא טרעקן. ודוק.

1752667408206.png


און דאס איז פון Home - CookieSearch. די קוקיס אונטער די דרײ הײלײטעד קאטעגאריעס קענסטו מסתמא רוהיג אױסמעקן.

1752662600898.png
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 1752667077732.png
    1752667077732.png
    502.9 KB · געזען: 4
  • 1752661153760.png
    1752661153760.png
    134.1 KB · געזען: 9
אה, און פאר איך פארגעס, דאס איז א װיכטיגע בראוזער עקסטענשאן װאס יעדער מוז דאונלאודן. עס העלפט בלאקן אדװערטײזערס און 3רד פארטי טרעקערס. עס הײסט פּרײװעסי בּעדזשער.
איך ווער שוין אביסל פּערענויד דא. וואס איז די בּענעפיט פאר די פאבריצירער פון דעי עקסטענשן? וויאזוי ווייס איך אז זיי קאלעקטן נישט סיקרעטלי even more info? (קיינער אין די ביזנעס וועלט אפפערט נישט מתנות אומזיסט. אלעס האט דאך א חשבון)
 
1752676131839.png


מר. @קץ דוחק, דו שרייבסט דען אויף איי-וועלט? - נישט ח''ו אז איך בין אינטערסירט.

נאר טאמער נישט, וואס איז דען אזא גרויסע פראבעלם מיט קוקיס פון אייוועלט, אז דו האסט אזוי מורה אז זיי קוקן דיך נאך?

אויב איך האב נישט קיין באנוצער נאמען אויף איי.וועלט, דהיינו, איך שרייב נישט דארטן קיינמאל, איך לייען בלויז זייער 'ברוך דיין האמת' פעידזש, דאן איז עפעס א פראבלעם, אז זיי זעהן מיין איי.פי. אדרעסע שרייבט אויף קרעמל? א שלעכטע סייט לויט זיי?

איך וויל פארשטיין צו איך האב א ''אישו'' אויב איך שלאג מיך נישט מיט זיי אפען אויף זייער סייט, נאר דא ווי איך שרייב קעגן זיי, אז זיי זאלן מיך נאכקוקן ווי איך גיי אויף אנדערע סייטס?

אחוץ אז דו האלטסט קרעמל בעלי בתים זענען די זעלבע בעלי בתים פון איי-וועלט, דאן בין איך טאקע אויף געהאקטע צרות אויב זיי זעהן מיך מיין זעלבער איי.פי., ווייל דאן זעהן זיי אז איך שרייב קעגן זיי דא.

זאל איך אויסמעקן דעם שנירל קעגן אייוועלט?

דערווייל לאזט מיר נאך קרעמל דאס מעקן; ביטע זאג מיר שנעל פאר קרעמל שפארט מיך אויס פון דא, ווייל זיי ארבייטן צוזאמען מיט איי-וועלט קעגן מיר; זעה אין דעם שנירל ווי די 2 הויפט מאדערעיטערס פון קרעמל @חבקוק מיט @קעניינע הארע נעמען זיך אן פאר איי-וועלט קעגן מיר.
 
לעצט רעדאגירט:
איך ווער שוין אביסל פּערענויד דא. וואס איז די בּענעפיט פאר די פאבריצירער פון דעי עקסטענשן? וויאזוי ווייס איך אז זיי קאלעקטן נישט סיקרעטלי even more info? (קיינער אין די ביזנעס וועלט אפפערט נישט מתנות אומזיסט. אלעס האט דאך א חשבון)
נאַה, דאס איז פון די רעפּיוּטעבּל 'עלעקטעראניק פראָנטעיר פאאַונדעישאן'. זעה דא װיקי פעידזש. זײ האבן פײנט טרעקערס און פּיפּינג טאָמס פונקט װי איך און דו.
 
לעצט רעדאגירט:
ייש"כ @קץ דוחק וויאזוי קען מען מעקן אסאך אויפאמאל, כ'האב דא הונדערעטער קוקיס, פון אלע יארן.
וואס איז דאס בכלל 3'רד פארטי קוקיס?
 
קענסט דיליעטן אלעס אױפאמאל ↓ אבער אזױ װי כ'האב געזאגט ס'לױנט זיך נישט.
1752691864877.png


א משל, בּי-ענד-עיטש פֿאָטאָ אדװערטײזד אױף אסאך װעבסײטס. סאױ זײ קלױבן פּאָטענשעלי צוזאם אַנאַליטיקס דאַטאַ פון די אלע װעבסײטס צו בױען א פראופײל פון כספי כדי צוזעהן װעלכע אײטעםס, אדער װעלכע סײטס אדער װעלכע פיקטשערס אדער װעלכע סלאַגאָנען דער באנוצער (כספי) -- מיט דער אין דער IP אדרעס אדער דער און דער אימעיל, אדער דער און דער פֿיזיקעל אדרעסס, אדער דער און דער פריערדיגע אײנקױפוּנגען, אדער דער און דער בראוזער, און דער און דער אָפּערעיטינג סיסטעם, און דער און דער סקרין רעזעלוּשען, און דער און דער סעט פון בראוזער פּלאָגינס, און דער און דער בּראוזינג העבּיט, און דער און דער גוּגל אַנאַליטיקס 'קלײענט ID', און דער און דער לענגװיטש פּרעפֿרענץ -- גלײכט און האט ליב כדי אים צופארקױפן װי מער עלעקטעראָניקס.

איך זאג נישט אז זײ טוען עס טאקע; איך זאג אױבּ: אױב בּי ענד עיטש ענגעידזשד אין דער פּרעקטיס, הײסט דאס 'קראָס סײט טרעקינג' און זײ נוצן דערפאר אזעלכע מינע קוקיס פון װאס מען רעדט אױבן, 3רד פארטי קוקיס, װאס זײ פּעסן ארום פון אײן סײט צו דער אנדרערער, דורכ'ן האָוסטן די קוקי אױף דײן קאמפיוטער אינצװישן סעשאָנס, און אזױ טועהן זײ אהנזאמלען ביסלעכװײז מער און מער דאטא אױף דיר פון די אלע מעטריקס אױבן דערמאנט, פּלוס. (יעדע װעבסײט מעג סטאָרן אױף דײן דעװײס ביז 20-50 קוקיס, איטש קוקי קען האבן אָפּ טוּ 4,096 בּײטס פון דאטא. ד.מ. צװישן 1000-4000 קערעקטערס אין יעדע קוקי).
יעצט כדי זײ זאלן דאס קענען טוהן דארפן זײ געװענטליך האבן די קאפעראציע פון די אלע סײטס. און װען א סײט געבט זײ רשות, נעמען זײ אנטײל אין דער אפעראציע און זענען אױך אַקאָמפּליסעס הגם ס'איז נישט אומלעגאל איז עס אבער צומאל עטיקלי קװעשטאָנעבּל.

יעצט אײװעלט, הגם זײ זענען נישט אַן אַדװערטײזער פּער סע, אױך טשאַרדזשן זײ נישט פאר דײן לײענען, לײגן זײ אבער יא דאַרק-װעבּ סטײל (װיזשוּאַלי) אדװערטײזמענטס אױף אײװעלט סײט. יעצט, הגם די בעליבתים פון די ביזנעסער װעלכע אײװעלט אדװערטײזן, מעגן דיך נישט טרעקן אױף אנדערע סײטס װי זײ די ביזנעסער אדװערטײזן אױך, װײל װי כ'האב געװיזן פּאַרטישענד כאטשיג אײװעלט אירע 3רד פארטי קוקיס, דאך אבער קען אײװעלט זעלבסט דיך יא טרעקן.

װי אזױ?: װען דו קװעטשט זײערע לינקס, בּעננערס אדער אימעדזשעס װעלכע װערן געלײגט (דורך יוּזערס) אדער ערשײנען (װערן געבּױעט דורך דװעלאופמענט - אפשר אפי' אײװעלט'ס דעװעלאופערס זעלבסט) אױף סײ װעלכע אנדערע װעבסײט, דעמאלס קען אײװעלט דיך טרעקן דורכדעם (אױב יענע װעבסײט קאפּערירן מיט אײװעלט), און אזױ אױפבױען א פראופײל אױף דיך צוזעהן װעלכע פראדוקט אדער װעלכע סארט נושאים דו האסט ליב.

זאג מיר אױב יעצט פארשטײסטו שױן בעסער. @שמײכעל?
 
לעצט רעדאגירט:
טעקניקאלע מעטריקס זאגט זיי דאן גארנישט אבער יוּזער בּיהעיוויער דאס קענען זיי יא אַנאַלאַזירן. אבער סאיז מסמא יוּזלעס ווייל זיי האבן נישט עכט א פֿיקסד אײַפּי צו וועמען עס אַסאָשיעיטן מיט, סאָו וואס גייען זיי טוהן מיט עס?
 
אבער אפילו מיט א vpn קען די סייט נאכאלץ אראפלייגן קוקיס, אלזא דאס אליינס קען מאכן א קורץ טערמיניגע פראפיל. אזוי אויך קען עס לאזן א פראפיל אויף די אימעיל.
 
די באקאנטע פעימענט קאמפאני פּעיפּעל, האט א אונטער-ברענד וואס דארף אפיציעל העלפן זיינע באנוצער טרעפן די בעסטע קיופאן קאודס פון איבער די גאנצע אינטערנעט.

מיט עטליכע חדשים צוריק, (אפשר מער) האט א יוטוב-ער מיטן נאמען MageLeg אויסגעטראפן אז זייער ביזנעס באשטייט פון גנב'ענען קוקיס.


די ווידעא האט באקומען איבער 18 מיליאן וויוס, (ער האט אונטער 800,000 סובסקרייבער'ס) און די גאנצע אינטערנעט האט אויפגעריסן. ספעציעל יוטוב.
 
1752765736338.png


דער @קץ דוחק האט מיר נישט גענטפערט צו קרעמל זענען די זעלבע בעלי בתים ווי פון איי.וועלט.

איך פארשטיי אים באדערט נאר די קוקיס מכוח אז ער איז א ''ליבערטעריען''.

נישט אז ער האט מורה אז מ'קוקט אים נאך.

עים שמעקט פשוט נישט אז די מנהלים דא ווייסן פונטקלעך ווי ער ער גייט אויפ'ן אינטערנעט צו נאך סייטס.

מיך באדערט דאס נישט.

איך לאז דערווייל יא דעם שנירל קעגן אייוועלט, כאטש די מנהלים דא, זענען זייער ''בייעסד''; אנטי מיר, פרא אייוועלט.
 
לעצט רעדאגירט:
1
אייוועלט האט נישט קיין פערסאנעלייזט עדס עס איז די זעלבע עדס פאר יעדעם
2
זייערע עדס זענען געהאוסט ביי זיי נישט ביי א דריטן
 
אה, און פאר איך פארגעס, דאס איז א װיכטיגע בראוזער עקסטענשאן װאס יעדער מוז דאונלאודן. עס העלפט בלאקן אדװערטײזערס און 3רד פארטי טרעקערס. עס הײסט פּרײװעסי בּעדזשער.
איך ניץ unlock origin עס איז שוין נישט עוועילעבל אויף קראם וועב סטאר אבער מען קען עס נאך דאונלאדן פון גיט האב .עס האט נאך אסאך מעלות מען קען אויכעט ארויסנעמען געוויסע עלעמענט פון א סייט איך נעם אראפ אלע עדס פון אייוועלט און פון נאך סייטס וואס געווענליכע עד בלאקערס נעמען נישט אראפ
 
Back
Top